פאליש
פּאָליש איז דער נאמען פון א פאדערשטער צימער וואס געפינט זיך אין א שול, צווישן די גאס און דעם הויפט שול-זאל.
מקור
דער נאמען "פאליש" שטאמט פון לשון חז"ל "מפולש", וויבאלד עס איז אפן פון צוויי זייטן, פון גאס צום שול[1]. לויט אנדערע שטאמט עס מעגליך פונעם דייטשן ווארט "פּאַלאַס" (palas) - "פאלאץ"[2]. דער שטיבל ווערט גערופן אין די פוסקים "פרוזדור", "אכסדרה", "בית שער", אדער "עזרה".
דער פאליש דערמאנט דעם "עזרה" אינעם בית המקדש, וועלכער איז געווען דער פאדער-הויף פונעם הייליגן בנין. דער ב"ח ברענגט א מקור פונעם תלמוד ירושלמי, וואס לערנט אז א שול דארף האבן נישט נאר איין טיר, נאר צוויי טירן איינע נאך די אנדערע, מיט'ן ציל צו שאפן א פאסיגן אריבערגאנג פון דער וועלטליכער דרויסנדיגער סביבה צו דעם הייליגן ארט פון שול[3].
היסטאריע
רבי אייזיקל קאמארנער שרייבט אז ער האט מקובל אז די שולן אין צייט פון עזרא האבן שוין געהאט א פאליש[4]. אין די עלטסטע שולן אין דייטשלאנד און בעהמען זענען צוערשט נישט געווען קיין פּאליש, נאר זענען צוגעבויט געווארן נאכדעם ווי אן אויסערליכער צוגאב צום בנין. אין רעגענסבורג און אין פּראָג איז עס צוגעבויט געווארן אין 14טן י"ה, אין וואָרמס האט ביז דעם 17טן י"ה נישט עקזיסטירט קיין פּאליש, און אין מיטעלבערג, רופאך, באַמבערג און שפּייער האט עס בכלל קיינמאל נישט עקזיסטירט[5].
אין שטאט פלאָס, בייערן האט די אידישע קהילה אין יאר 1817 געקעמפט מיט דער לאקאלער רעגירונג פאר אן ערלויבעניש צו צולייגן א פאליש צו זייער נייע שול. ווען דער פאליש איז געבויט געווארן האט די רעגירונג עס באלד צעווארפן, אבער נאך שווערע פארהאנדלונגען האט מען עס ווידער אויפגעבויט. דער פאליש איז צום סוף אינגאנצן צעשטערט געווארן דורך די נאציס אין 1938[6][2].
אינעם גרויסן בעלזער שול האט דער ערשטער רב געלאזט בויען א פאליש אויף די גאנצע לענג פון די מערב וואנט, און אויף די צוויי זייטן זענען געווען נאך שטיבלעך, גערופן "סאלאשן". די טירן צום פאליש האט ער דייקא געבויט נישט אקעגן די טירן צום היכל. ווען צוליב די געדרענג האט מען אנגעהויבן דאווענען אויך אין פאליש, האט דער פריערדיגער רב צוגעבויט א פאליש צום פאליש[7].
פונקציע און באניץ
דער פאליש דינט אלס א פלאץ פאר הכנה און קאנצענטראציע איידער מען גייט אריין אין שול און צו שטעלן די נויטיגע קראנען זיך צו וואשן[6]. עס דינט אויך דארט אנצוטון דעם טלית און לייגן תפילין[8][9], אנשטאט וואס אמאל פלעגט מען זיי אנטון אין הויז און אזוי קומען אין שול. צומאל פלעגט זיין א באזונדערן פאליש וואו די בעלי מלאכה אדער קלעזמער שפילער האבן געדאוונט וואס מ'האט גערופן דאס טרעגערישע פאליש, שניידערישע פאליש[10], יד חרוצים[11] אד"ג, און אמאל פלעגט די פאליש פון שטאטישער שול דינען אלס חסידישער שטיבל[12].
דער פאליש דינט אויך פאר פארשידענע געלעגנהייטן און צוועקן. צומאל האט דאס אינדערוואכן געדינט פאר א חדר פאר קינדער[13], אדער – ווי אין געוויסע פּוילישע קהילות – אלס אַן אכסניה (אדער אפילו אַן ארט צום האנדלען) פאר וואנדערער[5]. מען פלעגט אוועקלייגן די ווייץ און די מיל פאר די מצות מצוה אין פאליש[14]. וויבאלד צומאל דאוונט מען דארט אויך[15] זענען די פוסקים דן צי עס האט א דין קדושת בית הכנסת[16]. אומפארמאל דינט דער פאליש אויך פאר א פלאץ פאר די קהילה לייט צו שמועסן און פארברענגען, א זאך וואס איז פארבאטן צו טון אין שול גופא צוליב איר קדושה.
אין די צייטן פון ועד ארבע ארצות אין פוילן האט דער "בית-דין היהודים" – די צווייטע אין ראנג געריכטליכע אינסטיטוציע נאכן געווענליכן קהילה-בית-דין – וועלכער האט זיך פארנומען מיט הארבע פארברעכנס צווישן אידן און מיט סכסוכים צווישן אידן און קריסטן, על-פּי-רוב אפּגעהאלטן זייערע זיצונגען אין שול-פּאליש (אדער אין קהילה-בנין נעבן דער שול). צווישן די קערפּערליכע שטראפן, פארבונדן מיט דער בית-דין, איז געווען דאס שטיין אין דער "קונע", א שאנד-סלופּ וואס איז געווען אראנזשירט אין פּאליש[5.1]. עס פלעגט אויך דינען אלס יחוד צומער אדער ווארטזאל פאר חתן כלה, און פאר אבלים, ווי אויך אלס ארט פאר א כהן ווען ער טאר נישט עולה זיין אדער דוכנ'ען[6].
דער פאליש איז געווענליך געווען געבויט עטוואס העכער פונעם הויפט זאל, אלס רמז צום פסוק "ממעמקים קראתיך ה'"[5.2].
רעפערענצן
- ↑ ספר מטעמים החדש, ערך בית הכנסת
- ↑ 2.0 2.1 Brenner, Michael; Höpfinger, Renate (2009). Die Juden in der Oberpfalz (Studien zur jüdischen Geschichte und Kultur in Bayern) (in דײַטש). München: Oldenbourg Wissenschaftsverlag. pp. 35–37. ISBN 3-486-58678-5.
- ↑ בית חדש, אורח חיים, סימן צ'; זעט אויך
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
פאראמעטער [ סק ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מגן אברהם, סימן צ', סעיף קטן ל"ה, און אנדערע נושאי כלים אויפ'ן ארט. - ↑ רבי יצחק אייזיק סאפרין, שלחן הטהור, סי' קנ סעיף ד
- ↑ 5.0 5.1 דוד דאווידאוויטש, שולן אין פוילן, בוענאָס-איירעס, תשכ"א, עמ' 309
- ↑ 6.0 6.1 6.2 דער שול פון פלאס
- ↑ יוסף האכהייזער, בית הכנסת שבבעלזא, מכון שמן רוקח, עמ' צב–ק, פרק ג': הפאליש המערבי (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ רבי יצחק אייזיק סאפרין, שלחן הטהור, סי' מח סעיף ב
- ↑ רבי שמואל הלוי וואזנער, שבט הלוי חלק י', סי' לג
- ↑ ספר קהילה, פנקס הרובישוב, עמ' 78 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ בית הכנסת שבבעלזא, מכון שמן רוקח, עמ' פד (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), לגבי די שול אין יאברוב.
- ↑ ספר קהילה, סאקאלאוו פאדליאסק, עמ' 43 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ ספר קהילה, סאקאלאוו פאדליאסק, עמ' 74 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);
ספר קהילה, נובהרדוק - פנקס נאווארעדאק, עמ' 68 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע) - ↑ רבי אברהם דוד וואהרמאן, אשל אברהם, או"ח סי' קנד ס"א
- ↑ דרימר, שלמה בן יעקב, שו"ת בית שלמה חלק א, סימן כח;
יזכור בוך, "שול, פאליש און בית המדרש", וואיסלאוויץ, עמ' 104 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע) - ↑ ר' יצחק שמואל שעכטער, שו"ת ישיב יצחק לג, עמ' מה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע);
ר' יעקב ישראל שמערלער, דבריו ליעקב ב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)