רוי:מלחמת גוג ומגוג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מלחמת גוג ומגוג איז א מלחמה, אדער סעריע מלחמות, וואס וועט פארקומען אין אחרית הימים.

אין ספר יחזקאל[1] ווערט געזאגט נבואות אויף דעם קעניג פון לאנד מגוג ("גוג מארץ המגוג"), אז ער וועט ליידן א מפלה ווען ער וועט אנפאלן אויף די אידן. וועגן דעם, וועמען דער נביא מיינט דערמיט, זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען; מען ווייזט אן, אז אין בראשית[2] ווערט דערמאנט א פאלק מגוג; טייל ווייזן אויך אן, אז אין די אלטע פעלקער-שריפטן וואס מען האט געפונען אין אשור און בבל פון יענער צייט ווערט דערמאנט דער מלך גאגא פון לוביע (אין קליין-אזיע); טייל ווייזן אן אז די ארמענישע בערג האבן געהייסן גאגי און מען זאל מיינען ארמעניע.

אין דער גמרא[3] ווי אויך אין פיל מדרשים און תרגום יונתן[4] ווערט די מלחמה פון גוג ומגוג פארגעשטעלט אלס די מלחמה וואס וועט פארקומען אין דער צוקונפט ווען משיח וועט קומען. צוערשט וועט גוג אפהאלטן נצחונות און פייניגן די אידן, נאר שפעטער וועט ער באזיגט ווערן דורך משיח און ער וועט פארניכטעט ווערן, און עס וועלן זיך אנהייבן ימות המשיח, משיח'ס צייטן. אין מדרש[5] ווערן געברענגט די אגדות אין צוזאמהאנג מיט דער מלחמה פון גוג ומגוג.

אין איסלאם

שפעטער ביי די אראבער, אין הויפט-בוך פון איסלאם, דעם קוראן ווערט געברענגט די לעגענדע פון יאדזשודזש און מאדזשודזש, וואס איז אן אפקלאנג פון די אידישע אגדות וועגן גוג ומגוג.

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!