רוי:פורים פראנקפורט

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:פורים ווינצענץ)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פורים פראנקפורט (אדער "פורים ווינצענץ") איז א יומא דפגרא וואס אידן פון פראנקפורט האבן געפייערט יעדעס יאר אינעם טאג כ' אדר (כ' אדר א' אין אן עיבור יאר), צוליב די ישועה וואס זיי זענען געהאלפן געווארן אין דעם טאג אינעם יאר ה'שע"ו (1616), מיט דעם הענגען פון ווינצענץ פעטמילך (אויך באקאנט אלס ווינס האנץ אדער ווינץ האנץ). דער חתם סופר האט זיך געפירט אין דעם טאג צו מסיים זיין א מסכתא און מאכן א סעודה.

די געשיכטע

די פלינדערונג פון די פראנקפורטער יודנגאסע דורכאויס די פעטמילך ראיאטן, אין א קריצונג פון יאר שפ"ח.

הינטערגרונט

אין יאר ה'שע"ב האט זיך פארמירט א נייע מלוכה אין דייטשלאנד. איידער זיי האבן איינגעשטעלט דעם נייעם קעניגרייך, האבן זיי פלאנירט א גרויסן באל, וואס האט געזאלט פארקומען אינעם דאן-הויפטשטאט פראנקפורט, וואו מען וועט אין א טראדיציאנעלן צערעמאניע קרוינען דעם נייעם קייזער אטיאס צו זיין טראן.

אין צוגרייטונג צום גרויסארטיגן באל האט די קעניגליכע קאמיסיע באשטעלט א ריזיגן קוואנטום ברויט און קיכן ביי די ארטיגע אידישע בעקערייען, וואס זיי האבן געזאלט באקן אין פארברייטונג צום באל. דער אידן-פיינט ווינס האנץ האט יעצט געטראפן א געלעגנהייט צו באקריוודען דאס גאנצע אידישע קהילה. זייענדיג דער אפיציעלער אויפזעער פון אלע בעקערייען אין שטאט, האט ער א טאג פאר דעם געפלאנטן באל ארויס געגעבן אין געהיים א באפעל צו פארשליסן אלע בעקערייען אין די געגנט ביז נאך דער באל, צווינגענדיג צו פארשליסן די אידישע בעקערייען וואס האבן געזאלט באקן פאר דעם באל, אזוי אז עס איז אין יענעם טאג נישט ארויס געגעבן געווארן קיין שום געבאקענע פראדוקטן פאר דעם געפלאנטן ארטיגן באל.

גראד זענען די גוים אויפגעשפרונגען, באשולדיגנדיג אלע אידן אין פארראט צום קעניגרייך, און דערמיט אויפגעהעצט די אלגעמיינע באפעלקערונג אז די אידישע געשעפטן האבן זיך אנגעבליך אפגעזאגט פון צושטעלן די דערמאנטע געבעקס פאר'ן ארטיגן באל, פארשעמענדיג די קעניגליכע טראדיציע. זיי האבן באשלאסן צו פארטרייבן אלע אידישע איינוואוינער פון די געגנט, בויקאטירן זייער געלט און זיך צוטיילן מיט די פארבליבענע אידישע פארמעגנס. (אינעם ספר "כח יהודה" פון רבי יהודה יוסף בינגא דרוקט ער אויס וואונדער איבער דעם געוואלדיגן נס, אז אנשטאט חלילה פארטיליגן און אומברענגען דעם גאנצן קהילה וואס וואלט געווען גאר טראגיש, האבן זיי באשלאסן ענדערש צו פארטרייבן דאס גאנצע קהילה און בויקאטירן די פארמעגנס).

די צרה

מיט א שטארקן אימפעט זענען מאסן צעהיצטע כוליגאנעס זיך א לאז געטון מיט אייפער צום אידישן קווארטל, באפאלן און צעשלאגן די ארטיגע אידן, זיי ארויס געטראסקעט פון זייערע הייזער, און באראבעוועט אידישע געשעפטן. די רשעים האבן אפיר געזוכט די באהאלטענע פארמעגנס, און דאס באראבעוועט. זיי האבן אויך פארברענט הויפנס כתבי קודש, די ספרי תורה וואס זענען אריינגעפאלן אין זייערע הענט האבן זיי געשענדט, און וואנדאליזירט די ארטיגע אידישע בית הקברות.

אין דעם טאג כ"ז אלול שנת ה'שע"ד זענען די אידן פארטריבן געווארן פון זייער היימען, און פארשיקט געווארן אריבער די גרעניצן. דעם טאג איז פארבליבן אלס א יום תענית אין קהילת פראנקפורט, ווען מען האט זיך פארזאמלט אין שול און געקלאגט. דאס איז אנגעהאלטן געווארן אין די קומענדיגע דורות, אלס זכר צו די ביטערע צרה וואס האט זיי דאן באטראפן.

די אידן האבן זיך ארויס געלאזט אין וועג צו ארומיגע מדינות, דארמשטאט מיינץ און פפאלץ. קרוב צו צוויי יאר האט דער קהילה געוואנדערט אין דער פרעמד, פון איין שטאט צום אנדערן, ביז די ידיעה פון די קהילה איז אנגעקומען צום ארטיגן מושל, און באשלאסן אריין צו נעמען די אומגליקליכע קהילה ביי זיך אין לאנד. די ראשי קהילה האבן פרובירט צו שתדלן ביים ארטיגן קייזער, און אויפגעוויזן פאר'ן מושל וואספארא אומשולד עס האט זיי באטראפן. דער מושל האט זיי פארשפראכן צו טון דערוועגן און צוריק ברענגען די קהילה קיין פראנקפורט. ער האט נאכדעם שריפטליך געשריבן צום קייזער אטיאס פון דייטשלאנד מיט וועמען ער איז געשטאנען גאנץ נאנט, שרייבנדיג וואספארא פארברעך עס איז געטון געווארן צו דער אומשולדיגע קהילה אין פראנקפורט וואס צוליב אן אנגעדרייטן בלבול האט מען צוגענומען זייער פארמעגן און ארויס געטריבן פון זייערע היימען.

זעענדיג אז דאס שאדט די פארבינדונגען צווישן די מלוכות האט דער דייטשער קייזער אטיאס באאויפגעטראגט איינער פון זיינע מיניסטארן מיט'ן נאמען קרויסמיא צוריק צו ברענגען די קהילה קיין פראנקפורט, און שטארק באשטראפן די שולדיגע פארברעכער, און צו פארזיכערן די אידישע איינוואוינער פון ווילדע אומרוען.

די ישועה

אום אדר ה'שע"ו איז געקומען די ישועה. דער מיניסטער קרויסמיא האט געמאלדן אין נאמען פונעם קייזער צום אידישן קהילה אז זיי זענען זיכער זיך צוריק צו קערן וואוינען אין זייער היים-שטאט פראנקפורט, און די שולדיגע וועלן באשטראפט ווערן מיט מיתות משונות אז אלע זאלן זען אז אזוינס זאל מער נישט פארקומען אונטער זיין מלוכה. דערביי האט ער געמאלדן אז ער וועט באצאלן אויף די אלע שאדן וואס די כוליגאנעס האבן שאדן געמאכט פאר'ן קהילה.

די שמחה איז געווען גרויס, אבער די פחד איז געווען פילפאכיג מער, נישט אלע זענען געווען אזוי גרייט זיך צוריק צו קערן קיין פראנקפורט, ספעציעל די וועלכע האבן געדענקט די שוידערליכע פאגראם ווען מען האט זיי פארטריבן, נעמענדיג אין באטראכט אז די ארטיגע גוים וועלן זיכער קוקן מיט א קרומע נאז אויף די צוריקקער פון די אידישע איינוואוינער און וועלן זוכן נקמה צו נעמען פאר די שטראף וואס דער קייזער האט געאורטיילט פאר די שולדיגע. דער מיניסטאר קרויסמיא האט דאס אויך געוואוסט, און דעריבער האט ער איינגעשטעלט די גאנצע צוויי טעג איידער די אידישע איינוואוינער זענען צוריק געקומען א גרויסע מיליטערישע פאראדע מיט טרומפייטער און מוזיקאלישע אינסטרומענטן, וואס האבן געזונגען אין די גאסן לכבוד די צוריקקער פונעם אידישן קהילה. צו פארמינערן די שאנס פון פרישע פאגראמען האט דער קייזער פארבאטן זיך צו דרייען אין די גאסן יענע צייט, און ארויס געגעבן א פארבאט צו טרינקען וויין און משקה.

די איינוואוינער האבן געזען וואספארא א כבוד מען געבט פאר די אידן, ביז די איינוואוינער נעבן דעם אריינגאנג פון שטאט האבן אויסגעטראטן א לאנגע וועג פאר וועגענער, וואס איז געלאפן פון דעם אריינגאנג פון שטאט ביז אריין אין דער אידישע קווארטל, און ארויף געבויט ענטוזיאסטישע טויערן איינגעקריצט א גרויסן אדלער און אנטהאלטן דעם אונטערשריפט פונעם קייזער.

ביים טויער פון שטאט האט דער קייזער מיט אויסגע'שורה'טע מיליטערישע סאלדאטן אנטפאנגען די קהילה, באגלייטנדיג די אידן מיט געזאנג צום אידישן קווארטל מיט א פאראדע אין א ספעציעלן מוזיקאלישע כאר וועלכע האבן פארפאסט א ספעציעלן ניגון לכבוד די צוריק קער פון די אידן. (דער ניגון איז שפעטער אזוי באליבט געווארן ביי די קהילה אז די חזנים און בעלי תפילה האבן דאס געזונגען ביי תפילות ימים טובים, אלס א דאנק צום רבש"ע, צום גרויסן נס). אין די ערשטע וואגן איז געזעסן דער קייזער, אינעם צווייטן וואגן זענען געזעסן דער רב און דער פרנס און די ראשי הקהילה, נאכפאלגנדיג אלע געוועזענע אידישע תושבי פראנקפורט באגלייט מיט תכסיסי מלחמה זיי צו היטן.

אין די זעלבן צייט וואס מען האט באגלייט די אידישע איינוואוינער צום אידישן קווארטל, האט מען דורך געפירט פארנט פון די אידן די שולדיגע פארברעכער אין קייטן, אין שפיץ פון דער רשע ווינץ האנץ, אויפ'ן וועג צום מארק פלאץ וואו מען וועט זיי הענגען, און די אידן האבן אלע געזען א נקמה אין זייער שונאים.

אין א צערעמאניע אזוי ווי א קעניג וואס געבט איבער דעם טראן צו זיין זון האט דער קייזער איבערגעגעבן צו די ראשי קהילה די שליסלען פון די בית הכנסת און בית הקברות, און געשאנקען א מתנה א פאר שליסלען פונעם הויפט טויער פון שטאט ארויס צו ווייזן פרייהייט, געבנדיג די פריווילעגיע פאר די אידישע תושבים זיך צו באוועגן פריי וואו אימער אונטער זיין קעניגרייך.

אין א פראמינענטן שריט האט דער קייזער באפוילן דאס גאנצע שטאט זיך צו פארזאמלען אינעם צענטער פונעם ארטיגן מארק וואו עס פלעגט פארקומען די יריד. אין צענטער איז געשטאנען א ריזיגן תליה, וואו מען האט אריבער געפירט די פארברעכער, און געהאנגען איינס ביי איינס, באזונדער איז געווען די מינוט ווען מען האט געהאנגען דעם רשע ווינס האנץ. כדי צו פארשפרייטן די געשיכטע האט דער קייזער באפוילן אראפ צו האקן דעם קאפ פונעם 'צווייטן המן', און דאס אריין האקן אויף דעם שפיץ פונעם גרויסן טורעם וואס איז געשטאנען אינדערמיט פונעם שטאט, אז אלע זאלן דאס זען און וויסן וואספארא שטראף מען באקומט פאר דעם.

דער יום טוב

דעם קומענדיגן טאג, כ' אדר ה'שע"ז, האט מען דאן אין בית הכנסת נישט געזאגט קיין תחנון און געזאגט הלל[מקור פארלאנגט], דאנקענדיג דעם באשעפער אויף דעם גרויסן נס. אלס זכר צו געדענקען דעם נס, האבן די זקנים און חכמי הדור קובע געווען דעם טאג כ' אדר אלס א יו"ט פורים, פאר די קומענדיגע דורות. אלע האבן נאך געשפירט דעם פחד וואס האט זיי באטראפן איידער זיי זענען אריין אין שטאט, דעריבער האט מען דאס קומענדיגע יאר י"ט אדר געפאסט און למחרתו כ' אדר האבן זיי ווידער געפראוועט 'פורים פראנקפורט'. און דאס איז שוין געבליבן פארהייליגט ביי די בני הקהילה דורות שפעטער.

דער דענקמאל

דער הויז פונעם רשע ווינס האנץ איז צעווארפן געווארן, און אויף דעם פלאץ איז ארויף געשטעלט געווארן א גרויסן שטיין איינגעקריצט מיט ווערטער וואס שילדערט די געשיכטע, אלס א דענקמאל צו דער פאסירונג.

די קומענדיגע צענדליגער יארן איז דער דענקמאל נאך אלץ געשטאנען אויפן חרוב'ן ארט, אבער דאס איז שטענדיג געשטאנען ווי א דארן אין אויג פאר די פאמיליעס פון די שולדיגע וועלכע האבן נאך געדענקט די בזיונות וואס זיי האבן דאן געליטן, צוליב זייערע קרובים וואס זענען אזוי מיאוס אפגעקומען, און עס זענען געווען מאנכע וואס האבן דעם דענקמאל געוואלט אראפ זען פאר יעדן פרייז אין די וועלט. די רעגירונג האט אבער זיכער געמאכט אז דאס ווערט נישט וואנדאליזירט.

א געלעגנהייט איז אונטערגעקומען ווען עס האט אויסגעבראכן א העלישן פייער אויפ'ן גאס נעבן דעם דענקמאל, און די גוים האבן געהאט א אויסרייד אראפ צו נעמען דעם שטיין צו פארלעשן דעם פייער.. אבער דער רעגירונג האט דאס צוריק געלייגט. א צווייטע פרואוו אראפ צו נעמען דעם דענקמאל איז געווען ווען זיי האבן פלאנירט און פאקטיש ארויף געשטעלט א ברונעם אויף דעם ארט, אבער די רעגירונג האט פארשטאפט דעם ברונעם.

אפאר יאר שפעטער האט פאסירט א מאכטפולע ערדציטערניש וואס האט געטרייסלט דאס ארט, און דער שטיין איז אראפ געפאלן צו דער ערד, און איז געליגן דארט א לאנגע צייט. אוועק נעמען האבן זיי נישט געוואלט וויבאלד דער רעגירונג וועט שטעלן א נייע, און דאס איז אזוי געליגן דרייסיג יאר ביז דער רעגירונג האט דאס אוועק געפירט אינעם קעניגליכן ביבליאטעק.

מקורות

דער געשיכטע ווערט געשילדערט אין ספר "יוסף אומץ"[1].

פון די כתבים פון יענע תקופה, זעען מיר אז די דאזיגע מנהג איז שטארק פארבליבן און איינגעהאלטן געווארן דורך די בני הקהילה פאר דורי דורות. אין א בריוו וואס דער חתם סופר (אליין א יליד פראנקפורט) האט געשריבן[2], איז ער מפלפל צו עס איז מותר צו קובע זיין א יום משתה ושמחה לכבוד א נס וואס האט פאסירט צו א רבים. ער בלייבט אז דאס איז מותר, און דאס איז גאר א חוב פאר די בני הקהילה, אבער ער פערזענליך איז מחמיר מספק און פירט זיך צו מסיים זיין א מסכתא יעדעס יאר אין דעם טאג. צווישן די שורות שרייבט דער חתם סופר ווי פאלגנד:

והנה מבואר בספר יוסף אומץ מהנס שנעשה בק"ק פראנקפורט דמיין, ביום כ' אדר הראשון, וקבעו בו יום שמחה לדורתם, וכן ראיתי ממ"ו הגאון מו"ה נתן אדליר זצ"ל מילדי ק"ק ההיא, וכן אנו נוהגים כן אחריו, הגם שאנו ברחוק מקום.. ומכל מקום אני נוהג להחמיר לסיים ספר באותו היום כדי שיהי' הסעודה בהיתר בלי פקפוק, ויאכלו ענוים וישבעו

.

אין די הסכמה וואס רבי שמעון סופר זצ"ל אבד"ק קראקא האט געשריבן אויפ'ן קונטרס "מגילה עפה" (וואס איז ר"ת ע'יר פ'רנקפורט ה'מעטירה), וואו דער מחבר שילדערט די רדיפות און צרות וואס די אידן אין די פראנקפורטער קהילה האבן מיטגעמאכט, שרייבט ער: ”כאשר שמעתי גם אנכי מפה קדוש אדוני אבי זצ"ל, מחבר 'חתם סופר', יליד קרתא חשיבא עיר פראנקפורט יע"א, אשר גם הוא היה נוהג בכל שנה לעשות את יום כ' אדר למשתה ושמחה ויום טוב”. אויך איז זאגט עדות דערצו הרב"ש האמבורגער אין זיין ספר 'אזרח רענן', וואו ער שרייבט איבער דעם מנהג פונעם חתם סופר אז ער האט זיך געפרייט "בשמחת פורים של פראנקפורט דמיין".

דער דערמאנטער "מגילה עפה", פון רבי אלחנן העלן, איז געשטעלט באריכות איבער דעם נס, די צרה און די ישועה.

צו ליינען מער

רעפערענצן

  1. רבי יוסף יוזפא האן נוירלינגען, יוסף אומץ, סימן תתש"ט
  2. שו"ת חתם סופר חלק אורח חיים סימן קצ"א

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!