רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין פון קאמארנא
![]() | |||||
ציונים פון רבי יצחק אייזיק און זיינע ממלאי מקום, אין קאמארנא | |||||
געבורט |
כ"ה שבט ה'תקס"ו סאמבור, גאליציע, עסטרייכער אימפעריע (היינט אוקריינע) | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה |
י' אייר ה'תרל"ד (אלט: 68) קאמארנא, גאליציע, עסטרייכער אימפעריע (היינט אוקריינע) | ||||
מקום קבורה | קאמארנא, גאליציע | ||||
רבי'ס | רבי צבי הירש פון זידיטשוב; רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא) | ||||
ספרים | חומש היכל הברכה, נוצר חסד, אוצר החיים, שולחן הטהור און נאך | ||||
ווייב | גיטל טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו | ||||
דינאסטיע | קאמארנא | ||||
טאטע | רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין פון קאמארנא | ||||
מאמע | חנה | ||||
קינדער | רבי אליעזר צבי סאפרין | ||||
|
נוסח פון זיין מציבה
|
---|
כתר תורה
פ”נ י’ אייר תרל”ד אדונינו מורינו ורבינו, רבן של ישראל, מאור הגולה, עמוד הימיני פטיש החזק, מופת הדור, הגאון קדוש אלקי, אספקלריא המאירה, אור מופלא ומכוסה, גאון הגאונים קודש הקדשים, מרא דרזין דנהירין ליה שבילי דרקיע כשבילי דנהר דעה, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, המפורסם בקדושתו וענוות צדקתו, עמוד ברזל, צדיק יסוד עולם, אור שבעת הימים, אוהב ישראל מרן רבינו מוהר”ר יצחק אייזיק יהודה יחיאל זללה”ה בהרב הצדיק הקדוש מו”ה אלכסנדר זללה”ה אב”ד דפה ת.נ.צ.ב.ה. |
רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל[1] סאפרין, באקאנט אלס רבי אייזיקל קאמארנער (כ"ה שבט ה'תקס"ו, 1806 – י' אייר ה'תרל"ד, 1874) איז געווען דער צווייטער און צענטראלער רבי פון די קאמארנער דינאסטיע אין גאליציע. זיין אייגנארטיגע פּערזענליכקייט האט פארבונדן טיפע למדנות, א ברייטע קענטעניס אין הלכה און קבלה, מיסטישע חזיונות און אייגנארטיגע הלכה'דיגע פסקים. ער האט געזען זיין הויפּט לעבנס־ווערק אינעם שרייבן זיינע פילע ספרים, אין וועלכע ער האט צונויפגעשטעלט קבלת האר"י מיט תורת הבעל שם טוב.
ביאגראפיע
רבי אייזיק'ל איז געבוירן כ"ה שבט תקס"ו אין סאמבור (גאליציע) צו רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין, תלמיד פונעם חוזה פון לובלין און רב אין זידיטשוב און אין קאמארנא, און צו חנה, טאכטער פון רבי יעקב משה, איידעם פון רבי יעקב קאפל ליקאווער. חנה איז געווען א שוועסטערקינד פון דער חוזה, וואס איז אויך געווען אן אייניקל פון רבי יעקב קאפל ליקאווער (א זון פון זיין טאכטער מאַטיל). זייענדיג אין לובלין האט רבי סענדער, זייענדיג דאן קינדערלאז, זיך מזכיר געווען ביים חוזה ער זאל זוכה זיין צו קינדער, און דער חוזה האט אים צוגעזאגט א בן זכר און איבערגעבן א שם מיט וועלכע אראפצוברענגען די נשמה, נאכ'ן איינגיין אויפ'ן תנאי אז רבי סענדער גייט פרי נפטר ווערן[2]. אין קומענדיגן יאר איז ביי אים געבוירן געווארן זיין בן יחיד רבי אייזיק'ל.
זיין זון רבי אליעזר צבי שרייבט אויף אים אז ער איז געווען א גלגול פון דער "ינוקא" וואס ווערט געברענגט אין זוהר[3]. רבי יצחק אייזיק אליינס שרייבט אויף זיך אז ער איז געבוירן אין יאר "משיח בן יוסף". דער ברית איז פייערליך געפראוועט געווארן דריי טעג נאכאנאנד, אינעם דריטן טאג פונעם ברית איז געקומען אין שטאט איינער פון די זקני תלמידי הבעש”ט זי”ע, און געלייגט זיינע הענט אויפ'ן קאפ פונעם רך הנימול און געזאגט אויף אים: ”דאס קינד האט א גרויסע נשמה און א גרויסער מוח”[2].
פון א יונגן עלטער איז ער שוין געווען באקאנט אלס בעל רוח הקודש. ער שרייבט אין זיין אויטאביאגראפישן טעקסט, "מגילת סתרים", אז פון צוויי יאר אלט ביז פינף יאר אלט האט ער "דערגרייכט וואונדערליכע מראות און רוח הקודש", גערעדט נבואה'שע רייד, און געזען פון סוף וועלט ביזן סוף ממש[2]. זיין פעטער, רבי צבי הירש פון זידיטשוב, איז געפאלן די איבערנאטירליכע כוחות פונעם קינד, און האט אים געגעבן צוויי ראניש יעדן וואך אויפן תנאי אז ער זאל אים פארציילן אלעס וואס ער פרעגט[2]. אבער דערנאך איז דער פעטער נישט געווען צופרידן מיט דעם מצב, און לויט זיין זון האט ער אים געבענטשט ער זאל מער נישט זאגן רוח הקודש, ווייל דאס וועט אים שאטן צו אידישקייט. ער האט צוגעלייגט, אַז ווען ער וועט זיין דרייסיג יאר אלט און וועט וועלן, וועט ער אים צוריקגעבן די מדרגה. רבי יצחק אייזיק האט איינגעשטימט, און תיכף ומיד איז פון אים אוועק די רוח הקודש[3].
זיין טאטע האט אים עטליכע מאל מיטגענומען אין זיינע נסיעות צום חוזה, וועלכער האט שטארק מקרב געווען דאס קינד. ביי ליל הסדר האט דער חוזה אים געגעבן די זרוע פון די פסח קערה, כאטש זיין מנהג איז געווען צו געבן דאס פאר איינעם פון זיינע גדולי תלמידים. די חסידים האבן געזען אין דעם א סימן פונעם חוזה, אז דאס קינד וועט אויסוואקסן צו א וויכטיגן צדיק[4]. זייענדיג אין לובלין אויף חנוכה תקע"ה, אלט זייענדיג ניין יאר, האט דער חוזה פארגעשלאגן פאר רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו אז ער זאל נעמען רבי יצחק אייזיק אלס חתן פאר זיין אכט יעריגע טאכטער גיטל, זאגנדיג אז כאטש רבי אברהם מרדכי איז א גרעסערער יחסן, זעט ער "אז דער חתן וועט פארשיינען די גאנצע וועלט"[3]. דער תנאים איז אפגעראכטן געווארן אין לובלין ז' טבת, און די חתונה איז געווארן באשטימט אויף חמשה עשר בשבט תקע"ט[5].
כ"א אב תקע"ח, ווען רבי אייזיק'ל איז געווען צוועלף יאר, איז זיין פאטער אוועק, און ער איז אריבער וואוינען ביי זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב, וועמען ער האט פאררעכנט אלס זיין רבי מובהק[6]. צוליב זיין טאטנ'ס פטירה איז זיין חתונה אפגעלייגט געווארן ביז יאר תקפ"ב. נאך די חתונה איז ער געבליבן וואוינען אין פינטשאוו נעבן זיין שווער, וועם ער רופט "צדיק גמור וקדוש, מורי בחסידות ויראה"[7]. רבי אברהם מרדכי איז פלוצלינג נפטר געווארן י"ז אב תקפ"ד, ביי די 58.
געציילטע יאר דערויף האט אים זיין פעטער רבי צבי הירש גערופן זיך קומען באזעצן אין זידיטשוב, און ער האט געבעטן די מענטשן פון שטאט אז זיי זאלן באשטימען רבי אייזיק'ל אלס דיין. אין יאר תקפ"ט איז ער אויפגענומען געווארן אויף דעם שטעלע, אבער קורץ דערנאך האט זיך אויפגעוועקט א מחלוקת קעגן אים און מען האט אים אראפגעשטעלט. ער איז געווען דערנידערט, האט געליטן, און אפילו געהונגערט פאר ברויט. רבי יצחק אייזיק האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו זיינע מדריגות אלס שכר פאר די רדיפות וואס ער האט אויסגעהאלטן און אנגענומען בסבר פנים יפות[3]. אויף שבת נח תק"צ האט זיך רבי צבי הירש אויפגעהאלטן אין ראזלע. פרייטאג צונאכטס האט ער געשוואוירן אז ער גייט נישט גיין פון די וועלט ביז ער וועט אים מאכן א "כלי מחזיק ברכה ואור להאיר און דו וועסט נעמען מיין תורה אין וועסט זי פארשפרייטן אויף דער גאנצער וועלט"[8].
ווען רבי צבי הירש איז נפטר געווארן, אום י"א תמוז תקצ"א, איז רבי אייזיק אריבער וואוינען אין שטאט וואו זיין טאטע האט געוואוינט, קאמארנא, וואו ער האט געדאוונט אין לובלינער קלויז. אויך אין קאמארנא האט ער געליטן רדיפות, ביז ווען זיין גרויסקייט איז געווארן אנערקענט. דארט האט געלעבט ביז סוף ימיו, און ער ווערט פאררופן אויף איר נאמען "רבי אייזיק'ל קאמארנער". אין יאר תרכ"ה האט מען אים דארט געבויט א גרויסן בית המדרש.
זיינע רביס זענען געווען זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב און דער אפטער רב, און איז אויך אסאך געפארן צו פילע אנדערע צדיקים (ווי ער שרייבט "וכפי אשר קבלתי מי"ח צדיקים בעלי רוח הקודש ששמשתי אותם, ובראשם מורי דודי רבנו מזידיטשוב"[9]), צווישן זיי: רבי משה צבי פון סאווראן, רבי שלום רוקח פון בעלזא, רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ און זיין איידעם רבי אשר ישעיה רובין, רבי מאיר פרעמישלאנער, רבי ישראל פון רוזשין, און ער איז אפילו אפט געפארן צו זיין שוועסטערקינד רבי יצחק אייזיק פון זידיטשויב וועלכער איז געווען בלויז איין יאר עלטער.
פטירה
אין יאר תרל"ג, אום ט' סיון, איז נפטר געווארן רבי אייזיק'ל זידיטשויבער. רבי אייזיק'ל קאמארנער האט אים זייער שטארק באוויינט, און ער האט טעגליך געזאגט קדיש נאך אים (טראץ וואס רבי אייזיק'ל זידיטשויבער האט איבערגעלאזט קינדער וועלכע האבן שוין קדיש געזאגט). עלף חדשים דערויף, אין טאג וואס ער האט געענדיגט זאגן קדיש, איז ער שטארק קראנק געווארן. ער האט נאך געדאוונט מנחה בציבור, און אין יענע נאכט, י' אייר תרל"ד עטליכע מינוט נאך חצות, איז ער נפטר געווארן. ביי די לוויה האט שטארק געשנייט, א זעלטנהייט אין די צייט פון יאר[10]. נאך זיין פטירה האט זיין זון, רבי אליעזר צבי סאפרין, איבערגענומען זיין פלאץ.
רבי אייזיק'ל איז באגראבן געווארן אין דעם בית החיים אין קאמארנא, וועלכע איז חרוב געווארן דורך די נאציס ביים חורבן אייראפע. אין די תש"נ יארן, מיט באמיאונגען דורך רבי משולם פייש לאווי דער טאהשער רבי, איז אויפגעבויט געווארן אן אהל אויף זיין מצבה, צוזאמען מיט די מצבות פון זיין זון רבי אליעזר'ל, זיין אייניקל רבי יעקב משה, און זיין אור-אייניקל רבי ברוכ'ל.
איבער אים
ער איז געווען דער ערשטער זיך צו באנוצן מיט "סאפרין" אלס משפחה נאמען (אויפן נאמען פון זיין פאטער'ס געבורט שטאט), וואס ער האט געטוישט פון "אייכנשטיין"[11].
רבי יצחק אייזיק ווערט פאררעכנט אלס דער דאמינאנטער און צענטראלער רבי אין די געשיכטע פון קאמארנא. ער איז געווען באקאנט אלס א בעל מופת און אפענער בעל רוח הקודש, און איז געווען אן אדמו"ר פאר טויזנטער חסידים[12]. אין קאמארנא זעלבסט האט ער געהאט ווייניג חסידים, אבער ער פלעגט אסאך ארויספארן. זיין זון רבי אליעזר'ל האט דערציילט אז רבי אייזיקל האט געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל נישט האבן מער ווי זעקס חסידים, צוויי זאלן שטעלן וויין, צוויי זאלן קענען זינגען, און צוויי זאלן פארשטיין די תורה. שפעטער האט ער געזאגט אז ער האט חרטה אז ער האט געבעטן נאר זעקס, ווייל דער בעל דבר שטייט ביים ווינקל פון קאמארנא, און לאזט נישט צו קיין יונגערמאן[13].
רבי אייזיק'ל איז געווען שארף קעגן לערנען אדער האלטן דעם ספר חק לישראל[14].
זיין דרך אין קבלה און חסידות
רבי יצחק אייזיק, ווי זיין פעטער, רבי צבי הירש פון זידיטשוב, איז געווען איינער פון די גרעסטע מקובלים צווישן די חסידישע אדמו"רים, און ער האט זיך באמיט צו פארשפּרייטן דאס לערנען קבלה. זיין שריפט ווערט כאראקטעריזירט דורך א פארזוך צו פארבינדן די קבלה פון אר"י הק' מיטן וועג פון עבודת ה' פון בעל שם טוב, ווי עס שפיגלט זיך אפ אין דער חסידישער ליטעראטור. רבי יצחק אייזיק האט זיך געזען אלס א "תלמיד" פון דעם בעל שם טוב, כאטש ער איז געבוירן געווארן פיל יארן נאך זיין פטירה. ער דערמאנט אסאך מסורות אין נאמען פון דעם בעל שם טוב, ווי אויך מעשיות וועגן אים. עטליכע פון זיי ערשיינען צום ערשטן מאל אין זיינע כתבים און ווערן ברייט ציטירט אין שפּעטערדיגע ספרים איבערן בעל שם טוב, למשל אין דעם ספר "בעל שם טוב על התורה" (לאדזש, תרצ"ח).
רבי אייזיק'ל האט פרובירט צו באנייען דעם פּראקטישן באנוץ פון יחודים אין טאג-טעגליכן לעבן, און דאס דירעקט פארבינדן צו די הדרכות פון אריז"ל[15]. אזוי צום ביישפיל, האט ער זיך צוריקגעקערט צום פראקטישן באנוץ פון יחודים אויף קברי צדיקים, וואס געפינט זיך אין קבלת האר"י[16]. דער אנטוויקלונג פון יחודים ביי אים איז נישט נאר געווען טעארעטיש, נאר איז געווענדט געווארן מיטן רצון זיך צו פארבינדן מיט דער נשמה פון אריז"ל און איז געווען משולב מיט חלומות און חזיונות[17]. ער האט אויספירליך באשריבן וויאזוי צדיקים האבן געווענדט יחודים אין זייערע הנהגות און טאג-טעגליכע ענינים, צום ביישפיל ביי דער הכנה פון עסן. ער דערציילט ווי דער חוזה פון לובלין האט געוויזן זיין פעטער, רבי צבי הירש, דעם יחוד פון איינזאלצן פיש לכבוד שבת, ביי אנפולן פיש מיט ציבל און עס צעשניידן. ער זאגט אז אין יעדן מאכל, יעדער טוען, יעדער מנהג ישראל בגשמיות, און אפילו אין זייערע קליידער, זענען דא רזין ורזי דרזין[18]. ער האט אויך געהאט יחודים פארן אנגרייטן קרעפּלעך, וואס אנטהאלטן ווייץ, קעז, און פּוטער[19]. רבי אייזיק'ל האט אבער געווארנט אז דאס טון יחודים מיט'ן מויל קען גורם זיין התנגדות[20].
זיין שפראך אין די ספרים איז כאראקטעריזירט מיט'ן אסאך נוצן טערמינען פון קבלה, ווי "ספירות", "עולמות" און "פרצופים". געוויסע רופן רבי אייזיק'ל מיטן טיטל "שר בית הזוהר"[21]. ווי דער בעש"ט, שטיצט ער דעם וועג פון תפילה באזירט אויף דבקות אין די אלף-בית פון די ווערטער אין סידור און זיי "מעלה זיין".
רבי אייזיק'ל האט געהאט א שארפע מיינונג בנוגע דאס מעלה זיין מחשבות זרות[22]. אנדערש ווי אנדערע חשובע רבי'ס ווי רבי שניאור זלמן מליאדי און רבי צבי אלימלך פון דינוב, האט רבי יצחק אייזיק געשטיצט דאס נוצן דער פּראקטיק אפילו דורך "פּשוטע" מענטשן, בשעת אנדערע האבן געוואלט באגרעניצן דאס נאר צו צדיקים. ער האט געהאלטן אז פרובירן צו פארטרייבן אזעלכע געדאנקען גענצליך פון באוואוסטזיין שאפט זאגאר א טעאלאגישן פראבלעם, ווייל דאס לייקנט ג-ט'ס אנוועזנהייט אין יעדן שטאפּל פון עקזיסטענץ. מען איז מחויב צו דערהייבן די אומריינע געדאנקען און מבטל זיין דאס שלעכטס אין זיי, דורך קאנפראנטירן זיי אן זיי אינגאנצן אפּצואווארפן, טראץ דעם מעגליכן מאראלישן סכנה. אפווארפן אומריינע געדאנקען מיינט אויסלעשן דעם ניצוץ אלקית וואס איז פארהאן אינעם שלעכטס. דעריבער דארף יעדער איד זיי "מתקן" זיין, און נישט "מדחה" זיין[23].
רבי יצחק אייזיק איז געווען א שארפער קעגנער פון פילאזאפיע. ער איז אויך געווען קעגן א פילאזאפיש-שכל'דיגן צוגאנג צום לערנען קבלה. דעריבער, אין זיינע שריפטן ווארנט ער זיין ליינער נישט צו לערנען אין די ספרים פון רמח"ל (רבי משה חיים לוצאטא). פאר אים, לערנען קבלה דארף זיין הויפּטזעכליך גייסטיש-ערפארונגסרייך, און דאס איז נישט אפּהענגיג אין קאגניטיווער פארשטאנד פון דעם קבלה'ישן טעקסט.
חזיונות און חלומות
זיין טאג-בוך, מגילת סתרים, איז א ספר פון חזיונות, ענליך צו רבי חיים וויטאל'ס ספר החזיונות. עס פארמאגט צוויי חלקים: דער ערשטער חלק איז "ספר החזיונות", וואס איז ווי א טאג-בוך פון חלומות און אנדערע מעשיות לויט די דאטומען. דערין רעדט ער אויך אסאך ארום איבער שורשי הנשמות (בעיקר פון אים און זיינע ארומיגע). דער צווייטער חלק איז "מעשה השם", וואס אנטהאלט מעשיות אויף דער בעש"ט, וואס רוב פון זיי האט ער געהערט פון זיין שווער. ביז ארום תש"ד איז דער ספר נישט געווען צו געפונען, עס איז נאר אריבער אין כתב יד צווישן אן ענגע צאל קאמארנער חסידים. אין תש"ד איז עס צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן דורך נפתלי בן-מנחם. ער האט זיך געטראפן אין חזיונות און חלומות מיט פּערזענליכקייטן פון דער פארגאנגענהייט, אזוי ווי דער בעל שם טוב און אליהו הנביא.
זיין צוגאנג צו הלכה
זיין שלחן הטהור איז א ספר הלכה אויף שולחן ערוך אורח חיים, מיט ציונים ומקורות גערופן "זר זהב". עס אנטהאלט פילע פסקים וואס זענען אנדערש פון די מקובל'דיגע הלכה. דאס ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן פון א כתב יד אין תשכ"ג דורך ר' אברהם אבא זיס. (ר' אברהם האט באקומען דעם כתב יד ביי דער שואה פון רבי ברוך, אן אייניקל פון מחבר וועלכער איז אומגעקומען אין דער שואה.) דער כתב יד וואס ר' אברהם האט געהאט איז נישט געווען דער מחבר'ס אריגינאל, אבער איז באטראכט געווארן אלס מוסמך[24]. טייל האבן געהאלטן אז דער מחבר האט נישט געוואלט דרוקן אלעס אדער ער האט געענדערט זיין מיינונג. אן אנדערע מסורה זאגט אז רבי שמואל העליר, רב פון צפת, האט אים געבעטן נישט צו דרוקן. נפתלי בן-מנחם האט אפגעווארפן דעם געדאנק פון א "צוואה נוראה" נישט צו דרוקן, זאגנדיג אז נאר מגילת סתרים איז באשערט געווען צו בלייבן בסוד. ער האט אויך קריטיקירט אן אייניקל וואס האט ארויסגעגעבן א איסור אויפן דרוקן[25]. רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער קלויזענבורגער רב, האט געהאלטן אז שולחן הטהור איז נישט געדרוקט געווארן ביז יענע צייטן ווייל זיינע קינדער האבן עס נישט געוואלט פאר'ן המון עם[26].[27]
אין הלכה האט ער אמאל געפסק'נט אנדערש ווי דער מקובל'דיגער שלחן ערוך, למשל, וועגן ציילן ספירת העומר בברכה נאך וואס מען האט פארגעסן א טאג. זיינע פסקים אין שלחן הטהור זענען געשטעלט געווארן אונטער פראגע דורך טייל היינטיקע רבנים ווי ר' בנימין יהושע זילבער[28] און ר' אשר ווייס, נישט אבסאלוט שלילענדיג זיין רעכט צו פסק'ענען, נאר שטעלנדיג א פראגע אויף דער יסוד (ריינע הלכה אדער רוחניות'דיקע השגה). ר' אשר ווייס האט ספעציפיש באהאנדלט דעם פסק וועגן ספירת העומר.
קינדער
- זיין טאכטער הינדא שרה, חתונה געהאט צו רבי מנשה יעקב קלינבערג, גרינדער פון זאלאשיץ דינאסטיע
- זיין זון רבי אלכסנדר סענדער סאפרין, נפטר געווארן נאך אין לעבן פון זיין טאטע
- זיין זון רבי אליעזר צבי סאפרין פון קאמארנא
קאמארנער הויף און דינאסטיע
ר' אייזיקל'ס זון רבי אליעזר צבי סאפרין האט איבערגענומען זיין פלאץ. די שושלת האט זיך ווייטער געפירט אין קאמארנא ביז דער שואה. דער לעצטער אדמו"ר אין קאמארנא, רבי ברוך סאפרין הי"ד, איז אומגעקומען ביי דער נאצישער פארניכטונג אין תש"ג. טיילן פון דער משפחה האבן זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקע און ארץ ישראל. די אדמורי"ם פון דער שושלת האבן ווייטער געארבעט אסאך אין שרייבן און פארשפרייטן קבלה וחסידות. היינט עקזיסטירן צוויי קאמארנער הויפן, איינס אין ירושלים און דאס צווייטע אין רמת בית שמש. די היינטיגע אדמורי"ם פירן ווייטער די קבלה'דיגע מסורה פון דער שושלת, יעדער אין זיין אייגענעם וועג. די קאמארנער חסידות איז נאך דער שואה פארבליבן א קליינע הויף, כאטש עס איז געווען א געוויסע אויפבלי אין די לעצטע יארן אין די צענטערס אין ירושלים און רמת בית שמש.
ספרים
זיין הויפט לעבנס ווערק האט ער געזען אין שרייבן זיינע פילע ספרים אין אלע חלקי התורה און בעיקר אין תורת הקבלה[א], אין וועלכע ער האט צוזאמגעשטעלט קבלת האר"י מיט תורת הבעל שם טוב. צווישן זיי:
- היכל הברכה – אויף חמשה חומשי תורה, וואו ער שטעלט זיך שטארק צו ערקלערן די מסורה[ב], לעמבערג תרכ"ד–תרל"ו (בראשית, שמות, ויקרא, במדבר, דברים אויף היברובוקס). ער האט געשריבן א בריוו צו זיינע שטיצער אין אונגארן, צוזאגנדיג זיי ברכות, הצלחה, עשירות און לעבן פאר זיי און זייערע קינדער אויב זיי וועלן קויפן זיין חומש, שרייבנדיג אז זיין תורה איז זייערס. ער האט אונטערגעשטראכן אז זיינע ווערטער קומען פון א העכערע קראפט[31].
- אוצר החיים – פירוש אויף תרי"ג מצוות על דרך הפרד"ס (געדרוקט אין חומש היכל הברכה)[32]
- כתם אופיר – פירוש אויף מגילת אסתר (געדרוקט אין חומש היכל הברכה, ספר שמות)
- זוהר חי – פירוש אויף ספר הזוהר לויט קבלת האר"י און תורת הבעש"ט, לעמבערג, תרל"ה–תרמ"א (בראשית א, בראשית ב, שמות א, שמות ב, ויקרא במדבר דברים אויף היברובוקס).
- נתיב מצוותיך – הקדמה צו ספר 'אוצר החיים', לעמבערג תרי"ח
- נצר חסד – פירוש אויף משניות מסכת אבות, על דרך קבלת האר"י והבעל שם טוב. לעמבערג, תרט"ז (אויף מדנ"י נאציאנאלע ביבליאטעק.
- אדם ישר – תפילות און סגולות געראטעוועט צו ווערן פון מגיפה, לעמבערג תרט"ז (אויף היברובוקס).
- דרך אמונה – "דברים הנצרכים לתורה ולעבודה", לעמבערג, תר"ח (געדרוקט אויך אין חומש היכל הברכה סוף פרשת בראשית)[33].
- מגילת סתרים – אויטאביאגראפישע שריפט, כולל "ספר החזיונות" און "מעשה השם", ירושלים: מוסד הרב קוק, תש"ד (בעריכת נפתלי בן-מנחם; אויף אוצר החכמה).
אזוי אויך האט ער געשריבן א צאל ספרים אין תורת הנגלה און הלכה, און איז באקאנט מיט זיינע אריגינעלע פסקים אין הלכה. זיינע ספרים אויף נגלה:
- עצי עדן, מעשה ארג, און פני זקן - פירוש אויף משניות, לעמבערג, תר"ח (אויף אוצר החכמה).
- עשירית האיפה – פירוש אויף תורת כהנים, לעמבערג, תר"ט (אויף היברובוקס).
- פני זקן – פירוש אויף תלמוד ירושלמי מסכת שקלים, לעמבערג, תרי"א (אויף היברובוקס).
- נדבת פי – אנטהאלט דריי חיבורים: מותר קנים – פירוש אויף מסכת קינים[34], מותר עשירית האיפה – הערות אויף זיין ספר 'עשירית האיפה', מותר שקלים – הערות אויף זיין ספר 'פני זקן', לעמבערג, תר"ח (אויף אוצר החכמה).
- שלחן הטהור – אויף סדר ההלכות אין שולחן ערוך אורח חיים (סימנים א–רסד), תל-אביב, תשכ"ג חלק א, חלק ב אויף היברובוקס).
ביבליאגראפיע
- נפתלי בן-מנחם, "שלחן הטהור של רבי יצחק יהודה יחיאל ספרין מקאמארנא", ספר הבעש"ט, ירושלים: מוסד הרב קוק, תש"כ, עמ' רכב–רמ (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
- נפתלי בן-מנחם, "הסכמות ר' יצחק יהודה יחיאל ספרין מקאמארנא", סיני - נד (ד-ה) נד (ד), טבת-שבט תשכ"ד, עמ' רסד-רעו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- נפתלי בן-מנחם, "ספריו", (ביבליאגראפישע ליסטע עמ' עה–פח) נספח למגילת סתרים, ירושלים תש"ד.
- רבי ישראל בערגער, ספר זכות ישראל הנקרא עשר קדושות, ווארשע-פיעטרקוב, תרס"ו.
- חיים יהודה ברל, רבי יצחק אייזיק מקאמרנא: תולדותיו – חיבוריו – מאמריו, ירושלים תשכ"ה
- רעיה הרן, "חירות בתוך אמונה: ההטפה ללימוד הנגלה והנסתר בהגות הצדיקים לבית זידיטשוב-קומרנה", יוסף דן (עורך), ספר זיכרון לגרשם שלום במלאת עשרים וחמש שנים לפטירתו, כרך א' עמ' 305–352, ירושלים תשס"ז.
- מאיר וואונדער, אנציקלופדיה לחכמי גליציה ג, ירושלים, תשמ"ו, עמ' 1100-1108 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
- רון וקס, השימוש בייחודים אצל רבי יצחק יהודה יחיאל ספרין מקומרנא, מים מדליו, 17 (תשס"ו), עמ' 243-257, אויף "דעת".
- אברהם אבא זיס, "הערות למונוגרפיה על רי"א מקומרנא", סיני נט (תשכו), עמ' רפג-רפו.
- ברוך ישר (שליכטער), בית קומרנא: קורות העיר ותולדותיה, מהווסדה ועד חורבנה, רבניה, גדוליה ואדמוריה, אישיה, חייהם וכליונם, ירושלים תשכ"ה.
- יעקב מאיר, עיצובה של למדנות חסידית: ביו-ביבליוגרפיה של רבי יצחק אייזיק ספרין מקומרנא, תקצ"א – תרי"ג (1831-1853), (עבודת תזה), האוני' העברית, ירושלים תשע"ג, אויף Academia.edu.
- אברהם סגל, ועל דרך העבודה: פרקים בשמנת הקבלה והחסידות של רבי צבי הירש מזידיטשוב, ירושלים תשע"א.
- אברהם סגל, "על היחס שבין קבלת האר"י והחסידות במשנתו של רבי יצחק אייזיק מקומרנא", (דניאל אברמס עורך) קבלה: כתב עת לחקר כתבי המיסטיקה היהודית, כרך טו', לוס אנג'לס תשס"ז, עמ' 305-333
- אהרן סורסקי, "חסידות קומרנא: השושלת שהפיצה את תורת הקבלה והרז", בית יעקב 32 (1961-1962), עמ' 20-21.
- משה עסיס, "להשגות 'פני זקן' על הגהות הגר"א לירושלמי שקלים", נטיעות לדוד: ספר היובל לדוד הלבני, ירושלים תשס"ה, עמ' קסה–קפב.
- רבי ישראל פראנקפורטער, שלשלת קאמארנא: אוצר סיפורים ומכתבים מרבותינו הקדושים מקאמארנא, ירושלים תשס"ה.
- יונתן שרייבר, מודל קוגניטיבי לחוויה המיסטית ויישומו בכתבי האדמו"ר מקומרנו – רבי יצחק אייזיק ספרין (עבודת תזה), האוני' העברית, ירושלים 2013.
- Morris M. Faierstein, "Jewish Mystical Autobiographies”, New York/Mahwah, 1999, (Complete annotated translation of Megilat Setarim, as "Book of Secrets”), pp. 267-306, 332-336.
- Louis Jacobs, “Jewish Mystical Testimonies", NY 1977, (Partial annotated translation of Megilat Setarim, as "The Secret Diary of Rabbi Isaac Eizik of Komarno"), pp. 239-244
- Ariel Even Mayse, "Setting the Table Anew: Law and Spirit in a Nineteenth-Century Hasidic Code”, in Journal of Jewish Thought and Philosophy, 27 (2019) pp. 210-242.
דרויסנדיגע לינקס
- "רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל מקאמארנא זצ"ל - י' אייר תרל"ד", אשכול אויף אייוועלט
- תולדות ר’ אייזיק מ”קאמארנא“ אויף "קברי צדיקים" זייטל
- רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין פון קאמארנא, אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
- מחבר:רבי יצחק יהודה יחיאל ספרין אויף ויקיטקסט זייטל
נאטיצן
- ↑ אויך דער ייטב לב האט געזאגט אז אין הימל האט מען מער נחת רוח פון זיין שרייבן, און דעריבער קומען ווייניגער חסידים צו רבי אייזיקל קאמארנער ווען ער איז ביי זיך אינדערהיים, כדי ער זאל נישט געשטערט ווערן[29].
- ↑ ווען דער צמח צדק פון ליובאוויטש האט געזען דעם ערשטן באנד, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז ער האט נישט געוואוסט אז אין דעם דור איז נאך פארהאן איינער וואס איז אזוי גרויס אין חכמת הקבלה[30].
רעפערענצן
- ↑ אין זיין תנאים שטייט: יצחק אייזיק יהודה יחיאל מיכל. געדרוקט אין נתיב מצותיך
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 באשריבן דורך רבי אייזיק'ל אליין, אין מגילת סתרים
- ↑ 3.0 3.1 3.2 3.3 רבי אליעזר צבי סאפרין, זוהר חי, הקדמה
- ↑ צבי לשם, אנציקלופדיה העברית.
- ↑ זיין שטר תנאים, געדרוקט אין נתיב מצותיך
- ↑ "מורי ורבי דודי אחי אבי רבי מובהק, שגדלתי מנעורי על חיקו וסמך ידיו עלי ושימשתי לפניו מיום היותי בן שש שנה עד היותי בן עשרים ושש" (זוהר חי, ח"א ג:).
- ↑ מגילת סתרים, חזיונות
- ↑ רבי יצחק אייזיק אין הקדמה צו זיין חומש היכל הברכה
- ↑ אוצר החיים, ויקרא דף רצ"ב"
- ↑ ברוך ישר, בית קומרנא, ירושלים, תשכ"ה, עמ' 66 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ דער נאמען סאפרין ערשיינט צום ערשט אויפ'ן שער-בלאט פון "דרך אמונה", לעמבערג, תר"י.
- ↑ יצחק אלפסי, החסידות
- ↑ רבי משולם פייש לאווי, "עבודת עבודה" חלק שני, עמוד שצ"ג
- ↑ "חק לישראל הוא משפט להרה"ק מקאמרנא" אויף אוצר החכמה פארום
- ↑ רון וקס, השימוש בייחודים אצל רבי יצחק יהודה יחיאל ספרין מקומרנא, מים מדליו, 17 (תשס"ו), עמ' 243-257, אויף "דעת".
- ↑ נתיב מצוותיך, עמ' קסח-קסט
- ↑ זעט מגילת סתרים, עמ' טו
- ↑ נתיב מצוותיך, עמ' סא
- ↑ נתיב מצוותיך, עמ' סב-סג.
- ↑ נתיב מצוותיך, עמ' קיז
- ↑ זעט, צום ביישפיל: רבי גרשון שטערן, ילקוט הגרשוני כללים, חלק שלישי, אין הערה
- ↑ זעט יהודה תפרח, "העלאת המחשבות הזרות במסורות ר' ישראל בעל שם טוב בכתבי תלמידיו", רמת גן, תשס"ח, עמ' 138–141.
- ↑ היכל הברכה, פרשת מקץ, דף רמח ע"ב
- ↑ אברהם אבא זיס, שלחן הטהור א, תשכ"ג, עמ' ג–ז, מבוא
- ↑ נפתלי בן-מנחם, בשערי ספר, מוסד הרב קוק, תשכ"ז, עמ' 58–59 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- ↑ שו"ת דברי יציב, אורח חיים, נתניה, תשנ"ו, סי' קכא, אות ו.
- ↑ זעט אויך ר' נחום אבראהאם, קונטרס תורת הקבלה, תשע"ה, עמ' לו: "בשעה שכתב הה"ק [הרב הקדוש] דבריו היה בעולם גבוה למעלה מהזמן ולכן לא שייך לנהוג כותיה (ואולי מה"ט לא הדפיס את שלחן הטהור בחייו לפי שנכתב כשו"ע לכל)".
- ↑ אין א תשובה, געדרוקט אין קובץ בית הלל מט (א), תשע"ד, עמ' יב
- ↑ שיח זקנים חלק שמיני, עמוד קצ"ב
- ↑ ר' יהושע סאפרין, פורת יוסף, ירושלים, תשע"ו, עמ' 18–19.
- ↑ אוצר החיים באר אליהו א, עמ' נג.
- ↑ נייע מהדורה מיט פירוש 'באר אליהו' פון ר' אליהו עובדיה, רחובות, תשע"א, חלק א, חלק ב, חלק ג, חלק ד (תשע"ו).
- ↑ נייע מהדורה, מיט ביאור באליהו פון ר' אליהו עובדיה, רחובות, תשע"ו.
- ↑ פירוש מותר קינים אויף מסכת קינים, אויף ספריא