רוי:רבי שמעון לעמבערגער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב לעמבערגער ביים ציון פונעם תנא רבי יהודה בן בבא אין שפרעם

רבי שמעון לעמבערגער (געבוירן ט' טבת ה'תש"ג אין מאקאווע)[1] איז דער מאַקאָווער רבי. ער איז א תלמיד פון זיין טאטן רבי משה נתן נטע לעמבערגער בעל "עטרת משה", פון איין זייט פירט ער זיך אויף ווי א גערער חסיד, ער האט זיך אסאך געווייקט ביים גערער רבין דער בית ישראל, אבער ער נאשט און האט זיך געדרייט ביי אלע גדולי ישראל. ער איז אן איידעם ביי הרב רבי אלחנן היילפרין פון לאנדאן.

ער וואוינט אין קרית אתא א שטעטל אין די גלילות פון חיפה וואס האט אמאל אין די נאך צווייטער וועלט מלחמה יארן געדינט אלס א היימישער יישוב פון אונגארישע חרדישע אידן. צוליב די פרנסה מקור אין חיפה וואס איז אן אינדוסטעריעלע שטאט. ער איז פארבליבן דארטן נאכען שטארבן פון זיין פאטער, וואס איז אהין געגאנגען וואוינען אויפן באפעל פון רבי אהרן רוקח פון בעלז, דער חזון איש מיט דער גערער רבי דער בית ישראל.

ער איז א מחותן מיט'ן בעלזער רבי'ן רבי ישכר דוב רוקח זייענדיג דער שווער פון רבי אהרן מרדכי רוקח דעם רבינ'ס איינציגן קינד.

ער איז באקאנט אלס א גרויסער עובד ה' מיט מסירת נפש און מאדנע פירונגען. ער ווארפט זיך כסדר מיט פאקסן און גייט אנגעטאן צושאלכעט און צוריסן די פיאות און בארד פארקניפט מיט שטיוול אין די גרעסטע היצן און שטענדיג פארטיפט און פארדביקוט און מחשבה און רעדט שנעל.

ער האט א שארפן גוטן קאפ ביי זיינע שלוש סעודות תורות ווארפט ער צוזאם תורות פון סאטמארער רבי'ן רבי יואל טייטלבוים ביז קלויזענבערגער רבי ר' רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם א.ד.ג. און קען נאכזאגן ווערטער מיט א מקור אז ער האט דא געליינט היינט אין דער איד אדער אין המודיע. אזוי איז ער באקאנט אלס א פשטן און גאר אינטערסאנטער פארבן רייכער מענטש.

קינדער

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 60

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!