אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פיוט"

2,177 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 11 חדשים
צייכן: רויע רעדאגירונג
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 40: שורה 40:
דער יוצר איז קאמבינירט פון עטליכע סארטן פיוט, לויט די סטרוקטור פון די שטענדיגע תפילות ערזעצט אָדער באפּוצט דורך פיוט. דער יוצר האט גענאסן פון גרויס צירקולאציע בעיקר אין דער צווייטער תקופה פון מזרח'דיגער פיוט, דורכאויס תקופת הגאונים. פאראלעל צו די יוצרות, וואָס זענען געווען באשטימט פאר שחרית, זענען אויך אין דער צייט פארהאן פיוטים באשטימט צו באצירן די ברכות קריאת שמע פון [[מעריב]]. דער סארט פיוט האט אבער קיינמאל נישט ברייט אויסגענומען.

די פיוטים ווערן אנגערופן מיט נעמען באזירט אויף זייער סטיל און אויסשטעל. א שטייגער ווי פזמון, רהטא, שלמונית, קיקלר אא"וו. אדער לויט דעם פלאץ וואו מען זאגט עס, ווי סליחה, יוצר, סילוק, קינה אא"וו.
צווישן די קרובת פון די הויפּט ימים טובים, געפינען זיך א נומער פון ספּעציעלע סארטן פיוט פאר פאַרשידענע געלעגנהייטן. דאס רעכנט אריין תּקיעתא, וואס באצירט די מלכויות, זכרונות און שופרות ברכות אין מוסף־עמידות פאר ראש השנה; סדר העבודה (וואס שילדערט די קרבנות יום הכפורים אין דער צייט וואס דער בית המקדש איז געשטאנען), אין דער מוסף קרובה פון יום הכפורים; אדער די אזהרות, וואָס דיסקוטירט די ליסטע פון [[תרי"ג מצוות|613 מצוות]] אין דער תורה, אין די שבעתות פאר מוסף פון שבועות. די קרובות פאר פאסט-טעג רעכענען אריין [[סליחות]], בשעת די קרובות פאר [[תשעה באב]] רעכנט אריין קינות. אין געוויסע קהילות זענען די סליחות און קינות געווארן אוועקגענומען אין שפּעטערדיגע תקופות פון די קרובות און געשטעלט נאך זיי. סליחות זענען אויך פארפאסט געווארן פאר די ימי תשובה אין חודש אלול און צווישן ראש השנה און יום כיפור. די ספעציעלע פראצעסן פאר די ימי־הסוכות זענען באצורט געווארן מיט [[הושענות|הושענא]]־פיוטים. אין די פריע תקופת הפיוט זענען ווערק נישט פארפאסט געווארן צו באצירן רעליגיעזע צערעמאניעס אויסער די מחויב'דיגע תפילות, מיטן אויסנאם פון ברכת המזון, און אפילו אין דעם פאל זענען זיי ווארשיינליך פון אנפאנג געווען באשטימט צו נוצן ביי געמיינשאפטליכע יום-טוב סעודות אדער ביי מאלצייטן פאר רעליגיעזע צערעמאניעס. אזוי אויך זענען אין דער תקופה פארפאסט געווארן אשכבה פיוטים (אדער צידוק הדין, פאר א לוויה).
 
די פיוטים ווערן אויך אנגערופן מיט נעמען באזירט אויף זייער סטיל און אויסשטעל. א שטייגער ווי פזמון, רהטא, שלמונית, קיקלר אא"וו.

==דרויסנדיגע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==