רוי:אבטליון
אבטליון, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט פינף מאל אין משניות.
זיין צייט
אבטליון איז געווען פון פערטן דור זוגות,[1] פון זעקסטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[2] אין זמן פון צווייטן בית המקדש אין יאהר ד'תשכ"ב.
פערטער זוג
אבטליון איז געווען דער אב בית דין פון די סנהדרין, און שמעיה איז געווען דער נשיא. צווישן זיי איז ווייטער אנגעגאנגן דער מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אין יום טוב, שמעיה האט געהאלטן אז יא, און אבטליון האט געהאלטן אז נישט.[3]
איבער אים
אבטליון איז געווען א גרויסער חכם, א תלמיד פון שמעון בן שטח און יהודה בן טבאי (אבות פ"א).
די גמרא זאגט אז שמעיה און אבטליון זענען געווען בני עממיא, דאס הייסט וואס שטאמען פון גרים, אדער האבן זיך אליינס מגייר געווען. די גמרא אין (גיטין נ"ו) און אין סנהדרין זאגט אז זיי זענען אייניקלעך פון סנחריב.
די גמרא פארציילט אז געווען איינמאל יום הכיפורים ווען דער כהן גדול איז ארויס פון קדשי קדשים, און פון גרויס פרייליכקייט אז השי"ת האט פארצייט די עבירות האט גאנץ כלל ישראל באגלייט דעם כהן גדול, אינמיטן וועג האבן זיי געזען גיין די צוויי גרויסע חכמים שמעיה און אבטליון, זענען אלע מענטשן נאכגעגאנגען די חכמים און האבן אפגעלאזט דעם כהן גדול, האט דאס וויי געטון פארן כהן גדול, ער איז אויך מיטגעגאנען מיט זיי, אבער ביים געזעגענען האט ער זיך אנגערופן צו טשעפענען: זאלט איר "בני עממיא" גיין געזונטערהייט, האבן אים די צוויי קלוגע לייט געענפטערט, מיר שטאמען טאקע פון גרים אבער מיט זענען עבדי עובדא דאהרן, דאס הייסט מיר פירן זיך ווי אהרן הכהן וואס איז געווען א אוהב שלום ער איז נאכגעלאפן צו מאכן שלום ביי כלל ישראל (יומא ע"א ע"ב).
אין די מפורשים איז דאס פארשידענע תירוצים וויאזוי האבן זיי געקענט זיין א נשיא און א אב בית דין מיר ווייסן דאך אז כל משימות לא יהא אלא מקרב אחיך, אלע שטעלעס מוזן נאר זיין וואס שטאמען פון אידן נישט קיין גרים, דער כנסת הגדולה (חו"מ סי' א') זאגט אז בקבלו עלייהו די אידן האבן מסכים געווען אז זיי זאלן זיין קיינער איז נישט געווען דערקעגן, און דעמאלטס מעג מען, דער באר שבע (פסחים) זאגט אז די הלכה גייט נאר אָן ביי א מלך און נישט ביי א נשיא, אנדערע זאגן אז זייער מאמע איז געווען א אידישע, נאר זייער טאטע איז געווען א גר.
דער ספר שלשלת הקבלה ברענגט אז עס געפינט זיך אין רוים א בלאט וואס אבטליון האט געשריבן ווען ער איז נאך געווען א גוי ער האט דאן געהייסן אבטולמוס, לויט דעם קומט אויס אז ער זעלבטס איז געווען א גוי נישט זיינע עלטערן.
פון זיינע תלמידים זענען הלל און שמאי.
שמעיה און אבטליון ליגן אין גוש חלב.
אין משניות
- מסכת חגיגה פרק ב' משנה ב', שמעיה אומר, לסמוך, אבטליון אומר, שלא לסמוך, וכו'
- מסכת עדיות פרק א' משנה ג', והעידו משום שמעיה ואבטליון, שלשת לוגין מים שאובין פוסלין את המקוה
- מסכת עדיות פרק ה' משנה ו', מעשה בכרכמית, שפחה משחררת שהיתה ביורשלים, והשקוה שמעיה ואבטליון וכו'
- מסכת אבות פרק א' משנה י', שמעיה ואבטליון קבלו מהם, וכו'
- מסכת אבות פרק א' משנה י"א, אבטליון אומר, חכמים, הזהרו בדבריכם, פן תחובו חובת גלות וכו'
זעט אויך
רעפרענצען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!