רוי:זמיטראק ביאדוליא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

Zmitrok Byadulya.jpg

שמואל יעפימאוויטש פּלאַווניק (בעלאַרוסיש: Самуіл Яфімавіч Плаўнік; ‏23סטן אפריל 1886 - 3טן נאוועמבער 1941), מער באקאנט דורך זיין פסעוודאנים זמיטראָק ביאַדוליאַ, איז געווען אַ קלאַסיקער פון דער ווייסרוסישער ליטעראַטור פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.

ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל פּאָסאַדעץ, לעבן לאהויסק אין דער יעצטיקער מינסקער גובערניע פון ווייסרוסלאַנד אין משפּחה פון אַן אַרענדאַר. ער האָט זיך געלערנט אין אַ חדר און דערנאָך אין אַ ישיבה. שמואל פּלאַווניק האָט אָנגעהויבן צו שרייבן לידער אין דער פריִער יוגנט אויף העברעאיש און אויף רוסיש. אין 1907 האָט ער דעביוטירט מיט לידער אויף ווייסרוסיש. זמיטראָק ביאַדוליאַ האָט געשריבן אויף ווייסרוסיש פּראָזע, פּאָעזיע און פּובליציסטישע ווערק. איבערגעזעצט אין ווייסרוסיש פון ייִדיש באַזונדערע ווערק פון שלום-עליכם, שמואל גאָדינער אא. די ייִדישע טעמאַטיק האָט פאַרנומען אַ וויכטיג אָרט אויך אין זיינע ווערק געשריבענע אויף ווייסרוסיש. אין 1932 האָט ער צונויפגעשטעלט און פאַרעפנטליכט דאָס ערשטע ייִדיש-ווייסרוסישע ווערטערבוך.

זמיטראָק ביאַדוליאַ איז געשטאָרבן אין נאָוועמבער 1941, אין צווישן דער צווייטע-וועלט מלחמה אין עוואַקואַציע אין דער שטאָט אוראַלסק אין קאַזאַכסטאַן.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!