שמועס:רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין פון קאמארנא

פון המכלול
לעצטע תגובה: פֿאַר 2 חדשים פון האט'ס אמונה אין די טעמע נאמען
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נאמען

תנא קמא, עס איז נישט איינגעפירט אז דער ארטיקל זאל הייסן מיטן פולן אפציעלן נאמען פונעם טעמע. דער פולע נאמען קומט אינעם ערשטן זאץ, דער בלאט זאל הייסן עפעס קורצער.

רבי יצחק אייזיק פון קאמארנא, אדער אפילו רבי אייזיקל קאמארנער שווערמער (שמועס) 00:48, 8 מאי 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]

"רבי אייזיקל קאמארנער" סטיל איז דען יא איינגעפירט? זיכער אז נישט. אלא מאי, עס איז נאך נישט פארהאן אן אוועקגעשטעלטער איינפיר, בלויז דאס וואס מיר האבן גע'ירש'נט פון וויקיסריקי. און דאס איז דייקא יא מיט'ן לעצטן נאמען. @צמא לדעת האט מיר שוין כמה פעמים אויסגעדריקט פּריוואט אז לדעתו זאלן רביס טיטלען זיין זייער פולער נאמען + פון <שטאט>. מ'דארף טאקע שוין לאנג עפענען א געהעריגן דיון איבער דעם.
לגבי "יהודה יחיאל" איז א באזונדערע שמועס. צודען ווייל ער האט א לאנגע נאמען זאל מען אראפשניידן א חלק? ע"פ רוב, דאכט זיך, האט ער זיך גערופן מיט זיין פולער נאמען (אויף בריוון, שער-בלעטער וכדומה). אבער לגבי דעם שמועס איז שווער צו זאגן "איינגעפירט", ווייל מ'דארף דן זיין יעדן בדינו. Thank you for your attention to this matter. DJT. —תנא קמא 📖 💬 01:00, 8 מאי 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
וואס מיינט DJT? דאונט דזשאסט טאלק? י'הושע (שמועס) 05:32, 8 מאי 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
קאם אן. דו לעבסט אין אמעריקע אדער אין מאנסי?... דאנאלד דזשעי טראמפ ישפיל קרנו. לעצטנס ענדיגט ער אסאך צו זיינע טרוטס מיט די פראזע Thank you for your attention to this matter. זע דא. —תנא קמא 📖 💬 05:36, 8 מאי 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
עפעס ניי זיך אויסגעלערנט. לגופו של ענין, לויט די סטיל פון העברי און וויקיסריקי (גוט!), וואלט איך עס געשריבן נאר זיינע ערשטע צוויי נעמען.
איך פארשטיי וואס שטופט צמא'ן, אבער אזא לאנגע נאמען איז שוין איבערגעטריבן. (און אויך אזא מהלך, מיט א מאס) שווערמער (שמועס) 18:37, 8 מאי 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
איך ברענג ווידער ארויף די שמועס פאר די עוקבים, און אקטיווע מכלולאים‏. לדעתי קומט אז די נאמען פונעם בלאט זאל זיין לויט ווי דער רבי איז באקאנט.
יעצט, @צמא לדעת'ס מהלך איז בעצם קרח מכאן ומכאן, ווייל רוב רבי'ס זענען נישט אין ערגעץ באקאנט מיט דער פארמאט. מצד שני איז דאס די בעסטע דיפלאמאטישע מהלך פאר כמעט יעדער רבי די לעצטע 150-200 יאר, און לכאורה איז ריכטיג צו גיין דערמיט. מ'קען נישט שרייבן אזעלכע נעמען ווי "צאנזער רב", און "דער שפת אמת", ממילא איז דאס די בעסטע.
איך האב אבער עטליכע פארשלאגן מוסיף צו זיין:
  • נישט פולע נאמען - אין די בלאט נאמען, נאר מיט וואס ער איז באקאנט. דא למשל "יצחק אייזיק". איך וואלט אפילו מצדד געווען פאר "אייזיקל". אזוי האבן חסידים אים אלץ גערופן ואין זה פחיתות הכבוד.
  • לעצטע נאמען - נאר אויב איז עס גענוצט געווארן ברייטערהייט בימיו, אין זיין חתימה, הסכמות, ספר, מצבה וכדומה. "רבי אלימלך ווייסבלום פון ליזשענסק", "רבי שניאור זלמן ברוכאוויץ פון ליאדי"
  • שטאט - נאר אויב איז עס טייל פון די וועג ער איז געוונליך באקאנט. דער ציל פון די שטאט איז בעצם מרמז צו זיין אז זיין טיטל איז אויך "<שטאט>ער רבי/רב", וואס דאס איז נישט שייך איז נישט. "קלונמוס קלמן הלוי עפשטיין פון קראקא" (בעל מאור ושמש), "רבי ישראל בעל שם טוב פון מעזשביזש"
  • <שטאט>ער - פארצייטישער רבי'ס זענען אפטמאל מער באקאנט מיט כינוי געבויט אויף זייער שטאט, ווי נושא דידן, "רבי אייזיקל קאמארנער", וכדומה. צומאל איז שרייבן "פון <שטאט>" ניטאמאל ריכטיג, אן עקסטרעמער משל איז "רבי חיים צאנזער פון בראד". אלזא, א רבי וואס איז באקאנט געווען מיט אזא טיטל קען מען שרייבן אזוי. רבי ישעיה'לע קערסטירער, רבי מענדלע וויטעבסקער, וכדומה
  • ספר - מ'דארף זען א וועג צו שרייבן ערגעצוואו, אפשר די נאמען פון זיין ספר, אויב איז דער ספר שוין מער באקאנט ווי דער מחבר אליין. למשל "רבי אליעזר הלוי איש הורוויץ פון טארניגראד" איז בעצם דער נועם מגדים. אפשר זאל מען איז געוויסע עקסטרעמע פעלער בייטן "פון <שטאט>" צו "בעל <ספר>"?
שווערמער (שמועס) 18:57, 25 יולי 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
וואס זיכער איז אז מ'דארף אין יעדן פאל אויך מאכן 'הפניות' (ווייטערפירונגען) צו אלערליי אופנים ווי איינער וואלט אים נאר געקענט זוכן, צו די ספר צו די שטאש צו די נאמען אדער משפחה נאמען. • • • האט'ס אמונהשמועס מיט מירשרייב צו מיר • ט"ז אלול ה'תשפ"ה • 14:48, 9 סעפטעמבער 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]