רוי:רבי ישראל האפשטיין פון קאזשניץ
רבי ישראל האָפּשטיין, באקאנט מיטן נאמען "דער קאזשניצער מגיד", ווערט גערעכנט צווישן די תלמידים פון דעם גרויסן מגיד פון מעזריטש, און פון די גרעסטע תלמידים פון רבי אלימלך פון ליזשענסק, און פון די גרעסטע אדמו"רים אין פּוילן אין דעם פערטן דור (און עס זענען וואס וועלן זאגן דעם דריטן) פון חסידות. דער מגיד איז בארימט געווארן אלס א גרויסער תלמיד חכם "בנגלה ובנסתר", און איז געווען א זייער פרוכפּערדיגער מחבר. רבי ישראל ווערט גערעכנט ווי איינער פון די ערשטע אדמו"רים וואס האבן פארשפּרייט די תורת החסידות אין פּוילן. ער איז געווען א פארביגע געשטאלט און א סך מעשיות האט מען דערציילט וועגן אים, און עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן אים אפילו גערופן "דער צווייטער בעש"ט". ער האט געגעבן א סך "הסכמות" פאר מחברים פון פארשידענע ספרים. ער האט אויך געגעבן הסכמות צו נייע דרוקן פון די ספרים פון מהר"ל מפראג, ער האט זיך פארנומען מיט זיין תורה און געשריבן הערות אויף עטליכע פון זיינע ספרים. ער ווערט גערעכנט א וויכטיגער גליד אין די "פאלקסישע" פּוילישער חסידישער טראדיציע פון ליזשענסק און לובלין, קעגן דעם קאנקורירנדן און מער עליטיסטישן און מח'ישן חדר פון פּשיסחא. אין חסידות קאָזשניץ, צו אירע צווייגן, ווערט געהיטן א באזונדערע שטאנד פאר פרויען וואס האבן געהאט אַן אויסערגעוויינליכע גייסטיגע שטארקייט. אין אנהייב פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט, איז דער קאזשניצער הויף געווען זייער טעטיג אין דער חרדישער באַזעצונג אין ארץ ישראל, אריינגערעכנט אינעם לאַנדווירטשאַפטליכן געביט. אויך אין דעם באַזעצונגס-געביט געפונען מיר פרויען, פון די קינדסקינדער פון דעם מגיד, אין שליסל-פּאזיציעס.
לויטן פאָרשער זאב גריס, סימבאליזירט דער מגיד א שינוי אין מוסטער פון חסידישער הנהגה, און אזוי שרייבט ער, "איך האב נישט קיין צווייפל, אז א מנהיג ווי דער מגיד מקאזשניץ, מער ווי זיינע חברים די צדיקים ר' אלימלך פון ליזשענסק, אדער דער חוזה מלובלין, האט געשאַפן א מוסטער פאר דער געשטאַלט פון דער צדיק דער למדן, מיט וואס פּוילישער חסידות איז בארימט געווארן. דער דאזיגער טיפּ מנהיג… באַצייכנט א שינוי און א ווענדונג אין די טראדיציאנעלע צענטער פון מאכט און הנהגה אין מזרח אייראָפּעאישער אידנטום" (זאב גריס, "ר' ישראל בן שבתי מקוז'ניץ", עמ' 162). עס ווערט דערציילט אז רבי חיים פון וואָלאָזשין, דער מערסט אויסגעצייכנטער תלמיד פון גאון רבי אליהו פון ווילנע, איז אַמאָל דורכגעגאַנגען קאָזשניץ און אז ביידע האָבן געלערנט תורה צוזאַמען. דערנאָך האָט רבי חיים געלויבט די גרויסקייט פונעם מגיד אין ש"ס בבלי, תוספות, און אויך אין תלמוד הירושלמי (קאמעלהאר, "דור דעה", עמ' רט–רי). לויט גריס, ווייזט אויך די פאַרמערטע צאָל פון הסכמות וואָס דער מגיד האָט געשריבן אויף דעם שטאַרקן קשר וואָס ער האָט געהאַט מיט תורה לערנען און מיט די תלמידי חכמים פון זיין דור.
ביאגראפיע
אפילו די געבורט פון רבי ישראל האָפשטיין איז ארומגענומען מיט לעגענדעס און געשיכטעס. מען דערציילט אַז ער איז גערופן געווארן "ישראל" אויפן נאָמען פון רבי ישראל בעל שם טוב, וועלכער האט לויט איינע פון די געשיכטעס געבענטשט זיין פאָטער, ר' שבתי, אַן אַלטן איינבינדער, אַן אָרעמאַן, א צדיק, און א קינדערלאָזער, מיט א בן זכר. לויט אַן אנדערע געשיכטע איז דער בעל שם טוב געווען דער סנדק ביי דער ברית פון דעם מגיד און געהייסן זיין פאָטער צו רופן אים מיטן נאָמען "ישראל" אויפן נאָמען פון זיך אַליין, כאָטש לויט דעם מנהג אשכנז מעג מען נישט רופן א קינד אויפן נאָמען פון איינעם וואָס איז נאָך ביים לעבן. לויט דער געשיכטע זענען פאַראַן וואָס האָבן אים גערופן "דער צווייטער בעל שם טוב". אין דעם קאנטעקסט איז מערקווירדיג אַז אין זיין ספר "עבודת ישראל" (פּרשת שמיני, ד"ה בפסוק הנ"ל), דערציילט דער מגיד אַז ער האָט אַמאָל געזען דעם בעל שם טוב אין א חלום, האָט אים געפרעגט א פראגע אין עבודת ה', און באקומען אַן ענטפער פון אים "בדרך משל".
דער מגיד איז געבוירן געוואָרן אין דער שטעטל אפּטא אין פּוילן אין יאר תצ"ז (1737) צו זיין פאטער שבתי און צו זיין מוטער פעריל. שוין אין א יונגן עלטער האט מען אים באמערקט אלס אַן עילוי, און אין עלטער פון זיבן יאר איז ער שוין אנגענומען געוואָרן אין דער חברה "נר תמיד" פון די לומדי הקהילה, און אַזוי שטייט געשריבן אין פנקס החברה, "נתקבל להחברה הבחור הקטן ישראל בן ר' שבתי ונתן אביו מעות-הקדמה ג' לוט כסף". ער איז געווען שוואַך פון זיין יוגנט, און זיין גאנצע לעבן האָט ער געהאַט צו ליידן פון שוואַכקייט און קראַנקייט. ווען ער איז אביסל עלטער געווארן איז ער געפאָרן צו לערנען תורה אין עטליכע שטעטלעך און אויך פון רבי שמואל שמעלקע האָראָוויץ פון ניקלשבורג, וואס איז גערעכנט געוואָרן אלס גרויס אין תורה, צוגלייך וואס ער איז געווען אַ נאָענטער חסיד פון דעם גרויסן מגיד פון מעזריטש. מע דערציילט אַז ער האָט אויך געקענט דעם ברודער פון רבי שמעלקע, רבי פנחס, אב בית דין פון פראנקפורט און בעל ספר "הפלאה", אויך אַ גרויסער אין תורה און אַ תלמיד פון דעם מגיד.
אונטער דעם איינפלוס פון זיין רבי איז ער געפאָרן קיין מעזריטש צו לערנען ביי דעם מגיד, און דאָרט האָט ער באַקענט זיינע גרויסע תלמידים, צווישן זיי רבי אהרן פון קאַרלין, רבי שניאור זלמן פון לאַדי, רבי לוי יצחק פון ברדיטשוב, רבי אלימלך פון ליזשענסק, און רבי יעקב יצחק, שפּעטער "דער חוזה" פון לובלין. מע דערציילט אַז כדי צו גרייטן זיך צו דער נסיעה קיין מעזריטש, האָט רבי ישראל איבערגעקוקט אכט הונדערט קבלה ספרים, און ווען ער איז אָנגעקומען אַהין האָט דער מגיד אים אַרויפגעלייגט אַן אויפגאבע צו מגיה זיין דעם "סידור האר"י", וואָס איז געווען געהיטן אין כתב יד.
אין יאָר תקכ"ה (1765) איז רבי ישראל אויסגעוויילט געוואָרן צו דינען אלס "מגיד מישרים" אין דער שטעטל קאָזשניץ אין צענטראל פּוילן, און אין די אַרומיגע שטעטלעך. ווייטער האט ער אויך געגרינדעט אַ ישיבה דארט און איז געשטאַנען בראש. אין קאָנטעקסט פון הלכה פּסק, איז באַקאַנט אַז ער האָט זיך פאַרנומען מיט היתר עגונות.
נאָך דער פטירה פון דעם מגיד (תקל"ג), איז רבי ישראל געוואָרן איינער פון די נאָענטסטע תלמידים פון רבי אלימלך אין ליזשענסק. די חסידישע לעגענדע דערציילט אַז פאר זיין טויט האָט רבי אלימלך פאַרטיילט זיינע גייסטישע כוחות צווישן זיינע תלמידים, און אַז רבי ישראל האָט גע'ירשענט פון אים דעם "כוח הלב". ס'איז ראטזאם אָנצומערקן, אַז כאָטש ביידע האָבן געלערנט צוזאַמען ביי דעם מגיד, דערמאנט רבי ישראל אמאל אויך רבי לוי יצחק פון ברדיטשוב מיטן טיטל "מורי ורבי".
בערך אין דער צייט פון דער פטירה פון זיין רבי רבי אלימלך (תקמ"ז), האט ער אויך אָנגעהויבן דינען אלס אַן אומאפהענגיגער אדמו"ר אין קאָזשניץ. ער איז באַרימט געוואָרן נישט נאָר אַלס אַן ערשטקלאסיגער תלמיד חכם, נאָר אויך אַלס אַן אדמו"ר און "בעל מופתים", האָט זיך פאַרנומען מיט "סגולות" און פאַרטיילט קמיעות. אויך צווישן די גויים, און באַזונדערס צווישן דער אַדעל, ווי למשל "דער פּרינץ טשאַרטאָריסקי", זענען געווען אַזעלכע וואָס זענען געפאָרן צו אים כּדי צו באַקומען זיינע ברכות און ישועות פון פאַרשידענע פּערזענליכע צרות. אין דער זעלבער צייט האָט ער אויך געליטן פון אַטאַקעס פון די "מתנגדים", און בראש זיי רבי דוד פון מאַקאָוו, מחבר פונעם אנטי-חסידישער ספר "זמיר עריצים".
דער מגיד איז געווען א שוואַכער מענטש און האָט געהאַט א טענדענץ צו ליגן א סך אין זיין בעט. דאָך ווערט דערציילט אַז אין דער צייט פון דאווענען איז ער אויפגעשטאַנען פון זיין בעט און געדאַווענט מיט א גרויסער קראַפט און מיט א גרויסער התלהבות. עס איז געבליבן א בארימטע בילד פון אים ווען ער איז געזעסן ביי א טיש און מקבל געווען קהל (קבלת קהל).
די פטירה פונעם מגיד אין ערב סוכות תקע"ה (1814), איז אויך פארבונדן געווארן מיט א בארימטער חסידישער לעגענדע. לויט דער געשיכטע, האבן דער מגיד און זיינע חברים, דער חוזה מלובלין און רבי מנחם מענדל פון רימינוב, געזען אין די נאַפּאָלעאָנישע מלחמות "מלחמת גוג ומגוג" וואס דארף צו געשען פאר ביאת המשיח. זיי האבן פּרובירט צו ניצן מיסטיש-מאַגישע אַקטיוויטעטן צו העלפן נאַפּאָלעאָן (קעגן זייער פריינד רבי שניאור זלמן פון לאַדי, וואָס האָט אַקטיוו אונטערשטיצט רוסלאַנד) און אזוי צו פאַרגיכערן די גאולה. די שפּיץ פון די אַקטיוויטעט האט געדארפט צו פארקומען אין דער נאַכט פון חג שמחת תורה תקע"ה, אָבער דער מגיד איז אוועק אין ערב סוכות. דער חוזה האָט נישט געהערט וועגן זיין פטירה און האָט פּרובירט וואָס ער האָט געפּרובירט אין דער נאַכט פון חג, אָבער איז אַראָפּגעפאַלן פון פענסטער פון זיין בית מדרש און איז שווער פאַרוואונדעט געווארן. לויט איין ווערסיע האָט ער אנגעהאנגען דעם דורכפאַל פון פּלאַן אין דער פטירה פון דעם מגיד. נאך עטליכע חדשים איז רבי מנחם מענדל אוועק, און דער חוזה איז אוועק אין ט' באב תקע"ה. די גאַנצע געשיכטע איז אוודאי לעגענדאר, און עס האט סתירה'דיגע ווערסיעס און פארשידענע פירושים צווישן די חסידים, משכילים און פארשער.
דער מגיד איז באַגראָבן געוואָרן אין דעם אידישן בית הקברות אין קאָזשניץ. אין דער צייט פון דער שואה איז דער בית הקברות פארניכטעט געוואָרן דורך די דייטשן. אין יאָר 1984 איז ער רעקאָנסטרואירט געוואָרן און א פּראַכטפולער "אוהל" איז געבויט געוואָרן איבער די קברים פון דעם מגיד און נאך עטליכע פון די צדיקים פון דער קאָזשניצער דינאסטיע. אַלע זיינע ספרים זענען אַרויס נאָך זיין פטירה. פילע פון די מנהיגים פון די קומענדיגע דור פון חסידות זענען געווען זיינע תלמידים, אַריינגערעכנט אַזעלכע וואָס האָבן פאָרגעזעצט זיין פאלקסישן וועג, און אויך אַזעלכע וואָס זענען געגאַנגען אין דער נייער ריכטונג פון "פרשיסחער חסידות". צווישן זיינע תלמידים ווערן גערעכנט באַרימטע צדיקים, און צווישן זיי: רבי יעקב יצחק ("דער איד הקדוש") פון פרשיסחא; רבי שמחה בונים פון פרשיסחא; רבי יצחק מאיר אלתר, ("דער חידושי הרי"ם"), דער גרינדער פון גערער דינאסטיע; רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ; רבי קלונימוס קלמן הלוי עפשטיין פון קראקע, מחבר פון "מאור ושמש"; רבי שלום ("שר שלום") רוקח פון בעלזא; רבי משה טייטלבוים פון אוהעל; רבי צבי הירש פון זידיטשוב; רבי צבי אלימלך פון דינוב (דער "בני יששכר"); און רבי דוד פון לעלוב.
ווי ס'פּאַסט פאר אזא פילפארביגע געשטאַלט, איז נישט איבערראַשנד אַז די חסידים האָבן דערציילט וועגן אים פילע מעשיות.
זיינע קינדער, המשך השלשלת, פרויען פון דער משפחה און די חסידישע באַזעצונג אין ארץ ישראל
די ווייב פון רבי ישראל האָט געהייסן רויזא. דאָס פּאָרפאָלק האָט געהאַט דריי קינדער: רבי משה אליקים בריעה, וועלכער האט איבערגענומען זיין פאָטער'ס אָרט אלס אדמו"ר אין קאָזשניץ, און האָט מחבר געווען עטליכע ספרים. די טאָכטער פון דעם מגיד, לאה פערל (באַקאַנט ווי "פערל" אָדער "פערעלע") האָט חתונה געהאַט מיט הרב אבי עזרא זעליג שפירא, רב פון גרעניץ. זיין זון איז געווען רבי חיים מאיר יחיאל שפירא, דער "שרף פון מוגלניצא". נאָך אַ זון פון דעם מגיד, רבי מוטל, איז אוועק אין זיין יוגנט.
פערל איז גערעכנט געוואָרן אלס אַ גרויסע צדיקת און האָט זיך אויפגעפירט אין געוויסע זאַכן פּונקט ווי אַן אדמו"ר. לויט דער חסידישער לעגענדע האָט זי געדאַווענט איינגעהילט אין א טלית ווען זי איז אויך אָנגעגאַרטלט מיט א גארטל ווי דער חסידישער מנהג. זי האָט זיך געפירט צו פאַסטן מאנטאג און דאָנערשטיג און זי האט זיך געטובלט אין מקוה יעדן ערב שבת. דער מגיד זעלבסט האָט איר זייער געשעצט און האָט געשיקט חסידים מיט "קוויטלעך" צו איר כדי זי זאָל דאַווענען פאר זיי. די משפּחה-מסורה פון א רעבעצין מיט ספּעציעלע גייסטישע כוחות האָט אויך באַאיינפלוסט די קומענדיגע דורות פון די רביצינס אין די דינאסטיעס וואָס זענען פאַרבונדן מיט קאָזשניצער חסידות, און אַפילו אין דעם צוואנציגסטן יאָרהונדערט אידענטיפיצירן מיר טייל פרויען פון דער משפּחה ווי כאַריזמאַטישע געשטאַלטן וואָס האָבן אויף זיך גענומען צו מקיים זיין מצוות און לערנען תורה העכער פון וואָס ווערט ערוואַרט פון אַ חסידישע פרוי, און אַפילו הנהגה-פונקציעס.
דער רושם קומט אויך אַרויס קלאָר פון דעם ספר "מדין לרחמים" פון דער ארצישראלישער שרייבערין מלכה שפירה, די טאָכטער פון דעם אדמו"ר רבי ירחמיאל משה פון קאָזשניץ, און די אוראייניקל פון דעם מגיד. אין איר פּסודא-אויטאָביאָגראַפישן ספר, שילדערט זי דאָס לעבן פון זיך און אירע שוועסטער אין הויף פון זייער פאָטער. די טעכטער האָבן געהאַט פּריוואַטע לערער פאַר תורה און פאר אַלגעמיינע שטודיעס, און דאָס געשטאַלט פון פערל אלס די באבע די צדיקת איז געשטאַנען פאר זייערע אויגן. איינע פון אירע שוועסטער, רחל חיה מרים, האָט חתונה געהאַט מיט איר קוזין, דעם אדמו"ר רבי קלונימוס קלמיש פון פיאסצנא. ער שילדערט איר ווי אַ תלמידת חכמים מיט אַ ברייטע ידיעת התורה, אַריינגערעכנט קבלה און חסידות, וואָס האָט געדאַווענט און געלערנט תודה יעדן אינדערפרי פאר פיר שעה, צוגעהערט צו זיינע דברי תורה ביי די "טישן", און אפילו געהאָלפן אים רעדאַגירן זיינע ספרים. אַ דריטע שוועסטער, חנה גולדה, איז געווען טעטיג אין דער חסידישער באַזעצונג אין כפר חסידים, צוזאַמען מיט איר ברודער רבי ישראל אלעזר האָפשטיין. זי איז געווען די ערשטע פרוי צו באַזעצן זיך אין גבעה, וואָס איז ערשט גערופן געוואָרן "עבודת ישראל". פון דאָרטן איז די גרופּע אַריבערגעגאַנגען צו "כפר חסידים". זי האָט זיך פאַרנומען מיט רפואה, לאַנדווירטשאַפט, און אַפילו מיטן פירן דעם שמירה אויפן ישוב. אין איר טאָגבוך שילדערט זי אויך די חסידישע אַטמאספערע וואָס האָט געהערשט אינעם אָרט, אַריינגערעכנט תורה לערנען, שבת סעודות און זינגען ניגונים. אין די פריע 30ער יאָרן פון דעם צוואַנציגסטן יאָרהונדערט איז זי אַריבערגעגאַנגען צו וואוינען אין ירושלים. אין 1937 איז זי געקומען באַזוכן וואַרשע כדי צו באַטייליגן זיך אין דער חתונה פון איר פּלימעניצע, און פאר סיבות וואָס זענען נישט קלאָר, איז זי געבליבן ביז 1939, און איז אומגעקומען אין א דייטשער באָמבעדירונג אין אָנהייב פון דער צווייטער וועלט מלחמה. זי איז באַגראָבן געוואָרן אין דעם גרויסן אידישן בית הקברות אין וואַרשע, און איר קבר איז געבליבן ביזן היינטיגן טאָג.
נאָך דעם טויט פון רבי חיים מאיר יחיאל, "דער שרף פון מאגילניצא" (דער זון פון פערל) אין יאָר תר"ט, האָט זיך דער קאזשניצער חסידות געשפּאָלטן, און זיין צווייטער זון, רבי אלימלך שפירא, האָט אויפגעשטעלט זיין הויף אין דער שטעטל גראָדזיסק. ער האָט מחבר געווען צוויי ספרים, "אמרי אלימלך" און "דברי אלימלך", איז געוואָרן אַן אדמו"ר פאַר פילע חסידים און איז סוף ימיו באַרימט געוואָרן אלס "דער עלצטער פון די פּוילישע אדמו"רים". אין זיין עלטער זענען אים געבוירן געוואָרן (פון זיין צווייטע ווייב), צוויי זין, קלונימוס קלמן און ישעיהו, און ביידע זענען אין די קומענדיגע יאָרן געוואָרן באַרימטע פּערזענליכקייטן אין דער חסידישער וועלט.
דער ערשטער, וואָס נאָך דעם טויט פון זיין פאָטער, איז אויפגעוואַקסן אין הויף פון זיין פּלימעניק, רבי ירחמיאל משה אין קאָזשניץ, האָט חתונה געהאַט מיט זיין פּלימעניצע רחל חיה מרים. נאָך דער פטירה פון רבי ירחמיאל משה האָט ער אויפגעשטעלט אַן אייגענעם חסידישן הויף און איז געוואָרן אַן אדמו"ר אין פיאסצנא לעבן וואַרשע. ער איז באַרימט געוואָרן צוליב זיינע ספרים, צווישן זיי "חובת התלמידים" (ווארשע תרצ"ב) און "אש קודש", (די דרשות וואָס ער האָט געזאָגט אין וואַרשעווער געטאָ). ער איז אומגעקומען אין דער שואה און זיינע דרשות זענען פאַרעפנטליכט געוואָרן נאָך דער שואה אין ארצישראל.
זיין יונגערער ברודער, רבי ישעיהו, באַקאַנט אלס "אדמו"ר החלוץ", איז אַרויף קיין ארץ ישראל אין 1920, האָט זיך פיל פאַרנומען מיט רעליגיעזער לאַנדווירטשאַפטליכער באזעצונג און איז געווען פון די גרינדער פון דער אָרגאַניזאַציע "הפועל המזרחי". ער איז אויך געווען פאַרבונדן מיט דער אָרגאַניזאַציע "ברית שלום", וואָס האָט געשטיצט דאס גרינדן א צוויי-נאַציאָנאַלן ענטיטעט פאַר אידן און אַראַבער. ער האָט אויפגעשטעלט אַ חסידישן הויף אין תל-אביב און היינט צו טאָג ווערט דער הויף געפירט, אונטער דער הנהגה פון זיין אייניקל, רבי קלמן מנחם שפירא, ווייטער אלס חסידות "גרודזיסק-פיאסצנא" אין דער שול "אש קודש" אין רמת בית שמש. אין תל-אביב עקזיסטירט נאָך אַ בית מדרש פון קאָזשניצער חסידים. ווי עס איז שוין אָנגעצייכנט געוואָרן, האָבן די קאָזשניצער חסידים און דערנאָך אויך די פיאסצנער חסידים געפירט די באַוועגונג פון חסידישע באזעצונג אין ארץ ישראל און האָבן אויפגעשטעלט די לאַנדווירטשאַפטליכע ישובים "כפר אתא" און "כפר חסידים" אין צפון לאַנד. דער פיאסעצנער רבי האָט געשיקט זיינע חסידים זיך באַזעצן אין לאַנד, האָט געקויפט פאר זיך ערד און געהאַט בדעה אַרויף צו גיין קיין לאַנד, אַ פּלאַן וואָס איז צעפאַלן צוליב דער שואה. אין קרית אתא (וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אַלס "כפר אתא") היינט צו טאָג עקזיסטירט אַ קליינע שול וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אַלס אַ שול פון פיאסעצנער חסידים.
דער לעצטער אדמו"ר אין גרודזיסק איז געווען רבי ישראל שפירא, דער אייניקל פון רבי אלימלך, און מחבר פון די ספרים "אמונת ישראל" און "בינת ישראל". ער איז באַרימט געוואָרן נאָך דער שואה נאָך אַן אמונה רעדע וואָס ער האָט געגעבן צו זיינע חסידים איידער זיי זענען אַריינגעפירט געוואָרן אין די גאַזקאַמערן און זענען אומגעבראַכט געוואָרן אין דעם טרעבלינקער פארניכטונגס לאַגער. די איבערבלייבונגען פון קאָזשניצער חסידים וואָס זענען אָנגעקומען קיין ארצישראל נאָך דער שואה האָבן דערציילט וועגן דער רעדע צו דעם רב הראשי, הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאָג, עס איז פאַרעפנטליכט געוואָרן אין ספר "אמונת ישראל" חלק שני (ירושלים תשכ"ה).
תורתו ויחסו למהר"ל מפראג
שרייבט יצחק הרשקוביץ ("גאולת ישראל למגיד מקוז'ניץ", עמ' 15–16), "ר' ישראל ב"ר שבתי… איז געווען דער גייסטיגער פּאַטראָן פון דעם נייעם דרוקעריי-פּראָיעקט פון כתבי מהר"ל אין די לעצטע יאָרן פון דעם 18טן יאָרהונדערט און אין אָנהייב פון דעם 19טן יאָרהונדערט, ווי עס שיינט פון זיינע הסכמות צו די דרוקן. מער פון דעם, דער מגיד האָט אַפילו מחבר געווען א ספר מיטן נאָמען גאולת ישראל [וארשה תרכ"ה], דער ערשטער ספר וואָס האָט אַריינגעטראָגן דעם מהר"ל פון פראג אין דער חסידישער באַוועגונג אלס א הויפּט-מקור. אין דעם ספר זענען געבראַכט געוואָרן צענדליגע הערות און ערקלערונגען אויף די ווערטער פון מהר"ל אין ספר גבורות ה'. דערצו…הערות אויף ספר באר הגולה…און אויך הערות אויף חיבור נר מצוה". הרשקוביץ באַמערקט אויך אַז די נייע ספרים פון מהר"ל זענען געדרוקט געוואָרן דורך ר' יעקב משה יעראָסלאַוו, וואָס איז געווען אַ תלמיד פון דעם מגיד.
אָבער לויט הרשקוביץ האָט דער מגיד געצויגן דעם מהר"ל אין דער ריכטונג פון די קבלה פון זהר און אר"י, אַפילו אין פאַלן וואו דער מהר"ל רעפּרעזענטירט טאַקע אַן אַנדערע תפיסה. לויט זיינע ווערטער, "האָט דער מגיד געזוכט פארצושטעלן דעם מהר"ל אינעם ליכט פון חכמת הקבלה, לויט די מסורת הלימוד וואס איז געווען מקובל אין זיינע צייטן און אין זיין בית מדרש...דער זהר און אר"י...האט דער מגיד זיך באמיט צו געפינען פאר יעדן מהות'דיגן ענין אין משנת המהר"ל א יסוד און שורש אין די קלאסישע מקורות הקבלה...דער מהר"ל איז טאַקע געווען פאר דעם מגיד א וויכטיגער מקור, און ער האָט זיך אויך געמיט און געשטעלט צו פארשפרייטן זיין תורה, אָבער זיין משנה איז געבליבן א צווייטיגע אין באַציאונג צו די הויפּט השראה מקורות פון חסידות אין די ערשטע דורות – דער זהר און אר"י" (הרשקוביץ, עמ' 31).
דער מגיד האָט זיך קעגנגעשטעלט צו סיגופים און האָט געהאַלטן פון "עבודה בגשמיות". די שטעלונג האָט געווירקט אויף זיין אייניקל, דער פיאסעצנער רבי'ן אין זיין הגות. אין זיין ספר "עבודת ישראל" קומט אויך פאר א טעכניק צו מיסטישע תפילה וואָס באַזירט זיך אויף דמיון פון די תיבות התפילה אין מוח דורך דעם מתפלל, איידער ער רעדט זיי אויס מיט זיינע ליפן.
לסיכום, שרייבט יהושפט נבו, "דער קאזשניצער מגיד געהערט צו...דעם דריטן דור פון חסידות. די תלמידים פון מגיד ממזריטש...האָבן איבערגעקערט חסידות פון אַן עליטיסטיש-עזאטערישע באוועגונג – צו אַ פאָלקס-באוועגונג...דער קאזשניצער מגיד האַנדלט אין זיין ספר ["עבודת ישראל"] מיטן גאנצו ספּעקטרום פון נושאים, וואָס האָבן באַשעפטיגט די חסידות אין יענעם דור... דעם מגיד'ס אייגנאַרטיגע ביישטייערונג ווערט אויסגעדריקט אין דעם וואָס ער לייגט פאָר די זאַכן אויף אַ וועג וואָס איז פאַרשטענדליך צו דעם הארץ פון דעם לייענער און נעמט אין באַטראַכט די געפילן און שוועריקייטן...דורך דעם זעט מען ווי די חסידישע רעיונות ווערן צוגעפּאַסט פאַרן ברייטן ציבור...אין דעם שרייבן פון דעם מגיד זעט מען א נאַטירליכע ענווה...וואָס איז פאַראייניגט מיט אהבת-ישראל" (יהושפט נבו, "ערכי חסידות בספר 'עבודת ישראל' של המגיד מקוז'ניץ", עמ' 128).
למרות חשיבותו, האָט דער מגיד נישט באַקומען קיין גרויסע מחקרית'דיקע באַהאַנדלונג. וועגן דעם שרייבט זאב גריס, "איתרע מזלו פון ר' ישראל בן שבתי מקוז'ניץ, וואָס כאָטש זיין וויכטיגקייט אלס איינער וואָס לייגט יסודות צו דער פארשפרייטונג פון דער חסידישער באוועגונג אין פוילן, און אפשר דוקא דערפאר, האָט ער נישט זוכה געווען צוזאמען מיט זיינע חברים צדיקי פוילן וואָס די חוקרים זאָלן זיך מיט אים באשעפטיגן" (זאב גריס, "ר' ישראל בן שבתי מקוז'ניץ", עמ' 127).
ביבליאגראפיע
ספריו של המגיד
- אור ישראל -על תיקוני זוהר טשרנוביץ תרכ"ב
- בית ישראל – חידושים על תלמוד בבלי ורשה תרכ"ה, חלק שני תרל"ו. מהדורת תר"מ כולל גם תשובה על עניני עגונות, "עגונת ישראל"
- גאולת ישראל - הגהות וביאורים על ספרי המהר"ל מפראג; גבורות ה', נר מצווה ובאר הגולה, ווארשה תרכ"ה
- הגדה של פסח גבורת ישראל, לבוב תרכ"ד
- הגהות לספר רזיאל המלאך, יוזעפאף תרל"ב
- חידושי מגיד משנה -הערות וחידושים על המשניות, ירושלים תש"ן
- ח"ן כללים - על נושאים בקבלה, לבוב [?] תר"כ [?]
- ילקוט עבודת ישראל - מאמרים, לקט על פרשיות התורה, מועדים, מנהגי קודש, מכתבים ואגרות קודש, ברוקלין תשס"ד [?]
- יקר מפז - על התורה, ההפטרות, שולחן ערוך, ועוד, - מה שנשמט מהספר עבודת ישראל. לבוב תר"ל
- כתבי קודש - על ימים נוראים חנוכה ופורים, לבוב תרכ"ב
- מגיד משרים על מסכת שבת, בילגוריי תרצ"ז
- נזר ישראל - על ספר הזהר וזהר חדש, לבוב תרכ"ד
- נר ישראל - פירוש על ספר "לקוטי רב האי גרון" ועל ספר "שער השמים" המיוחס לרבי יוסף ג'יקטליה, וילנה [צרי לומר לבוב] ת"ר
- עבודת ישראל (עם אבות ישראל על מסכת אבות) - על המקרא יוזיפוב תר"ב
- רמזי ישראל - על ספר "התמונה", ווארשא תרנ"ט
- שארית ישראל - פירוש על מדרש רבה וספר תהילים, לובלין תרנ"ה
- תהלות ישראל - על תהילים ורשה תרכ"א
- תורת המגיד הק' מקוז'ניץ זי"ע השלם על ענייני חנוכה, ברוקלין תשע"ד
הסכמות שהמגיד נתן לספרי חסידות
- אור פני משה, מזריטש תקס"ט
- דגל מחנה אפרים, קארעץ תקע"א
- ליקוטי מוהר"ן, אוסטרוהא תקס"ו
- נועם מגדים, לבוב תקס"ז
- סידור תפילה ישרה וכתר נהורא השלם, אוסטרהא תק"ע
הסכמות לספרי המהר"ל מפראג
- אור חדש, ווארשא תקנ"ח
- באר הגולה, נאווי-דוואהר תקס"ד
- גבורות ה', נאווי-דוואהר תקנ"ו
- נצח ישראל, נאווי-דוואהר תקנ"ג
- נתיבות עולם, נאווי-דוואהר תקס"ט
ספרים ומחקרים עליו
- יצחק אלפסי, "אנציקלופדיה לחסידות: אישים", ירושלים תשס"א, כרך ב, עמ' תקמא–תקמט.
- אברהם יצחק ברומברג, "בית קוזניץ", ירושלים תשמ"ב.
- זאב גריס, "ר' ישראל בן שבתי מקוז'ניץ ופירושו למסכת אבות", בתוך "צדיקים ואנשי מעשה: מחקרים בחסידות פולין", ירושלים תשנ"ד, עמ' 127-165.
- יצחק הרשקוביץ, "גאולת ישראל למגיד מקוז'ניץ: יחס אמביוולנטי למשנת מהר"ל מפראג בדור השלישי של החסידות", "דעת: כתב עת לפילוסופיה יהודית וקבלה", 68-69, קיץ תש"ע, עמ' 15-31.
- צבי לשם, "האור שבדפנות הכלים : היחס לעבודה בגשמיות בהגותו של ר' קלונימוס קלמיש שפירא מפיאסצנא", "אסיף – תנ"ך ומחשבה; שנתון איגוד ישיבות ההסדר ד (תשע"ז), עמ' 148-170.
- יהושפט נבו, "ערכי חסידות בספר 'עבודת ישראל' של המגיד מקוז'ניץ", שנתון "שאנו", תשס"ט, כרך יד, עמ' 117-128.
- הרב יקותיאל אריה קאמעלהאר, "דור דעה: ארבע תקופות בראשית החסידות בשנות ת"ק – תר"כ", ניו-יורק תשי"ב, עמ' רט-רטו.
- צבי מאיר רבינוביץ, "המגיד מקוז'ניץ: חייו ותורתו", תל-אביב, תש"ז.
- שרה שטיינפלד (ניבנגרטן), "תורתו החסידית של ר' ישראל המגיד מקוז'ניץ", עבודת דוקטור, בית המדרש לרבנים, ניו יורק 1981.
- אברהם אופיר שמש, "רפואה פלאית מגן עדן: הסיפור החסידי על הרבי מקוז'ניץ", "מהות: כתב עת ליצירה יהודית", ,2005 עמ' 5-15.
- מלכה שפירא, "מדין לרחמים: סיפורים מחצרות האדמו"רים", ירושלים תשכ"ט.
- Daniel Reiser and Shalom M. Shalom, "The First Woman in Kefar Hasidim: Hannah Golda Hopstein's Memoir", in "Women in Judaism: A Multidisciplinary e-Journal", Vol. 19, No. 1 (2022), pp. 1-28.