רוי:בעלארוס

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:רייסן)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רעפובליק פון בעלארוס
Рэспубліка Беларусь
Республика Беларусь‏
פאן בעלארוס
סימבאָל בעלארוס
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
Дзяржаўны гімн Рэспублікі Беларусь
מלוכהזינגליר פון די רעפובליק פון בעלארוס
אָרט פון בעלארוס
קאָנטינענט אייראפע
אָפיציעלע שפּראַך בעלארוסיש, רוסיש
הויפּטשטאָט מינסק
רעגירונג פעדעראלע רעפובליק
פרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
אלעקסאנדר לוקאשענקא
ראמאן האלאווחענקא
גרינדונג דאַטום
1991 (פון סאוועטן פארבאנד)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
207,595 קוואַדראַט ק"מ
84
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט



מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $119.096 ביליאן (59סט)
וואַלוטע
צייט זאָנע
אינטערנעט דאָמען .
טעלעפאָן קאָד +

בעלארוס (העברעאיש; בלארוס, בעלאַרוסיש: Беларусь; רוסיש: Белору́ссия, Белару́сь; פּויליש: Białoruś) (אויך באקאנט אלס ווייסרוסלאנד אדער רייסן), איז א לאנד אין מזרח-אייראפע אן קיין שום ים-גרעניץ. זיינע גרעניצן זענען רוסלאנד צו מזרח, ליטע און לעטלאנד צו צפון, פוילן צו מערב און אוקראינע צו דרום. די הויפטשטאט איז מינסק. אנדערע גרויסע שטעט זענען באברויסק, בריסק, האמעל, גראדנא, וויטעבסק און מאהילעוו. א דריטל פונעם לאנד איז באדעקט מיט וועלדער.

די באפעלקערונג פון לאנד איז 9,849,000.

עטימאלאגיע

דער נאמען בעלארוס איז טייטש "ווייסע רוס", וויבאלד בעלארוס איז איינס פון די לענדער וואס הייסן רוס (ד"ה לאנד פון די רוסינער, אדער מזרח סלאוון). ביי אידן איז דאס לאנד א טייל פון ליטא.

היסטאריע

אין דעם 13טן יארהונדערט איז דער שטח פון דעם גרויסער הערצאגשאפט פון ליטע, וואס איז שפעטער געווארן א טייל פון דער פויליש-ליטווישער קאמאנוועלט. אין דעם 18טן יארהונדערט איז די קאמאנוועלט צעטיילט געווארן צווישן דער רוסלענדישער אימפעריע, עסטרייך און פרייסן, און בעלארוס איז געקומען אונטער רוסישער הערשאפט, ביזן ערשטן וועלט קריג. נאכן קריג איז בעלארוס ענדלעך אין 1921 צעטיילט צווישן פוילן אונעם סאוועטן פארבאנד.

קולטור

צווישן די פראמינענטע בעלארוסישע שרייבער זענען יאנקא קופאלא, אולאדזימיר זילקא און זמיטראק ביאדוליא.

געגנטן

בעלארוס ווערט צעטיילט אין זעקס געגנטן:

  1. בריסקער וואבלאסט
  2. האמלער וואבלאסט
  3. הראדנער וואבלאסט
  4. מאהיליאווער וואבלאסט
  5. מינסקער וואבלאסט
  6. וויטעבסקער וואבלאסט


Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!