אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מתתיהו הכהן"
ק (←אפשטאם: פינטל) |
(←אין מגילת אנטיוכוס: ברידער לשון רבים) |
||
שורה 29: | שורה 29: | ||
===אין מגילת אנטיוכוס=== | ===אין מגילת אנטיוכוס=== | ||
אין [[מגילת אנטיוכוס]] ווערט די געשיכטע אנדערש געברענגט. צוערשט האבן מתתיהו'ס פינף זין אליין ארויסגעגאנגען קעמפן מיט די יוונים. אין דער נוסח אויף לשון קודש וואס איז געדרוקט אין די ספרד'ישע סידורים ווערט צוגעלייגט אז [[חנה בת מתתיהו|א טאכטער פון מתתיהו]] האט ביי איר חתונה צוגערעדט אירע | אין [[מגילת אנטיוכוס]] ווערט די געשיכטע אנדערש געברענגט. צוערשט האבן מתתיהו'ס פינף זין אליין ארויסגעגאנגען קעמפן מיט די יוונים. אין דער נוסח אויף לשון קודש וואס איז געדרוקט אין די ספרד'ישע סידורים ווערט צוגעלייגט אז [[חנה בת מתתיהו|א טאכטער פון מתתיהו]] האט ביי איר חתונה צוגערעדט אירע ברידער דאס צו טון, נאכדעם וואס די יוונים האבן באפוילן אז א כלה זאל די ערשטע נאכט זיין ביי א הגמון. | ||
איידער דער צווייטער שלאכט קעגן בגריס, האבן זיך די חשמונאים צאמגענומען אין [[מצפה גלעד]] צו דאווענען צו גאט. מתתיהו האט זיי דארטן אנגעוואונטשן זיי זאלן מצליח זיין, און זיי פארגליכן צו אידישע העלדן פון די פריערדיגע דורות. יהודה צו [[יהודה|יהודה בן יעקב]], שמעון צו [[שמעון]], יוחנן צו [[אבנר בן נר]], יונתן צו [[יהונתן|יונתן בן שאול]], און אלעזר צו [[פינחס|פנחס בן אלעזר]]. | איידער דער צווייטער שלאכט קעגן בגריס, האבן זיך די חשמונאים צאמגענומען אין [[מצפה גלעד]] צו דאווענען צו גאט. מתתיהו האט זיי דארטן אנגעוואונטשן זיי זאלן מצליח זיין, און זיי פארגליכן צו אידישע העלדן פון די פריערדיגע דורות. יהודה צו [[יהודה|יהודה בן יעקב]], שמעון צו [[שמעון]], יוחנן צו [[אבנר בן נר]], יונתן צו [[יהונתן|יונתן בן שאול]], און אלעזר צו [[פינחס|פנחס בן אלעזר]]. |
רעוויזיע פון 17:57, 4 דעצעמבער 2023
געבורט | חַשְׁמוֹן |
---|---|
פטירה | ט"ו חשון, ג'תקצ"ה[1] |
מקום קבורה | מודיעין |
טאטע | יוחנן כהן גדול |
קינדער | די חשמונאים, חנה בת מתתיהו |
מתתיהו בן יוחנן כהן גדול חשמונאי איז געווען א כהן אין די צייטן פונעם צווייטן בית המקדש, ער האט אנגעהויבן דעם אויפשטאנד קעגן די סעלייקישע אימפעריע (די "יוונים" אין חז"ל), און איז דער פאטער פון די חשמונאי'שע דינאסטיע.
אפשטאם
מתתיהו איז געווען דער זון פון יוחנן דער זון פון שמעון, פון משמרת יהויריב[2]. ער האט געהאט פינף זין, יוחנן הגדי, שמעון התרסי, יהודה המכבי, אלעזר החורני, און יונתן הוופסי. ער האט געוואוינט אין ירושלים, און אנטלאפן קיין מודיעין ביי די גזירות פון אנטיוכוס[3].
מתתיהו'ס משפחה ווערט אנגערופן "חשמונאי", און עס זענען דא עטליכע ערקלערונגען פון וואו דער טיטל שטאמט: א. יוסף בן מתתיהו שרייבט אז חשמונאי איז געווען דער פאטער פון שמעון, מתתיהו'ס זיידע[4]; ב. אין סידור עבודת ישראל ווערט געברענגט אז מתתיהו האט געשטאמט פונעם שטאט חַשְׁמוֹן, און ער ווערט גערופן חַשְׁמוֹנַאי נאך דעם שטאט[5]; ג. דער בית יוסף ברענגט אז חשמונים איז א לשון פון חשיבות, ווי מען טרעפט אין פסוק ”יֶאֱתָיוּ חַשְׁמַנִּים” (תהלים סח, לב)[6]; ד. די גמרא[7] ברענגט א ברייתא וואו עס שטייט "וחשמונאי ובניו ומתתיה כה"ג", און עס איז אויך פארהאן אזא גירסא אין על הנסים, צו זאגן "וחשמונאי"[8], ווי אויך אין א מדרש מעשה חנוכה[9], פון וואס עס איז משמע אז חשמונאי איז דער נאמען פון נאך א מענטש וואס האט געקעמפט מיט די קינדער פון מתתיהו[10].
אין דער לשון פון על הנסים, ווי אויך אין לשונות פון גמרות, מדרשים און ראשונים[11], איז משמע אז מתתיהו איז געווען א כהן גדול. דאס שטימט נישט מיט ספר מקבים און יוסיפון, וועלכע דערמאנען אנדערע כהנים גדולים אין דער תקופה. עס זענען דא וואס זאגן אז ער ווערט אנגערופן כהן גדול אלס חשיבות, אבער ער האט נישט פאקטיש געדינט אלס כהן גדול אין בית המקדש[12]. און צוגאב ווערט אנגעוויזן אויף דאס וואס מתתיהו האט פארלאזט ירושלים, וועלכע איז אין קעגנזאץ צו די הלכה וואס פארלאנגט אז דער כהן גדול זאל וואוינען אין ירושלים[13].
אויפשטאנד קעגן אנטיוכוס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:מערערע בילדער
פאראמעטער [ בילד1, ריכטונג, פיסל, align, ברייט2, ברייט1, בילד2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
אין יאר ג'תקצ"ד[1], ווען אנטיוכוס האט ארויסגעגעבן זיינע גזירות, זענען מתתיהו און זיינע קינדער אנטלאפן קיין מודיעין. ווען די לייט פון אנטיוכוס זענען אנגעקומען קיין מודיעין, האבן זיי פארגעשלאגן מתתיהו'ן צו שטעלן א ביישפיל פאר די דארטיגע אידן און שחט'ן א קרבן פאר אן אפגאט. מתתיהו האט זיך שארף קעגן געשטעלט, און ווען א צווייטער האט זיך אנגעטראגן דאס צו טון האט מתתיהו יענעם גע'הרג'ט אינאיינעם מיט דער שליח פון אנטיוכוס[15]. מתתיהו האט דאן אויך מתיר געווען מלחמה צו האלטן אין שבת, נאך וואס ערליכע אידן זענען אטאקירט געווארן דורך דער קעניג'ס מיליטער אום שבת, און נישט וועלנדיג מחלל שבת זיין זענען זיי גע'הרג'ט געווארן מיט זייערע פאמיליעס[16].
מתתיהו האט אויסגערופן "מי לה' אלי" – 'דער וואס איז פאר דעם אייבערשטן זאל קומען מיט מיר'[17], איז אנטלאפן מיט זיינע קינדער צו די בערג, און אנגעהויבן דעם רעוואלט קעגן אנטיוכוס. אין דער זעלבע צייט האט ער פארטריבן די מתיוונים, צעבראכן די במות פון די עבודה זרה'ס, און גע'מל'ט די קינדער וואס זענען נישט געווען גע'מל'ט צוליב די גזירות[18].
אין ספר מקבים ווערט דערציילט, אז אין יאר ג'תקצ"ה[1] איז מתתיהו נפטר געווארן. איידער זיין פטירה האט ער באפוילן זיינע קינדער ווייטער צו קעמפן פאר די תורה, און דערמאנט די מסירות נפש און קנאות פון די אידן אין די פריערדיגע דורות, און דער שכר וואס זיי האבן באקומען דערפאר. ער האט געשטעלט זיין זון שמעון אלס ראטגעבער, און יהודה אלס קריג פירער אנשטאט אים. ער איז באערדיגט געווארן אין מודיעין, נעבן זיינע עלטערן[19].
עווענטועל האבן אלע זין פון מתתיהו, אויסער אלעזר, געדינט אלס כהן גדול און געפירט דאס פאלק; א פירערשאפט וואס איז שפעטער פארוואנדלט געווארן צו מלכות בית חשמונאי.
אין מגילת אנטיוכוס
אין מגילת אנטיוכוס ווערט די געשיכטע אנדערש געברענגט. צוערשט האבן מתתיהו'ס פינף זין אליין ארויסגעגאנגען קעמפן מיט די יוונים. אין דער נוסח אויף לשון קודש וואס איז געדרוקט אין די ספרד'ישע סידורים ווערט צוגעלייגט אז א טאכטער פון מתתיהו האט ביי איר חתונה צוגערעדט אירע ברידער דאס צו טון, נאכדעם וואס די יוונים האבן באפוילן אז א כלה זאל די ערשטע נאכט זיין ביי א הגמון.
איידער דער צווייטער שלאכט קעגן בגריס, האבן זיך די חשמונאים צאמגענומען אין מצפה גלעד צו דאווענען צו גאט. מתתיהו האט זיי דארטן אנגעוואונטשן זיי זאלן מצליח זיין, און זיי פארגליכן צו אידישע העלדן פון די פריערדיגע דורות. יהודה צו יהודה בן יעקב, שמעון צו שמעון, יוחנן צו אבנר בן נר, יונתן צו יונתן בן שאול, און אלעזר צו פנחס בן אלעזר.
יהודה איז געפאלן אין יענעם שלאכט, און די ברידער האבן זיך צוריקגעצויגן צו טרויערן נאך אים. מתתיהו האט זיי געהייסן צוריקגיין קעמפן און איז אויך מיטגעגאנגען מיט זיי, און די חשמונאים האבן דאן ענדגילטיג באזיגט די יוונים[20].
אין די נביאים
רש"י טייטשט אריין מתתיהו אין א נבואה פון דניאל: ”וְעָמַד עַל כַּנּוֹ מַעֲבִיר נוֹגֵשׂ הֶדֶר מַלְכוּת” (דניאל יא, כ). מתתיהו איז דער "מַעֲבִיר נוֹגֵשׂ", פארטרייבנדיג די אונטערדרוקער פון די אידן, ער וועט זיך אוועק שטעלן אין זיין פלאץ מודיעין ("כַּנּוֹ"), און פון אים וועט ארויסקומען דעם פראכטפולן קעניגרייך פון בית חשמונאי ("הֶדֶר מַלְכוּת").
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 דאטום לויט ספר מקבים. אין טייל ראשונים איז משמע אז די רעוואלט האט זיך אנגעהויבן הערשט אין יאר תרכ"ב, און מתתיהו איז אוועק אין יאר תרכ"ג, און אזוי נעמט אן צמח דוד.
- ↑ לויט ווי עס שטייט אין ספר מקבים א' און נאך מקורות פון זיינער צייט, אבער אין פילע פיוטים (ווי אין פיוט אעדיף כל שמונה פון רבי אלעזר הקליר: "וַיֵּעוֹרוּ פִּרְחֵי אִמֵּר", און נאך) שטייט אז זיי זענען געווען פון משמרת אִמֵּר. זעט: שולמית אליצור, מסורות חנוכה מפתיעות מתגלות בפיוטי ארץ ישראל הקדומים, אויף הספרנים, דעצעמבער 13, 2017
- ↑ מוסטער:מקבים א.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יוספוס
פאראמעטער [ 4 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, ספר יב, פרק ו. - ↑ רבי יצחק בער, סדר עבודת ישראל נוסח פולין, רעדלהיים, תרכ"ח, זייט 101.
- ↑ בית יוסף אויף טור, אורח חיים, סימן תרפ"ב.
- ↑ מגילה יא, א
- ↑ ווי אין מסכת סופרים, פרק כ', הלכה ח'
- ↑ אוצר מדרשים ערך חנוכה
- ↑ מנחם אדלר, חשמונאי ובניו, ירושלים, תשס"ג, זייט יז.
- ↑ תוספות רי"ד, יומא ט, א, ד"ה צא מהן ארבעים שנה ששימש שמעון הצדיק
- ↑ רבי אהרן היימאן, תולדות תנאים ואמוראים ג, ירושלים, תשכ"ד, זייט 918.
- ↑ רבי אהרן לעווין, אבני חפץ, מינכן, תש"ז, זייט 109.
- ↑ "טיול ל- בין מתתיהו החשמונאי לשייך המערבי"
- ↑ ספר מקבים א, פרק ב', פסוקים ט"ו–כ"ח.
- ↑ ספר מקבים א, פרק ב', פסוקים כ"ט–מ"א.
- ↑ זע: אריה אולמן, האם אכן אמר מתתיהו 'מי לה' אלי'?, המעין טבת, תשע"ד, זייטן 22–27.
- ↑ ספר מקבים א, פרק ב', פסוקים ל"ח–מ"ז.
- ↑ מוסטער:מקבים א.
- ↑ מגילת אנטיוכוס, פסוקים מט-סב
חנוכה | |||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מצוות | קריאת ההלל • צינדן חנוכה ליכט • פרסומי ניסא | ||||||
חנוכה ליכט | חנוכה מנורה • הדלקה עושה מצוה • כבתה זקוק לה | ||||||
היסטאריע |
| ||||||
תפילות און פיוטים | על הנסים • הנרות הללו • מעוז צור • | ||||||
מנהגים | לאטקע • פאנטשקע • דריידל • חנוכה געלט | ||||||
פארשידנס | שבת חנוכה • זאת חנוכה • בית יוסף'ס קשיא • ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע • קרבנות הנשיאים | ||||||
חשמונאים דינאסטיע משפחה בוים | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
פראמינענטע כהנים גדולים לויט תקופות | ||
---|---|---|
משכן משה און משכן גלגל | אהרן • אלעזר הכהן • פינחס | |
משכן שילה | אבישוע בן פנחס • בקי בן אבישוע • עזי בן בקי • עלי הכהן • אחיטוב (נכד עלי) • אחיה בן אחימלך | |
משכן נוב און משכן גבעון | אחימלך בן אחיטוב • אביתר בן אחיטוב | |
תקופת בית ראשון | צדוק • אחימעץ בן צדוק • עזריהו בן צדוק • אמריהו • יהוידע הכהן • זכריהו בן יהוידע • עזריהו הכהן • אוריה הכהן • עזריהו הכהן (דער צווייטער) • שלום הכהן • חלקיהו בן שלום • שריה הכהן • יהוצדק הכהן • צפניה בן מעשיה | |
תקופת בית שני (אונטער פערסישע הערשאפט) | יהושע בן יהוצדק • יהויקים בן יהושע • אלישיב בן יהויקים • יהוידע הכהן (בית שני) • יוחנן הכהן • ידוע הכהן | |
אין די העלעניסטישע תקופה | חוניו דער ערשטער • שמעון דער ערשטער • אלעזר בן חוניו • מנשה אחיו של חוניו • חוניו דער צווייטער • שמעון דער צווייטער • חוניו דער דריטער • יוחנן כהן גדול | |
מתיוונים און אנדערע | יאסון • מענעלאוס • אלקימוס • חוניו דער פערטער | |
חשמונאים | מתתיהו • יונתן • שמעון • יוחנן הורקנוס דער ערשטער • יהודה אריסטובולוס דער ערשטער • אלכסנדר ינאי • הורקנוס דער צווייטער • אריסטובולוס דער צווייטער • מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער • אריסטובולוס דער דריטער | |
אונטער רוימישע הערשאפט | מתתיהו בן תאופילוס (דער ערשטער) • יוסף בן עלים • חנן בן שת • ישמעאל בן פיאבי • יוסף קיפא • יונתן בן חנן • תאופילוס בן חנן • חנניה בן נדבאי • חנן בן חנן • יהושע בן גמלא • מתתיהו בן תאופילוס (דער צווייטער) • פינחס בן שמואל מכפר חבתא • רבי אלעזר בן חרסום • יששכר איש כפר ברקאי • רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול |