אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מתתיהו הכהן"
ק (הגהה) |
(←אפשטאם: צוגעלייגט ברייתא, אין סדר רב עמרם שטייט חשמונאי) |
||
שורה 6: | שורה 6: | ||
מתתיהו איז געווען דער זון פון יוחנן דער זון פון שמעון, פון [[משמרת יהויריב]]. ער האט געהאט פינף זין, [[יוחנן הגדי]], [[שמעון התרסי]], [[יהודה המכבי]], [[אלעזר המכבי|אלעזר החורני]], און [[יונתן הוופסי]]. ער האט געוואוינט אין ירושלים, און אנטלאפן קיין [[מודיעין]] ביי די גזירות פון אנטיוכוס{{הערה|{{ויקיטקסט|ספר_המקבים_א_ב|מקבים א, פרק ב}}, פסוקים א-ה}}. | מתתיהו איז געווען דער זון פון יוחנן דער זון פון שמעון, פון [[משמרת יהויריב]]. ער האט געהאט פינף זין, [[יוחנן הגדי]], [[שמעון התרסי]], [[יהודה המכבי]], [[אלעזר המכבי|אלעזר החורני]], און [[יונתן הוופסי]]. ער האט געוואוינט אין ירושלים, און אנטלאפן קיין [[מודיעין]] ביי די גזירות פון אנטיוכוס{{הערה|{{ויקיטקסט|ספר_המקבים_א_ב|מקבים א, פרק ב}}, פסוקים א-ה}}. | ||
מתתיהו'ס משפחה ווערט אנגערופן "חשמונאי", און עס זענען דא עטליכע ערקלערונגען פון וואו דער טיטל שטאמט: א. [[יוסף בן מתתיהו]] שרייבט אז חשמונאי איז געווען דער פאטער פון שמעון, מתתיהו'ס זיידע{{הערה|{{יוספוס|קדמוניות היהודים|יב|ו|א}}.}}; ב. אין סידור עבודת ישראל ווערט געברענגט אז מתתיהו האט געשטאמט פונעם שטאט חַשְׁמוֹן, און ער ווערט גערופן חַשְׁמוֹנַאי נאך דעם שטאט{{הערה|{{היברובוקס|רבי יצחק בער|סדר עבודת ישראל|42807|רעדלהיים, תרכ"ח, זייט 101|כרך=נוסח פולין|page=120}}.}}; ג. דער בית יוסף ברענגט אז חשמונים איז א לשון פון חשיבות, ווי מען טרעפט אין פסוק {{ציטוטון|יֶאֱתָיוּ חַשְׁמַנִּים|{{תנ"ך|תהילים|סח|לב}}}}{{הערה|[[בית יוסף]] אויף {{טור|אורח חיים|תרפב}}.}}; ד. | מתתיהו'ס משפחה ווערט אנגערופן "חשמונאי", און עס זענען דא עטליכע ערקלערונגען פון וואו דער טיטל שטאמט: א. [[יוסף בן מתתיהו]] שרייבט אז חשמונאי איז געווען דער פאטער פון שמעון, מתתיהו'ס זיידע{{הערה|{{יוספוס|קדמוניות היהודים|יב|ו|א}}.}}; ב. אין סידור עבודת ישראל ווערט געברענגט אז מתתיהו האט געשטאמט פונעם שטאט חַשְׁמוֹן, און ער ווערט גערופן חַשְׁמוֹנַאי נאך דעם שטאט{{הערה|{{היברובוקס|רבי יצחק בער|סדר עבודת ישראל|42807|רעדלהיים, תרכ"ח, זייט 101|כרך=נוסח פולין|page=120}}.}}; ג. דער בית יוסף ברענגט אז חשמונים איז א לשון פון חשיבות, ווי מען טרעפט אין פסוק {{ציטוטון|יֶאֱתָיוּ חַשְׁמַנִּים|{{תנ"ך|תהילים|סח|לב}}}}{{הערה|[[בית יוסף]] אויף {{טור|אורח חיים|תרפב}}.}}; ד. די גמרא{{הערה|{{בבלי|מגילה|יא|א}}}} ברענגט א ברייתא וואו עס שטייט "'''ו'''חשמונאי ובניו ומתתיה כה"ג", און עס איז אויך פארהאן אזא גירסא אין [[ועל הניסים]], צו זאגן "'''ו'''חשמונאי"{{הערה|ווי אין {{מסכת קטנה|סופרים|כ|ח}}}}, ווי אויך אין א מדרש מעשה חנוכה{{הערה|אוצר מדרשים ערך חנוכה}}, פון וואס עס איז משמע אז חשמונאי איז דער נאמען פון נאך א מענטש וואס האט געקעמפט מיט די קינדער פון מתתיהו{{הערה|{{אוצר החכמה|מנחם אדלר|חשמונאי ובניו|200708|ירושלים, תשס"ג, זייט יז|page=23}}.}}. | ||
אין די לשון פון [[ועל הניסים]], ווי אויך אין לשונות פון גמרות און מדרשים, איז משמע אז מתתיהו איז געווען א [[כהן גדול]]. דאס שטימט נישט מיט [[ספר מקבים]] און [[יוסיפון]], וועלכע דערמאנען אנדערע כהנים גדולים פאר דער תקופה. עס זענען דא וואס זאגן אז ער ווערט אנגערופן כהן גדול אלץ חשובות, אבער ער האט נישט פאקטיש געדינט אלס כהן גדול אין [[בית המקדש]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אהרן היימאן|תולדות תנאים ואמוראים|43958|ירושלים, תשכ"ד, זייט 918|כרך=ג|page=85}}.}}. און צוגאב ווערט אנגעוויזן אויף דאס וואס מתתיהו האט פארלאזט ירושלים, וועלכע איז אין קעגנזאץ צו די הלכה וואס פארלאנגט אז דער כהן גדול זאל וואוינען אין ירושלים{{הערה|{{היברובוקס|רבי אהרן לעווין|אבני חפץ|665|מינכן, תש"ז, זייט 109|page=109}}.}} | אין די לשון פון [[ועל הניסים]], ווי אויך אין לשונות פון גמרות און מדרשים, איז משמע אז מתתיהו איז געווען א [[כהן גדול]]. דאס שטימט נישט מיט [[ספר מקבים]] און [[יוסיפון]], וועלכע דערמאנען אנדערע כהנים גדולים פאר דער תקופה. עס זענען דא וואס זאגן אז ער ווערט אנגערופן כהן גדול אלץ חשובות, אבער ער האט נישט פאקטיש געדינט אלס כהן גדול אין [[בית המקדש]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אהרן היימאן|תולדות תנאים ואמוראים|43958|ירושלים, תשכ"ד, זייט 918|כרך=ג|page=85}}.}}. און צוגאב ווערט אנגעוויזן אויף דאס וואס מתתיהו האט פארלאזט ירושלים, וועלכע איז אין קעגנזאץ צו די הלכה וואס פארלאנגט אז דער כהן גדול זאל וואוינען אין ירושלים{{הערה|{{היברובוקס|רבי אהרן לעווין|אבני חפץ|665|מינכן, תש"ז, זייט 109|page=109}}.}} |
רעוויזיע פון 08:07, 30 נאוועמבער 2023
מתתיהו בן יוחנן כהן גדול חשמונאי איז געווען א כהן אין די צייטן פונעם צווייטן בית המקדש, ער האט אנגעהויבן דעם אויפשטאנד קעגן דעם סעלעאוקישע אימפעריע, און דער פאטער פון די חשמונאי'שע דינאסטיע.
אפשטאם
מתתיהו איז געווען דער זון פון יוחנן דער זון פון שמעון, פון משמרת יהויריב. ער האט געהאט פינף זין, יוחנן הגדי, שמעון התרסי, יהודה המכבי, אלעזר החורני, און יונתן הוופסי. ער האט געוואוינט אין ירושלים, און אנטלאפן קיין מודיעין ביי די גזירות פון אנטיוכוס[1].
מתתיהו'ס משפחה ווערט אנגערופן "חשמונאי", און עס זענען דא עטליכע ערקלערונגען פון וואו דער טיטל שטאמט: א. יוסף בן מתתיהו שרייבט אז חשמונאי איז געווען דער פאטער פון שמעון, מתתיהו'ס זיידע[2]; ב. אין סידור עבודת ישראל ווערט געברענגט אז מתתיהו האט געשטאמט פונעם שטאט חַשְׁמוֹן, און ער ווערט גערופן חַשְׁמוֹנַאי נאך דעם שטאט[3]; ג. דער בית יוסף ברענגט אז חשמונים איז א לשון פון חשיבות, ווי מען טרעפט אין פסוק ”יֶאֱתָיוּ חַשְׁמַנִּים” (תהלים סח, לב)[4]; ד. די גמרא[5] ברענגט א ברייתא וואו עס שטייט "וחשמונאי ובניו ומתתיה כה"ג", און עס איז אויך פארהאן אזא גירסא אין ועל הניסים, צו זאגן "וחשמונאי"[6], ווי אויך אין א מדרש מעשה חנוכה[7], פון וואס עס איז משמע אז חשמונאי איז דער נאמען פון נאך א מענטש וואס האט געקעמפט מיט די קינדער פון מתתיהו[8].
אין די לשון פון ועל הניסים, ווי אויך אין לשונות פון גמרות און מדרשים, איז משמע אז מתתיהו איז געווען א כהן גדול. דאס שטימט נישט מיט ספר מקבים און יוסיפון, וועלכע דערמאנען אנדערע כהנים גדולים פאר דער תקופה. עס זענען דא וואס זאגן אז ער ווערט אנגערופן כהן גדול אלץ חשובות, אבער ער האט נישט פאקטיש געדינט אלס כהן גדול אין בית המקדש[9]. און צוגאב ווערט אנגעוויזן אויף דאס וואס מתתיהו האט פארלאזט ירושלים, וועלכע איז אין קעגנזאץ צו די הלכה וואס פארלאנגט אז דער כהן גדול זאל וואוינען אין ירושלים[10]
אויפשטאנד קעגן אנטיוכוס
אין יאר ג'תקצ"ד, ווען אנטיוכוס האט ארויסגעגעבן זיינע גזירות, זענען מתתיהו און זיינע קינדער אנטלאפן קיין מודיעין. ווען אנטיוכוס'ס לייט זענען אנגעקומען קיין מודיעין, האבן זיי פארגעשלאגן מתתיהו'ן צו שטעלן א ביישפיל פאר די דארטיגע אידן און שחט'ן א קרבן פאר אן אפגאט. מתתיהו האט זיך שארף קעגן געשטעלט, און ווען א צווייטער האט זיך אנגעטראגן דאס צו טון האט מתתיהו יענעם גע'הרג'ט אינאיינעם מיט דער שליח פון אנטיוכוס[11].
מתתיהו האט אויסגערופן "מי לה' אלי" – 'דער וואס איז פאר דעם אייבערשטן זאל קומען מיט מיר'[12], איז אנטלאפן מיט זיינע קינדער צו די בערג, און אנגעהויבן דעם רעוואלט קעגן אנטיוכוס. אין דער זעלבע צייט האט ער פארטריבן די מתיוונים, צעבראכן די במות פון די עבודה זרה'ס, און גע'מל'ט די קינדער וואס זענען נישט געווען גע'מל'ט צוליב די גזירות[13].
אין ספר מקבים ווערט דערציילט, אז אין יאר ג'תקצ"ה איז מתתיהו נפטר געווארן. איידער זיין פטירה האט ער באפוילן זיינע קינדער ווייטער צו קעמפן פאר די תורה, און דערמאנט די מסירות נפש און קנאות פון די אידן אין די פריערדיגע דורות, און די שכר וואס זיי האבן באקומען דערפאר. ער האט געשטעלט זיין זון שמעון אלץ ראטגעבער, און יהודה אלץ קריג פירער אנשטאט אים. ער איז באערדיגט געווארן אין מודיעין, לעבן זיינע עלטערן[14].
עווענטועל האבן אלע זין פון מתתיהו, אויסער אלעזר, געדינט אלץ כהן גדול און געפירט דאס פאלק; א פירערשאפט וואס איז שפעטער פארוואנדלט געווארן צו מלכות בית חשמונאי.
אין מגילת אנטיוכוס
אין מגילת אנטיוכוס ווערט די געשיכטע אנדערש געברענגט. צוערשט האבן מתתיהו'ס פינף זין אליין ארויסגעגאנגען קעמפן מיט די יוונים. אין די נוסח אין לשון קודש געדרוקט אין די ספרד'ישע סידורים ווערט צוגעלייגט אז א טאכטער פון מתתיהו האט ביי איר חתונה צוגערעדט אירע ברודער דאס צו טון, נאכדעם וואס די יוונים האבן באפוילן אז א כלה זאל דער ערשטע נאכט זיין ביי א הגמון.
איידער דער צווייטע שלאכט קעגן בגריס, האבן זיך די חשמונאים צאמגענומען אין מצפה גלעד צו דאווענען צו גאט. מתתיהו האט זיי דארטן אנגעוואונטשן זיי זאלן מצליח זיין, און זיי פארגליכן צו אידישע העלדן פון די פריערדיגע דורות. יהודה צו יהודה בן יעקב, שמעון צו שמעון, יוחנן צו אבנר בן נר, יונתן צו יונתן בן שאול, און אלעזר צו פנחס בן אלעזר.
יהודה איז געפאלן אין יענעם שלאכט, און די ברודער האבן זיך צוריקגעצויגן צו טרויערן נאך אים. מתתיהו האט זיי געהייסן צוריקגיין קעמפן און איז אויך מיטגעגאנגען מיט זיי, און די חשמונאים האבן דאן ענדגילטיג באזיגט די יוונים[15].
אין די נביאים
רש"י טייטשט אריין מתתיהו אין א נבואה פון דניאל: ”וְעָמַד עַל כַּנּוֹ מַעֲבִיר נוֹגֵשׂ הֶדֶר מַלְכוּת” (דניאל יא, כ.). מתתיהו איז דער "מַעֲבִיר נוֹגֵשׂ", פארטרייבנדיג די אונטערדרוקער פון די אידן, ער וועט זיך אוועק שטעלן אין זיין פלאץ מודיעין ("כַּנּוֹ"), און פון אים וועט ארויסקומען דעם פראכטפולן קעניגרייך פון בית חשמונאי ("הֶדֶר מַלְכוּת").
רעפערענצן
- ↑ מקבים א, פרק ב, פסוקים א-ה
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יוספוס
פאראמעטער [ 4 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, ספר יב, פרק ו. - ↑ רבי יצחק בער, סדר עבודת ישראל נוסח פולין, רעדלהיים, תרכ"ח, זייט 101.
- ↑ בית יוסף אויף טור, אורח חיים, סימן תרפ"ב.
- ↑ מגילה יא, א
- ↑ ווי אין מסכת סופרים, פרק כ', הלכה ח'
- ↑ אוצר מדרשים ערך חנוכה
- ↑ מנחם אדלר, חשמונאי ובניו, ירושלים, תשס"ג, זייט יז.
- ↑ רבי אהרן היימאן, תולדות תנאים ואמוראים ג, ירושלים, תשכ"ד, זייט 918.
- ↑ רבי אהרן לעווין, אבני חפץ, מינכן, תש"ז, זייט 109.
- ↑ מקבים א, פרק ב, פסוקים טו-כח
- ↑ זע: אריה אולמן, "האם אכן אמר מתתיהו 'מי לה' אלי'?", המעין, טבת, תשע"ד, זייטן 22–27
- ↑ מקבים א, פרק ב, פסוקים לח-מז
- ↑ מקבים א, פרק ב, פסוקים מח-סט
- ↑ מגילת אנטיוכוס, פסוקים מט-סב
חנוכה | |||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מצוות | קריאת ההלל • צינדן חנוכה ליכט • פרסומי ניסא | ||||||
חנוכה ליכט | חנוכה מנורה • הדלקה עושה מצוה • כבתה זקוק לה | ||||||
היסטאריע |
| ||||||
תפילות און פיוטים | על הנסים • הנרות הללו • מעוז צור • | ||||||
מנהגים | לאטקע • פאנטשקע • דריידל • חנוכה געלט | ||||||
פארשידנס | שבת חנוכה • זאת חנוכה • בית יוסף'ס קשיא • ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע • קרבנות הנשיאים | ||||||
חשמונאים דינאסטיע משפחה בוים | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
מוסטער:באקאנטע כהנים גדולים לויט תקופה
קאטעגאריע:כהנים גדולים קאטעגאריע:חשמונאים קאטעגאריע:חנוכה קאטעגאריע:אידן פון תקופת בית שני קאטעגאריע:כהנים פון תקופת בית שני קאטעגאריע:פערזאנען פון דער חשמונאים רעוואלט