רוי:רבי אלימלך ווייסבלום פון ליזשענסק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אלימלך (תע"ז-תקמ"ז), באקאנט אלס "רבי אלימלך פון ליזשענסק" און אלס מחבר פון דעם חסידישן קלאסישן ספר "נועם אלימלך", איז געווען פון די אויסגעצייכנטע תלמידים פון דעם גרויסן מגיד, רבי דוב בער פון מעזריטש, און דערנאך א צענטראלער צדיק אין דעם דריטן דור פון חסידות, און פון די ערשטע צו ברענגען דאס חסידות פון אוקראינע קיין פוילן/גאליציע. ער איז באקאנט געווארן אלס א בעל מופתים און זיין ספר ווערט גערעכנט ביי חסידים פאר א "סגולה'ישער" ספר ביזן היינטיגן טאג, און ער איז איינע פון די יסוד ספרים פון דער חסידישער הגות אין אירע ערשטע דורות. דער ספר איז ארויסגעגעבן געווארן נאך זיין טויט דורך זיין זון, און עס באהאנדלט אסאך די צענטראלע ראלע פונעם "צדיק" אין דער חסידישער לעבנסשטייגער. עס זענען דא וואס זעען אין רבי אלימלך דעם "פאטער" פון דער "צדיקות" אינסטיטוציע אין חסידות. די מערהייט פון די בארימטע צדיקים אין פוילן אין דעם פערטן דור זענען געווען זיינע תלמידים, און אויך א טייל פון זיינע קינדסקינדער זענען געווארן באקאנטע רבי'ס.

ביאגראפיע

דער פארשער גדליה נגאל האט אנגעוויזן אויף דער שוועריקייט צו שרייבן א גלייבווירדיגע ביאגראפיע איבער רבי אלימלך:

"וועגן דעם לעבן פון ר' אלימלך האבן מיר נישט פיל פרטים וואס שטאמען פון היסטארישע דאקומענטן. די מערהייט פון אונזערע ידיעות איבער אים שטאמען פון שפעטערדיגע געשיכטעס, וועמענס דערציילער האבן נישט אלעמאל מדייק געווען אין ביאגראפישע פרטים. די ארעמקייט פון די מקורות איז ספעציעל אויף די יארן וואס זענען פארגעגאנגען צו זיין אנשליסונג צו חסידות, ווייל זינט ער האט זיך צוגעטשעפעט צו די תלמידים פון ר' דוב בער פון מעזריטש, און ספעציעל זינט ער איז געווארן א חסידישער צדיק, האבן זיך פארמערט די עדות'ן איבער אים און איבער זיין תורה, בעיקר אין די חיבורים פון זיינע תלמידים און תלמידי תלמידים" (נגאל, "מבוא", זייט 9-10).

רבי אלימלך איז געבוירן אין יאר תע"ז אין לופוכי, נעבן דער שטאט טיקטין, אין דער געגנט פון לאמזשע אין פוילן, צו זיין פאטער ר' אלעזר ליפמן ווייסבלום. זיין גרויסער ברודער רבי משולם זוסיא, שפעטער דער בארימטער חסידישער צדיק, "רבי זושא פון אניפאלי", האט צוזאמען מיט אים געלערנט ביים מגיד, און לויט דער חסידישער מסורה איז ער דער וואס האט דערנענטערט רבי אלימלך צום מגיד און צו חסידות. אין דער חסידישער העגיאגראפישער ליטעראטור זענען זיי באקאנט מיטן נאמען "די הייליגע ברידער". די מסורה דערציילט ווייטער אז אין זיין יוגנט האט ר' אלימלך געלערנט אין עטליכע ישיבות, אין טיקטין, שינאווא (דארט האט ער חתונה געהאט מיט שפרינצה, די טאכטער פון ר' אהרן רוקח) און ניקלשבורג. ער האט זיך אויך באשעפטיגט מיט קבלה און איז געווען א מקובל סגפני וואס האט זיך געפירט מיט אסאך תעניתים, גלגולי שלג, זיצן אויף דערנער און צווישן מוראשקעס, און ענליכעס. מיט זיין ברודער רבי זושא האט ער אפּגעראכטן א רייזע פון "גלות ליידן", אין וועלכן זיי האבן אסאך געליטן. ביי זיין רבי'ן דעם מגיד איז ער געווען איינע פון די אויסגעצייכנטע תלמידים אין דער "חברייא קדישא", און נאך דער פטירה פון זיין רבי'ן אין יאר תקל"ג, איז ער אריבער קיין ליזשענסק אין מערב גאליציע, און דארט האט ער אויפגעשטעלט א גרויסן חסידישן הויף, וואס האט געצויגן פילע חסידים, אריינגערעכנט אסאך וואס זענען געווארן פירער פון חסידות אין פוילן און גאליציע אין דעם דור דערנאך.

ר' אלימלך איז דארט געבליבן ביזן סוף פון זיינע טעג און איז אוועק אין טאג כ"א אדר תקמ"ז. זיין יאר פון פטירה ערשיינט נישט אויף א פשוטן אופן אויפן מצבה, וואס האט געברענגט צו א צעמישעניש אין די דאטומען, און עס זענען געווען וואס האבן געמיינט אז ער איז אוועק א יאר פריער. אלס רעזולטאט פון דעם וואס רבי אלימלך ווערט גערעכנט פאר א ספּעציעל גרויסן צדיק און בעל מופת, איז זיין קבר געווארן א צענטראלע ציל פאר רייזעס פון חסידים צו "קברי צדיקים" ביזן היינטיגן טאג, און א גרויסע צאל חסידים באזוכן זיין קבר כדי צו דאווענען פאר "ישועות" פון זייערע פראבלעמען, און בפרט אין טאג פון זיין פטירה, און די מצב גייט אזוי אן כמעט צוויי הונדערט און פופציג יאר נאך זיין פטירה. אין די צאל פון די עולים לרגל, געפינט זיך זיין קבר אין דעם צווייטן ארט פון אלע קברי צדיקים איבער דער וועלט, נאך דעם קבר פון רבי נחמן פון ברסלב אין דער שטאט אומאן[1].

זיין זון רבי אלעזר האט אים איבערגענומען אין אדמו"רות ליזשענסק, און צוזאמען מיט זיין ברודער רבי אליעזר ליפמן און רבי זכריה מענדל פון יעראסלאוו, א נאנטן תלמיד פון ר' אלימלך, האט ער ארויסגעגעבן זיין ספר "נועם אלימלך", וואס ווערט גערעכנט דורך פילע חסידים, ביזן היינטיגן טאג, פאר א ספּעציעל הייליגער ספר און אלס א סגולה'ישער חפץ. דאס איז בפרט ריכטיג לגבי דעם ערשטן דרוק (לעמבערג תקמ"ח), וועמענס קאפיע איז פארקויפט געווארן אין א ליציטאציע אין דעם איין און צוואנציגסטן יארהונדערט פאר מער ווי א מיליאן דאלאר.

אויסער זיינע זין, צווישן זיינע אויסגעצייכנטע תלמידים וואס זענען שפעטער זעלבסט געווארן וויכטיגע רבי'ס, , ווערן גערעכנט: רבי יעקב יצחק הלוי האראוויץ (דער "חוזה" פון לובלין), וואס איז געווען זיין תלמיד מובהק, אבער האט זיך אפגעטיילט פון רבי אלימלך'ס הויף און האט אויפגעשטעלט אן אומאפהענגיגן הויף, וואס האט געברענגט צו מיינונגס פארשידענהייטן צווישן די צוויי פערזענליכקייטן; רבי ישראל האפשטיין, דער "מגיד" פון קאזניץ; רבי אברהם יהושע השל פון אפטא (בעל ה"אוהב ישראל"); רבי קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין פון קראקע (בעל ה"מאור ושמש", און דער ערשטער חסידישער רבי אין קראקע); רבי מנחם מענדל פון רימאנאוו; רבי נפתלי צבי פון ראפשיץ; רבי משה יהודה לייב פון סאסאוו; און רבי אורי ("דער שרף") פון סטרעליסק. לויט א פארשפרייטע חסידישע לעגענדע, האט רבי אלימלך, פאר זיין פטירה, געגעבן פון זיינע גייסטישע כוחות צו זיינע תלמידים מובהקים; צום חוזה פון לובלין די כוח פון זען, צום מגיד פון קאזניץ די כוח פון הארץ, צו רבי מנחם מענדל פון רימאנאוו די כוח פון דער נשמה אין מוח, און צו רבי אברהם יהושע השל פון אפטא, די כוח פון רעדען.

עס ווערט דערציילט אז אין זיין עלטער איז ער געווארן זייער איינגעשלאסן און האט אויפגעהערט צו רעדן מיט דעם ציבור פון חסידים, און מעגליך אז די פאקט איז איינע פון די סיבות דערפאר וואס זיין תלמיד דער "חוזה" האט פארלאזט זיין הויף צו גרינדן א "קאנקורירנדער" הויף נאך בחייו פון רבי אלימלך. דער ספר "מאור ושמש" איז ספּעציעל באאיינפלוסט געווארן פון רבי אלימלך און דערמאנט אים צענדליגע מאל. אויך רבי נחמן פון ברסלב האט זייער געלויבט דעם ספר און זיין מחבר, ווי עס ווערט געברענגט (חיי מוהר"ן, אות תקנג): "ווען ער האט געזען דעם הייליגן ספר נועם אלימלך האט ער זיך זייער געוואונדערט און געזאגט אז די הייליקייט פון מעלת הרב הקדוש רבי אלימלך ז"ל איז הויך העכער פון וואס עס זעט זיך און מען פארשטייט פון זיין ספר".

ער איז געווען א באזונדער באוואונדערטע פיגור ביי די צדיקים אין די קומענדיגע דורות. צום ביישפיל, רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין פון קאמארנא, וואס האט געלעבט עטליכע דורות נאך אים, האט אים גערופן "אור שבעת הימים" (מגילת סתרים, זייט לו), א נאמען וואס איז באנוצט פאר דעם בעל שם טוב אליין, רעכנט אים אויס אלס א גליד אין דער קייט פון דער חסידישער פירערשאפט פון בעל שם טוב צו זיך אליין, און רופט אים "אור סתום" (לעומת דעם מגיד וואס ווערט דארט גערופן "אור מופלא". דארט, זייט נא). זיין תלמיד, רבי קלונימוס קלמן עפשטיין רופט אים, "אדמו"ר הרב הקדוש רבן של כל בני הגולה רבינו אלימלך זצוק"ל (מאור ושמש, פרשת שמיני, ד"ה ביאור הדבר). און אן אנדער ארט דערמאנט ער אים צוזאמען מיט דעם בעש"ט (מיט אן איבערראשנדן שפרינג איבער דעם מגיד), און שרייבט, "והיה העולם שמם [נאך דער תקופה פון שבתי צבי] עד שבאו שני המאורות הגדולים לעולם הבעש"ט הקדוש, ואדמו"ר הרב רבינו אלימלך...והם פתחו שער לה' צדיקים יבואו בו" (דארט, פרשת אמר, ד"ה ונראה בזה, און ענליך צו דעם אויך אין "רמזי רות", ד"ה ויש לרמוז). אין דעם ספר "מאור ושמש" זענען אויך געהיטן געווארן עטליכע מסורות וואס ער האט געהערט פון רבי אלימלך אדער וואס ער האט געזען ביי אים. צום ביישפיל, ער שרייבט אז רבי אלימלך האט געזאגט צו זיין ברודער רבי זושא, אז דער וועג צו טאן "ניסים ונפלאות ומעשים נוראים...איז דורך התחברות הצדיקים והאהבה וחיבה וריעות ביניהם" (דארט, פרשת בלק ד"ה הענין הוא כך). ער האט זיך אויך באצויגן צו רבי אלימלך אלס איינער וואס האט א ספעציעלע כוח צו באאיינפלוסן די ארומיגע דורך דערציילן געשיכטעס, און שרייבט, "שהיה עומד לפני ביתו, וסבבוהו בני אדם בעיגולים, והוא היה עומד באמצע, וסיפר איזה מעשה...וכל אחד ואחד מהם היה לבו נשבר...וכל אחד מהם סבר שסיפר המעשה הזאת עבורו" (דארט, פרשת דברים, ד"ה הענין הוא כך). ער האט אויך געברענגט אַן עדות אז רבי אלימלך האט נישט געדאווענט אין די כוונות האריז"ל, "יש כמה וכמה אנשים שמתפללים בכוונות השמות, ואולם בדורות האלו אינם צריכים לזה, וכן שמעתי מאדמו"ר בוצינא דקדישא [דער הייליגער לעמפעלע] מרנו הרב אלימלך זצוק"ל, שאמר שאין מתפלל על פי הכוונות, ומה שמתפלל בסידור האר"י ז"ל, הוא מפני שהשם הויה נכתב שם בכתיבה תמה, והוא גדול" (דארט, פרשת עקב, ד"ה ונחזור לענינינו). די אמירה איז וויכטיג אין דעם קאנטעקסט פון דעם דיון איבער דאווענען מיט כוונות אנטקעגן דאס עקסטאטישן דאווענען אין דער פריערדיגער חסידות. אין אן אנדער ארט ווערט געברענגט אין זיין נאמען אויף א קלארן אופן אז עס איז פאראן א עדיפות צו תפילה בדבקות איבער די תפילה מיט כוונות, "לבל יחשוב אדם מחשבות וחשבונות כוונות השמות, רק יקשר...נפשו רוחו ונשמתו באין סוף...וכל כך תהיה מחשבתו דבוקה בנועם ה' עד שלא יהיה לו פנאי אפילו רגע לכוון כוונות" (דארט, פרשת נצבים, ד"ה אמנם נראה).

זיין ספר "נועם אלימלך" איז צווישן די מערסט באאיינפלוסענדיגע חיבורים אין די געשיכטע פון דער חסידישער באוועגונג און ער ווערט ציטירט הונדערטער מאל אין די ספרים פון חסידות וואס זענען געקומען דערנאך. ארום דעם געשטאלט פון רבי אלימלך זענען געוואקסן פילע געשיכטעס און לעגענדעס. ער האט ווארשיינליך אויך קאמפאנירט עטליכע ניגונים, און עס זענען דא וואס האבן אים אפילו צוגעשריבן א ספּעציעלן פערזענליכן טאנץ.

דער וויכטיגער חסידישער רבי רבי צבי אלימלך שפירא פון דינוב (בעל ה"בני יששכר" און נאך אסאך חיבורים), איז גערופן געווארן אויף זיין נאמען. זיין מוטער איטה איז געווען א שוועסטערקינד פון רבי אלימלך און דאס קינד איז גערופן געווארן אויף זיין נאמען, אבער וויבאלד דער פעטער איז נאך געווען בין החיים האט מען צוגעגעבן צו אים אויך דעם נאמען "צבי". זיין גרויסער איינפלוס איז ניכר אויף זיין אייניקל רבי קלונימוס קלמיש שפירא פון פיאסעצנא, וואס ציטירט פון אים און דערמאנט אים אסאך. זיין איינפלוס אויף אים איז ספּעציעל ניכר אין דעם געביט פון מעדיטאציע און "דמיון המודרך", א נושא וואס געפינט זיך אין א פארקלענערטן פארנעם אין "נועם אלימלך" און אויך אין זיין קורצן חיבור "צעטל קטן", און וואס איז געווארן אין די כתבים פון דעם אייניקל א צענטראלע באשטאנדטייל אין זיין חסידישער הגות.

די חסידישע הגות פון רבי אלימלך

דער צדיק

דער צענטראלער נושא אין זיין ספר "נועם אלימלך", איז "דער צדיק", זיינע כוחות, זיין אויפגאבע, און די באציאונג צווישן אים און צווישן זיין עדה חסידים. דער היסטאריקער שמעון דובנאוו האט אין דעם געזען די עיקר חידוש פון ר' אלימלך און האט געשריבן, "בשעה שלא חידש ר' אלימלך מאומה בתורתם העיונית של הבעש"ט והמגיד, חידש הרבה בשיטת הצדיקיות המעשיית, כלומר בזה שעשה אותה לשיטה מיוסדת של מהות החסידות" (דובנוב, "תולדות החסידות", באנד ב', זייט 180). און דערוועגן האט געשריבן דער פארשער גדליה נגאל אין דעם אריינפיר צו זיין דיסקוסיע איבער "משנת החסידות של ר' אלימלך":

די חסידישע לערע פון ר' אלימלך דרייט זיך ארום דעם חסידישן צדיק, און דורך דעם איז ער מהות'דיג אנדערש פון די לערעס פון ר' יעקב יוסף פון פולנאה און פון דעם מגיד פון מעזריטש. מער ווי טויזנט מאל ווערט דער צדיק דערמאנט אין די דרשות פון נועם אלימלך....מער ווי אכציג כינויים ווערט דער צדיק גערופן אין די דרשות....אויף דעם צונאמען "צדיק" לייגן זיך צו אמאל פארשידענע טיטלען, ווי צום ביישפיל: אמיתי, גדול, גמור. אפילו ווען ר' אלימלך רעדט וועגן "דעם מענטש", איז זיין כוונה אפטמאל צום צדיק.... (נגאל, "מבוא", זייט 19-20).

לויט נגאל, זעען מיר ווי די צענטראלע ראלע פון צדיק אין דער חסידישער געזעלשאפט, איז א חידוש פון רבי אלימלך, וויבאלד ער מאכט זיכער צו באמערקן אז אין דעם פריערדיגן דור, איז דער נושא נישט בולט ביי די גרויסע תלמידים פון דעם בעל שם טוב (און דאס זעלבע שטימט אויך לגבי דעם בעל שם טוב גופא). מען דארף באמערקן אז דער צענטראלער ספר פון רבי נחמן פון ברסלב, "ליקוטי מוהר"ן", וואס האט אויך געלייגט א זייער שטארקן דגוש אויף דעם געשטאלט פון דעם צדיק, איז ערשט ארויסגעקומען אין יאר תקס"ח, ארום צוואנציג יאר נאך דעם פארשפרייטונג פון "נועם אלימלך". נגאל גייט ווייטער און שרייבט: "כל אדם מישראל עשוי להגיע למדרגת הצדיק, ואין הדבר תלוי אלא בו בלבד" (דארט, זייט 20).

אין דעם דארף מען אונטערשיידן צווישן זיין צוגאנג און צווישן דעם פון נאך א חשובן תלמיד פון דעם מגיד, רבי שניאור זלמן פון לאדי, וועמענס ספר "לקוטי אמרים תניא" (וואס איז ארויסגעקומען ארום אכט יאר נאך "נועם אלימלך") באשעפטיגט זיך בעיקר מיט דער רעליגיעזער ארבעט פון דעם "בינוני", וויבאלד לויט זיין באגריף ווערן "צדיקים" געבוירן מיט א נשמה אויף א ספעציעלן ניווא און עס איז נישט פאר א "געווענליכן" מענטש צו שטרעבן צו אנקומען צו דעם דרגה פון דעם צדיק, נאר בלויז צו שלמות פון דעם דרגה פון דעם "בינוני". רבי אלימלך איז אויך "מבחין צווישן סארטן צדיקים", צום ביישפיל צווישן א צדיק "מחמת זכות אבותיו" און צווישן א "צדיק מעצמו". א נאך אונטערשייד איז דא צווישן סארטן אקטיוויטעטן פון פארשידענע צדיקים:

"חשיבות עקרונית יש להבחנה בין צדיק המתבודד בדבקות עילאית לבין הצדיק הפעיל בחברה ומנהיג אותה....אין בדבריו זלזול כלפי אחד משניהם. אדרבה, העולם, הציבור הרחב, זקוק לשניהם"....חובות הצדיק כמנהיג חברה כרוכות אפוא בקשיים לא מעטים, אך הידיעה שאין מנוס מהם ורצונו של הצדיק לגבור עליהם מבטיחים את ההצלחה" (נגאל דארט, זייט 20-24).

א גוטע דוגמא צו דעם אונטערשייד געפינט זיך אין פרשת ויחי אין זיין ערקלערונג איבער די "מחלוקת" צווישן יעקב אבינו און צווישן זיין זון יוסף וועגן די ברכות וואס יעקב האט געגעבן צו די קינדער פון יוסף, אפרים און מנשה:

נראה שעיקר מחשבת יעקב אבינו עליו השלום היה להמשיך לישראל אחריו כל הימים השפעות והברכות כולם להיותם קיימים תמיד, ורצה להמשיך על ידי שני צדיקים הללו אפרים ומנשה....הטעם למה דוקא על ידי אלו הצדיקים, היות שהעולם צריך תמיד לשני מיני צדיקים, האחד הוא שיחשוב תמיד בעולמות העליונים וביחודים להוסיף אור תמיד למעלה למעלה, ואחד לחשוב בצורכי עולם מה שעולם צריכין, פרנסה וברכה וחיים ושאר הצטרכותם. ובשני מיני צדיקים הללו הוא קיום העולם. ולזה רצה להמשיך ולפעול זאת על ידם. כי מנשה הבכור היה במדרגותו לעלות תמיד ממדריגה למדריגה, ולא לחשוב בעניני העולם הזה כלל. ואפרים היה צעיר ממנו בעבודה שלא היה כל כך הולך, כי אם שהיה חושב תמיד המשכת השפעה על ישראל. וזה היה חשוב בעיני ישראל אבינו יותר, כי עיקר מגמתו היה למשוך טוב על ישראל. וכוונת יוסף היה היפך, שהיה סבר שמנשה חשוב מחמת רוב כוונתו ועליתו....לא כן היה דעת יעקב ...לכך שכל את ידיו לברכו בימין, כי זה היה עיקר פעולת יעקב, להטיב אחריו לדורותיו שיהיו מזומנים כל טוב השפעה ורחמים וזה היה מדרגת אפרים. (נועם אלימלך, ויחי, ד"ה ויקח).

די פסקה דריקט גוט אויס די פונקציע פון דעם צדיק אלס איינער וואס איז משפּיע "שפע" צו זיין עדה, און אין דעם זעלבן צייט זען מיר אז רבי אלימלך האלט אויך זייער חשוב דער צדיק וואס געפינט זיך אין דבקות. און אין די ווערטער פון נגאל, "לכאורה הכריע ר' אלימלך לצד מנהיג החברה, אלא שלא היה ברצונו ולא ביכולתו לנטוש את אידיאל הדבקות. הוא חש היטב במתיחות הפנימית של משנת החסידות, הדוגלת באידיאל הדבקות וגם באידיאל של הצדיק כמנהיג חברה" (נגאל, "מבוא", זייט 34).

לויט דובנאוו, כדי אז דער צדיק זאל מצליח זיין צו ברענגען שפע און ברכה צו זיינע חסידים, זענען זיי אים שולדיג צוויי תנאים: "שיאמין החסיד אמונה שלמה בצדיק שלו ובכחו לפעול על גורל בני האדם....[און] שיפרנסו אותו בכבוד ויספיקו לו כל צרכיו החמריים" (דובנוב, "תולדות החסידות", באנד ב', זייט 181-182).

סגפנות אנטקעגן עבודה בגשמיות

רבי אלימלך האט געהאט אן אמביוואלענטע שטעלונג קעגן סגפנות און עבודה בגשמיות. און בלשונו פון שמעון דובנאוו,

"נראה, שבלב ר' אלימלך התרוצצו שתי הנטיות: לסיגוף של מקובלים ולהתלהבות של חסידים" (דובנוב, "תולדות החסידות", באנד ב, זייט 179). עס זענען דא ערטער וואו ער דערמאנט די סיגופים צום גוטן, צום ביישפיל ווען ער שרייבט אז "צריך האדם להתחיל מתחילה בדבר גשמי קצת...דהיינו שיסגף עצמו בתענית", און "צריך לתקן את נפשו ואבריו...דהיינו שיסגף עצמו באיזה סיגוף ויתחרט וישוב" (נועם אלימלך ירושלים תשנ"ט, זייט יח, רצה). לויט גדליה נגאל, איז דער יחס פון רבי אלימלך צו עבודה בגשמיות פארבונדן צום נושא העלאת הניצוצות: "יוצא ר' אלימלך מתוך הנחה כי ניצוצות קדושים כלואים בחומר ובגשמיות...העלאתם של ניצוצות אלה...תביא בסופו של דבר...לכליון הרע בעולם ולהשבת ההרמוניה בעולם הספירות." מיט דעם אלעם, איז דעם געביט פול מיט גייסטישע סכנות, ווייל "מי שאוכל ללא מחשבות טהורות וקדושות, אכילתו דומה לאכילת הבהמה...אכן לא קל לעבוד את ה' בתחום החומר" (גדליה נגאל, "משנת החסידות של רבי אלימלך מליזינסק ובית מדרשו", זייט 152). אבער פונדעסטוועגן האט די עבודה א גרויסע חשיבות ווייל "'עבודה בגשמיות' מאפשרת המשכת הדביקות" אין די צייט וואס דער מענטש איז באשעפטיגט מיט די צרכים פון זיין קערפער (דארט, זייט 153). צום סוף באגרעניצט רבי אלימלך די עבודה בגשמיות צום צדיק בלויז: "הצדיק...מתחזק ומתאמץ לקדש עצמו יותר ויותר בעת אכילתו לדבק עצמו בקשר ודביקות גדול...הוא מקדש את עצמו יותר מבשעת תפלתו, אבל לא כן שאר העם שבעת תפלתם יכולים להתקדש יותר מבשעת אכילתם" ("נועם אלימלך", קרח, ד"ה ואמרת).

פון דער אַנדערער זייט, טענה'ט נגאל (דארט, זייט 154) אז אין "צעטיל קטן" צו רבי אלימלך, אות טו, "איז דא א פניה אין דער זאך 'עבודה בגשמיות' וואס ווענדט זיך צום חסיד מן השורה".

ס'איז צו באמערקן אז די פארשערין ציפּי קויפמאן, לויט חסידישע מסורות, האָט געזען אין דעם איבערגאנג פון סגפנות צו עבודה בגשמיות א טייל פון דעם סיבה פאר וואס רבי אלימלך האט באשלאסן זיך צו אנשליסן אין חסידות. אין איר לשון, "עבודת ה' פון ר' זושא, וואס איר עיקר איז עבודה בגשמיות, מיט התלהבות, מיט געזאנג אא"וו, איז העכער פון די עבודה פון ר' אלימלך אין תּורה ומצוות. פון דער מינוט וואָס ר' אלימלך האט דאס פארשטאנען, האט ער זיך געאײלט און געשטעלט זיין גאנג צום הויף פון מגיד פון מעזריטש" (קויפמאן, "בכל דרכיך דעהו: תּפיסת האלוהות והעבודה בגשמיות בראשית החסידות", רמת-גן, תשס"ט, זייט 349).

זיינע חיבורים

לויט דער באשרייבונג פון גדליה נגאל, זענען די דרשות וואס זענען דער יסוד פון "נועם אלימלך" געזאגט געווארן, ווי דער שטייגער פון אנדערע חסידישע אדמו"רים, אלס דרשות אויף דער וואכעדיגער סדרה, ביי סעודה שלישית פון שבת, און זענען אויפגעשריבן געווארן מוצאי שבת, אדער דורך ר' אלימלך אליין, אדער דורך זיינע נאנטע חסידים. נגאל טענה'ט אז "עס שיינט אז דרשות נועם אלימלך זענען רעדאגירט געווארן א ערשטע רעדאקציע דורך ר' אלימלך אליין" ("מבוא", זייט 12). זיין זון, ר' אלעזר, שרייבט אין "התנצלות בן המחבר" (א מין קורצע הקדמה), אז זיין פאטער האט מסכים געווען מיט א גרויס חשק צו פארעפנטליכן זיינע דרשות, אבער האט אים געזאגט אז "איך וויל נישט אז דאס זאל זיין בעודי בחיים, צוליב דעם באהאלטענעם טעם", און דעריבער איז דער ספר ערשט ארויסגעקומען נאך זיין פטירה, אין לעמבערג, אין יאר תקמ"ח, אונטערן טיטל וואס דער זון האט אויסגעקליבן. דער ספר איז פארעפנטליכט געווארן מיט "הסכמות" פון עטליכע פון די גרעסטע רבנים, וואס האבן זייער געלויבט דעם מחבר און זיין ספר. רבי זאב וואלף, דער אב בית דין פון ליזענסק, האט זיך אין זיין הסכמה באצויגן צו דער פאקט אז רבי אלימלך האט געבעטן פון זיין זון נישט צו פארעפנטליכן דעם ספר ביז נאך זיין פטירה, און האט געשריבן, "ואמרתי שגם מזה נודע גודל צדקתו וענותנותו, שלא רצה להתגלות את עצמו כל כך בחייו, כאשר היה דרכו תמיד להקטין את עצמו".

די ערשטע מהדורה איז ערשינען מיט שטערנדלעך, מסתמא אלס סימני פיסוק. אבער, לייגט צו נגאל, "חסידי פולין האבן צוגעשריבן צו די שטערנדלעך א גרויס וויכטיקייט און האבן אין זיי געזען רמזים צו באהאלטענע סודות" (דארט, זייט 13). די אגדה פארציילט אז די שטערנדלעך זענען מרמז אויף תורות וואס רבי אלימלך האט מקבל געווען ברוח הקודש, און לויט איין מסורה, איז געווען מעגליך צו פארשטיין די סעיפים מיט שטערנדלעך, נאר ערב שבת נאכן טובלן אין מקווה, וואס איז איינגעפירט ביי די חסידים. אין דעם קאנטעקסט פארציילט הרב פראפעסאר דוד הלבני א שיינע מעשה פון זיין קינדהייט אין זיין אויטאביאגראפיע:

צווישן די ספרים אין שטוב איז אויך געווען ׳נעם אלימלך׳ פון ר׳ אלימלך פון ליז׳ענסק, דער צדיק דער חסיד...וואס האט זוכה געווען צו א גרויסע שעצונג אין אונזער געגנט צוליב זיין גרויסקייט אלס למדן און אלס מיסטיקער צוזאמען. דער ספר איז ערשינען אין צוויי מהדורות: איינס מיט שטערנדלעך וואס זענען געדרוקט געווארן צווישן טייל פון די זאצן, און די צווייטע אן שטערנדלעך. די שטערנדלעך האבן געדארפט צו ווייזן אויף א טיפן, סודישן און אזאטערישן באדייט, וואס אפילו די געלערנטע האבן געקענט אנטפלעקן נאר נאכן טובלען אין מקווה. איין מאל פרייטאג נאכמיטאג, נאכן טובלען אין מקווה אלס טייל פון די הכנות צום שבת וואס איז איינגעפירט צווישן די חסידים, האב איך גענומען אין די האנט דעם ׳נעם אלימלך׳ מיט די שטערנדלעך און איך האב געוואלט פרובירן מיין כוח אין זיי צו אנטפלעקן. זיידע האט באמערקט מיין מעשה און איך האב געשפירט אז איך האב אים גורם געווען א שוועריגקייט. ער האט קלאר פארגעצויגן אז איך זאל לערנען תלמוד און ליטעראטור וואס איז פארבינדן דערצו, אבער האט נישט געוואוסט ווי אזוי מיר דאס מסביר צו זיין אן צו באליידיגן די קדושה וואס האט ארומגענומען דעם עזאטערישן ספר. זיידע האט זיך געפרייט ווען איך בין גערופן געווארן צו העלפן אין שטוב (אין צוגרייטונג צום שבת) דאס איז געווען איבערראשנד, ווייל אין אזא שפעטע שעה זענען געווענליך שוין די הכנות געווען פארענדיגט, און איך האב דאס געזען ווי א סימן אז איך בין נאך נישט גרייט צו אזעלכע איידעלע ענינים. איך האב צוגעמאכט דעם ספר און למעשה נישט געעפענט פון דעמאלטס אן. (דוד הלבני, "עלה לא נדף: חיים של לימוד בצל המוות", תרגם מהאנגלית – אריאל בר-לבב, תל-אביב 1999, זייט 26).

דער צווייטער טייל פון ספר הייסט "ליקוטי שושנה", קורצע דרשות אויף פסוקים פון דער תורה, און אויף מאמרי חז"ל. לויט נגאל איז נישטא אין "ליקוטי שושנה" קיין באדייטענדע געדאנקען נייעס וואס געפינען זיך נישט שוין אין די דרשות פון "נועם אלימלך" אויף דער וואכעדיקער סדרה.

צוזעצליך צו "נועם אלימלך" און צו "ליקוטי שושנה", זענען אויך געדרוקט געווארן צוויי קורצע חיבורים פון "הנהגות חסידיות" פון רבי אלימלך, דער "צעטיל קטן" [="די קליינע ליסטע"], און דערין זיבעצן סעיפים, און "הנהגות האדם", און דערין איין־און־צוואנציג סעיפים. צווישן אנדערע זענען איינגעשלאסן אין די צוויי רשימות קורצע טרענירונגען אין "דמיון מודרך", וואס האבן שטארק משפיע געווען אויף דעם אייניקל פון רבי אלימלך, רבי קלונימוס קלמיש שפירא מפיאסצנא, אין פארמירן זיין גייסטישע שיטה. דער מערסט באקאנטער פון זיי איז צעטיל קטן סעיף א', וואס רעקאמענדירט:

בכל עת ורגע שהוא פנוי מן התורה...ידמה בנפשו ויצייר במחשבתו כאלו אש גדול ונורא בוער לפניו עד לב השמים, והוא בשביל קדושת ה' יתברך שובר את טבעו ומפיל את עצמו להאש על קידוש ה'.

אין נאך א בארימטע פסקה (צעטיל קטן טז) באשטימט ער אז "האדם לא נברא בעולם רק לשבר את הטבע. לכן יזרז את עצמו לתקן את מדותיו".

צום סוף פון ספר איז אויך געדרוקט געווארן "איגרת הקודש", דאס הייסט איין אגרת פון זיין זון ר' אלעזר, און איין אגרת פון א תלמיד פון ר' אלימלך, ר' זכריה מנדל פון ירוסלב. די אגרות האנדלען זיך מיט א סנגוריה אויף דער חסידישער באוועגונג, אויף דער התנגדות וואס איז אויפגעשטאנען קעגן דעם צדיק רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב (מחבר ספר "קדושת לוי", און אויך ער איז פון די נאנטע תלמידים פון דעם "מגיד" פון מעזריטש), אויף דער איבערגאנג פון די חסידים פון נוסח התפילה "אשכנז" צו נוסח "ספרד", און אזוי ווייטער, און עס ווערט גערעכנט אלס א וויכטיגע היסטארישע דאקומענט איבער דער דור פון דער חסידות און איר קאמף מיט א פיינטליכער סביבה.

רבי אלימלך האט אויך פארפאסט "תפילה קודם התפילה" וואס איר סוף, וואס הייבט אן "אדרבה, תן בלבנו שנראה כל אחד את חברו בדרך הישר...ואל יעלה שום שנאה מאחד על חברו..." האט זוכה געווען צו א גרויסן פארעפנטליכונג, און אויך צו ניגונים דורך עטליכע זינגער.

ביבליאגראפיע

תורנישע ליטעראטור

  • "ספר נועם אלימלך", לעמבערג תקמ"ח (און זייער פילע אויסגאבעס זינט דאן).
  • רבי קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין, "ספר מאור ושמש" (צוויי בענדער), ירושלים תשנ"ב.
  • נפתלי אלימלך ווייס (רעדאקטאר), "ספר שערי נועם אלימלך: יסודות ושערי עבודת השי"ת / ממשנתו של ר' אלימלך מליזענסק", ברוקלין תשע"ג.
  • אברהם חיים שמחה בונם מיכלזאהן, "ספר אהל אלימלך", פרעמישלא, תר"ע.
  • יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין מקאמארנא, "מגילת סתרים", ירושלים תשס"ח.
  • בצלאל שמחה מנחם בנציון רבינוביץ מביאלא, "ספר מבשר טוב : אור אלימלך : יתבאר בו גודל שגב עבודתו של בעל הנועם אלימלך הקדוש", ירושלים תשפ"א.
  • יעקב שיף (רעדאקטאר), הגדה של פסח עם פירוש נועם אלימלך, ירושלים תשמ"ד.
  • משה יצחק מאיר שי"ף, צדיקי עולם: אוסף סיפורים ומאמרים על צדיקי פולין", אשדוד תשס"ד, עמ' שסז–תיא.
  • E.S. Zisman: “The Tzetel Katan: The Short Note: Inspiration for a Holy Life by the Chasidic Master Rabbi Elimelech of Lizhensk”, Jerusalem 2015.

פארשונג ליטעראטור

  • מאיר אידלבוים, "עריכת גלות של האחים ר' זושא ור 'אלימלך", מבוע: כתב עת ליצירה יהודית

ו (תשכט) עמ' 181–186.

  1. Marcin Wodzinski, “Historical Atlas of Hasidism”, Princeton and Oxford 2018, p.234.