רוי:שפאניש
שפאַניש (español, עספּאַניאָל), אויך גערופן קאַסטיליש (castellano, קאַסטעיאַנאָ), איז א ראמאנישע שפראך וואס איז די הויפט שפראך פון שפאניע און רוב לענדער פון דרום אמעריקע. די שפראך איז אין אמת'ן קאסטיליש, ד.ה. די שפראך וואס האט אנטוויקלט פון לאטיין אין קאסטיל (צפון שפאניע).
שפאניש איז די מערסט פארשפרייטע שפראך אין דער מערב האלבקויל, מיט גרויסע באפעלקערונגען פון מוטערשפראך שפאניש רעדערס פון פאטאגאניע צו קאנאדע. אין דעם 21סטן יארהונדערט, ווערט שפאניש מער געלערנט און גענוצט פון פראנצויזיש ווי די צווייטע שפראך פאר אינטערנאציאנעלער קאמוניקאציע, נאך ענגליש.
אומגעפער 75% פון שפאניש שטאמט פון לאטייניש.
מער ווי 360 מיליאן מענטשן אין דער וועלט רעדן שפאניש ווי זייער ערשטע שפראך.
שפאניש איז איינע פון די זעקס אפיציעלע שפראכן פון די פאראייניגטע פעלקער. אויך איז זי אן אפיציעלע שפראך פונעם אייראפעאישן פארבאנד, פון דער ארגאניזאציע פון אמעריקאנישע שטאטן, פונעם פאראיין פון דרום-אמעריקאנישע לענדער און נאך א סך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע.[1] זי איז די צווייטע שפראך אין דער וועלט[2][3][4][5] לויט דער צאל פון מענטשן וואס רעדן זי ווי מוטערשפראך, נאך מאנדארין כינעזיש, מיט 437 מיליאן מאמע־לשון רעדער.
היסטאריע
די שפאנישע שפראך האט זיך אנטוויקלט פון וואולגאר-לאטייניש, וואס די רוימער האבן געברענגט צום איבערישן האלבאינזל בשעת דער צווייטער פונישער מלחמה וואס האט אנגעהויבן אין יאר 210 פאר דער ציווילער רעכענונג. פאר דעם האט מען גערעדט אנדערע שפראכן וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט לאטיין—טייל אפילו אן קיין שייכות מיט אינדא-אייראפעאיש—אינעם איבערישן האלבאינזל. די שפראכן שליסן איין באסקיש (וואס מ'רעדט ביזן היינטיקן טאג), איבעריש, קעלטיבעריש און קעלטיש.
די ערשטע דאקומענטן וואס ווייזן עפעס א שייכות מיט דער היינטיקער שפראך זענען פונעם 9טן יארהונדערט. דורכאויס דער מיטל אלטער און ביז צו דער מאדערנער תקופה, זענען די חשוב'סטע השפעות אויף שפאניש געקומען פון די שכנותדיקע ראמאנישע שפראכן—נאווארא-אראגאנעזיש, לעאנעזיש, קאטאלאניש, פארטוגעזיש, גאליסיש, אקיטאן, און שפעטער, פראנצויזיש און איטאליעניש. שפאניש האט אויך געבארגט א היבשע צאל ווערטער פון אראביש.
לאדינא
די שפראך לאדינא וואס ספרד'ישע אידן רעדן וואס שטאמען פון שפאניע איז טאקע קאסטיליש מיט אריינגעמישט לשון־קודש, און ווערט געשריבן אויף לשון-קודש אותיות, אזוי ווי יידיש.
וויפיל רעדער אין יעדן לאנד
פאלגענד איז א רשימה פון די נומערן בערך פון רעדערס פון שפאניש אין פארשידענע לענדער פון דער וועלט וואוּ שפאניש איז די אפיציעלע שפראך פון לאנד:
אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע און בעליז איז ענגליש די ערשטע שפראך און שפאניש די צווייטע שפראך. אין בראזיל איז פארטוגעזיש די ערשטע שפראך אבער א סך בראזיליאנער לערנען שפאניש אלס צווייטע שפראך. אויך איז שפאניש אן אפיציעלע שפראך אין עקוואטארישער גינע, וואס איז אמאל געווען א שפאנישע קאלאניע (מיטן נאמען שפאנישע גינע).לאנד מוטער־שפראך רעדער[7] 1
מעקסיקא109,711,000 2
שפּאַניע45,054,000 3
ארגענטינע40,301,000 4
קאלאמביע34,000,000 5
ווענעזועלע26,480,000 6
פערו20,000,000 7
טשילע13,800,000 8
קובא10,000,000 9
עקוואדאר9,500,000 10
דאמיניקאנישע רעפובליק6,886,000 11
גוואטעמאלע4,673,000 12
האָנדוראַס5,600,000 13
באליוויע3,483,700 14
על סאַלוואַדאָר5,900,000 15
ניקאראגוא4,347,000 16
פאראגוויי186,880 17
קאסטא ריקא3,300,000 18
פארטאָ ריקאָ3,437,120 (1996) 19
אורוגוויי3,000,000 20
פאנאמא2,100,000
שפאנישע גראמאטיק
ווערב-סיסטעם אויף שפאניש
אויף שפאניש בייגן ווערבן לויט 3 גרונטיקע קאניוגאציעס: ווערבן וואס אין דער אינפיניטיוו פארעם ענדיגן מיט ar (למשל: jugar - שפילן), ב-er (למשל: comer - עסן) וב-ir (למשל: ir - גיין).
| Amar - ליב האבן, רעגולערער ווערב ar | |||||
|---|---|---|---|---|---|
| פערזאן | יעצטיקייט | פארגאנגענהייט | צוקונפט | קאניונקטיוו | |
| אומפערפעקטיוו | פערפעקטיוו | ||||
| ערשטער פערזאן איינצאל (Yo) | amo | amaba | amé | amaré | amaría |
| צווייטער פערזאן איינצאל (Tú) | amas | amabas | amaste | amarás | amarías |
| דריטער פערזאן איינצאל (El/Ella) | ama | amaba | amó | amará | amaría |
| ערשטער פערזאן מערצאל (Nosotros) | amamos | amábamos | amamos | amaremos | amaríamos |
| צווייטער פערזאן מערצאל (Vosotros) | amáis | amabais | amasteis | amaréis | amaríais |
| דריטער פערזאן מערצאל (Ellos/Ellas) | aman | amaban | amaron | amarán | amarían |
| Comer - עסן, רעגולערער ווערב er | |||||
|---|---|---|---|---|---|
| ערשטער פערזאן איינצאל (Yo) | como | comía | comí | comeré | comería |
| צווייטער פערזאן איינצאל (Tú) | comes | comías | comiste | comerás | comerías |
| דריטער פערזאן איינצאל (El/Ella) | come | comía | comió | comerá | comería |
| ערשטער פערזאן מערצאל (Nosotros) | comemos | comíamos | comimos | comeremos | comeríamos |
| צווייטער פערזאן מערצאל (Vosotros) | coméis | comíais | comisteis | comeréis | comeríais |
| דריטער פערזאן מערצאל (Ellos/Ellas) | comen | comían | comieron | comerán | comerían |
| Vivir - לעבן, רעגולערער ווערב ir | |||||
|---|---|---|---|---|---|
| ערשטער פערזאן איינצאל (Yo) | vivo | vivía | viví | viviré | viviría |
| צווייטער פערזאן איינצאל (Tú) | vives | vivías | viviste | vivirás | vivirías |
| דריטער פערזאן איינצאל (El/Ella) | vive | vivía | vivió | vivirá | viviría |
| ערשטער פערזאן מערצאל (Nosotros) | vivimos | vivíamos | vivimos | viviremos | viviríamos |
| צווייטער פערזאן מערצאל (Vosotros) | vivís | vivíais | vivisteis | viviréis | viviríais |
| דריטער פערזאן מערצאל (Ellos/Ellas) | viven | vivían | vivieron | vivirán | vivirían |
| וויקיפּעדיע אויף שפאניש |
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעאישן פארבאנד |
|---|
| אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש · פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש |
רעפערענצן
- ↑ "אפיציעלע שפראכן | פאראייניגטע פעלקער". www.un.org. Retrieved 2015-11-19
- ↑ Ethnologue (edición 18), (véase Lenguas por número de hablantes).
- ↑ CIA Factbook (ver datos de "World" en columna de "Country")
- ↑ Enciclopedia sueca: Lista de las 12 lenguas más habladas por hablantes maternos en 2010
- ↑ Según la revista Ethnology en su edición de octubre de 2009 (eldia.es)
- ↑ "Historia de los cartularios", euskonews.com
- ↑ לויט עטנאלאג. יאר איז 1995, אחוץ ווען עס שטייט אנדעריש.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!