רוי:גריכנלאנד
Ελληνική Δημοκρατία עליניקי דימאקראַטיאַ | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | גריכיש | ||||
הויפּטשטאָט | אטען | ||||
רעגירונג | פארלאמעטארישע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
קאַטערינאַ סאַקעלאַראָפּולו קיריאקיס מיסטאטאקיס | ||||
גרינדונג דאַטום |
25טן מערץ 1821, פון דער אטאמאנישער אימפעריע | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
131,990 קוואַדראַט ק"מ 96סט 0.8669 | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
11,216,708[1] 74סט 84 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $341.688 ביליאן (33סט) | ||||
וואַלוטע | איירא € | ||||
צייט זאָנע | מזרח אייראפעאישער זייגער (UTC+2) | ||||
אינטערנעט דאָמען | gr. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 30+ |
גריכנלאנד (גריכיש: Ελλάδα עלאַדאַ אדער Ελλάς עלאַס), אפיציעל די העלענישע רעפובליק (גריכיש: Ελληνική Δημοκρατία), איז אַ לאַנד אין דרום-מזרח אייראָפּע, ביים דרום עק פונעם באלקאנער האלבאינזל. עס גרעניצט מיט אלבאניע, בולגאריע און רעפובליק פון מאקעדאניע אין צפון, און טערקיי אין מזרח. דער אגאישער ים ליגט מזרח או דרום פון דער יבשה פון גריכנלאנד, און דער יאנישער ים צו מערב. ס'איז אויך דא אינזלען אן א שיעור.
גריכנלאנד איז אן אנטוויקלט לאנד, א מיטגליד פונעם אייראפעאישן פארבאנד זייט 1981,[2] און פון זיין עקאנאמיש און געלטפארבאנד זייט 2001, נאט"א זייט 1952,[3] די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג זייט 1961,[4] און נאך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס. די הויפּטשטאָט איז אַטען; אנדערע חשובע שטעט זענען סאלאניקי, פאטראס און העראקליאן.
היסטאריע
גריכנלאנד איז געווארן א רעפובליק דעם 25סטן מערץ 1924.
פאליטיק
גריכנלאנד איז א פארלאמענטארישע רעפובליק. דער ראש מלוכה, וואס ווערט גערופן פרעזידענט, ווערט געוויילט דורכן פארלאמענט פאר א קאדענץ פון פינף יאר. די היינטיגע קאנסטיטוציע האט מען אדאפטירט אין 1975. דער פארלאמענט האט איין קאמער מיט 300 דעפוטאטן.
אדמיניסטראציע
זייטן 1טן יאנואר 2011 איז גריכנלאנד צעטיילט אין 13 ראיאנען.
נומער | ראיאן | הויפטשטאט | שטח (ק"מ²) | שטח (קוואדראט מייל) |
באפעלקערונג[5] | GDP (ביליאן)[6] |
---|---|---|---|---|---|---|
1 | אטיקע | אטען | 3,808 | 1,470 | 3,812,330 | €103.334 |
2 | צענטראלע גריכנלאנד | לאמיע | 15,549 | 6,004 | 546,870 | €12.530 |
3 | צענטראלע מאקעדאניע | סאלאניקי | 18,811 | 7,263 | 1,874,590 | €34.458 |
4 | קרעטע | העראקליאן | 8,259 | 3,189 | 621,340 | €12.854 |
5 | מזרח מאקעדאניע און טראקיע | קאמאטיני | 14,157 | 5,466 | 606,170 | €9.054 |
6 | עפירוס | יאנאנינע | 9,203 | 3,553 | 336,650 | €5.827 |
7 | איאנישע אינזלען | קארפו | 2,307 | 891 | 206,470 | €4.464 |
8 | צפון אגאישע | מיטילענע | 3,836 | 1,481 | 197,810 | €3.579 |
9 | פעלאפאנעז | טריפאלי | 15,490 | 5,981 | 581,980 | €11.230 |
10 | דרום אגאישע | ערמופאלי | 5,286 | 2,041 | 308,610 | €7.816 |
11 | טעסאליע | לאריסע | 14,037 | 5,420 | 730,730 | €12.905 |
12 | מערב גריכנלאנד | פאטראס | 11,350 | 4,382 | 680,190 | €12.122 |
13 | מערב מאקעדאניע | קאזאני | 9,451 | 3,649 | 282,120 | €5.564 |
טראנספארט
דער מעטראפאליטאנער שטח פון דער הויפטשטאט אטען האט א נייעם אינטערנאציאנאלן לופטפעלד (געעפנט 2001), א נייעם פארשטאטישן אויטאסטראד "אַטיקי אדאס" (געעפנט 2001), און א פארברייטערטע מעטרא סיסטעם (זייט 2000).
די מערהייט פון די גריכישע אינזלען און א סאך שטעט זענען פארבינדן דורך לופט טראנספארט, בעיקר מיט די צוויי הויפט פלי געזעלשאפטן פון גריכנלאנד, אלימפיק און אגאישע לופט.
אינטערנאציאנאלע באן ליניעס פארבינדן גריכישע שטעט מיט אייראפע, די באלקאנען און טערקיי.
עקאנאמיע
דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון גריכנלאנד וואקסט גיך.[7] א הויפט דינער פון אויסלענדישע וואלוטער, ביז 15%, איז די טוריזם אינדוסטריע,[8] וואס באארבעט 16.5% פון דעם גאנצן ארבעטקראפט.
אינגאנצן האט גריכנלאנד 4.9 מיליאן ארבעטער.[9] די גריכן ארבעטן א דורכשניט פון 1,811 שעה'ן א יאר.[10]
זעט אויך
רעפערענצן
- ↑ "Eurostat". Epp.eurostat.ec.europa.eu. 2009-02-11. Retrieved 2009-03-22.
- ↑ "Member States of the EU: Greece". European Union. europa.eu. Retrieved 2007-04-07.
- ↑ On the 14 August 1974 Greek forces withdrew from the integrated military structure of NATO in protest at the Turkish occupation of northern Cyprus. גריכנלאנד איז צוריק אריין אין נאט"א אין 1980.
- ↑ "Convention on the OECD". Organisation for Economic Co-operation and Development. www.oecd.org. Retrieved 2007-04-07.
- ↑ "'Πίνακας 1: Προσωρινά αποτελέσματα του Μόνιμου Πληθυσμού της Ελλάδος'" (PDF). National Statistical Service of Greece: Ανακοίνωση προσωρινών αποτελεσμάτων Απογραφής Πληθυσμού 2011, 22 Ιουλίου 2011. Archived from the original (PDF) on 2012-09-18.
- ↑ "Regional gross domestic product (million EUR), by NUTS 2 regions". Eurostat. 2008. Retrieved 25 October 2011.
- ↑ "ELKE Hellenic Center for Investment - Economic Stability". Elke.gr. Retrieved 2009-01-06.
- ↑ "Greece".
- ↑ Posted by internetakias. "Οι Ελληνες 2οι πιο σκληρά εργαζόμενοι στον κόσμο!". Internetakias.gr. Retrieved 2009-03-22.
- ↑ טעקע:Yearly working time 2004.jpg
לענדער ארום דעם מיטלענדישן ים | ||
---|---|---|
|
מיטגלידער שטאטן פונעם אייראפעאישן פארבאנד | |
---|---|
|
ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג (OECD) | |
---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!