רוי:בעל שם טוב

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דעם בעל שם טוב'ס אונטערשריפט
טעקע:OHALBast.jpg
אהל על קבר הבעש"ט
טעקע:BaisMdrsBast.jpg
בית מדרשו של הבעש"ט

רבי ישראל בן אליעזר זצ"ל, דער בעל שם טוב (בעש"ט) (י"ח אלול ה'תנ"ח – ו' סיון ה'תק"כ), איז געווען דער גרינדער פון חסידות.

אפשטאם

רבי ישראל איז געבוירן אינעם שטעטל אקופ אין די קארפאטן בערג, י"ח אלול ה'תנ"ח (אומגעפער),[1] צו זיין פאטער רבי אליעזר, און צו זיין מוטער מרת שרה. זיין פאטער האט געשטאמט פון רבי אליעזר, דעם ברודער פון רמ"א, און איידעם פון מהרש"ל.

רבי ישראל איז פאר'יתום'ט געווארן אלס יונג קינד פון ביידע עלטערן. זיין פאטער רבי אליעזר האט אים איבערגעלאזט ביי די דריי יאר. אין ספר שבחי בעש"ט ווערט פארציילט אז פאר זיין טאטע איז אוועק האט ער אים געזאגט: "ישראל'יקל, דו זאלסט נישט מורא האבן פאר קיינעם נאר בלויז פארן באשעפער, אויסערדעם דארפסטו פון קיינעם נישט האבן קיין מורא."

די ווערטער זענען אים אריין טיף אין זיין זעל און דערפון האט ער אויסגעפארעמט זיין וועג.[2]

זיין יוגנט

נאכדעם וואס רבי ישראל איז געווארן א יתום, האבן די מענטשן פון שטאט זיך אפגעגעבן מיט אים, און אים אריין געברענגט אין חדר. ער איז דארט שטארק געשטיגן, אבער וויבאלד רבי ישראל פלעגט שטענדיג אנטלויפן פון חדר און זיך אויסבאהאלטן אין וואלד, האבן זיי אויפגעהערט זיך אפגעבן מיט אים.

ווען ער איז גרעסער געווארן האט ער זיך אונטערגענומען צו פירן די קליינע קינדער אין חדר אריין, און זיי צו פירן אין בית המדרש ענטפערן אמן יהא שמיה רבא. אויפן וועג פלעגט ער זינגן מיט זיי, אז מען האט דאס געקענט הערן פונדערווייטנס. נאכהער איז ער געווארן דער אויפפאסער פון בית המדרש, אזוי ארום האט ער געקענט אויף זיין גאנצע נעכט קיינער זאל נישט וויסן.

זיינע רבי'ס

דער ספר שבחי בעל שם טוב ברענגט אז ער האט געהערט פון רבי שמשון, דעם רב אין ראשקאוו, א זון פון דעם תולדות, אז עס איז געווען א מענטש וואס מען האט אים גערופן רבי אדם בעל שם, וואס ער האט געהאט כתבים וואס זענען געווען סודות התורה, פאר ער איז נפטר געווארן, האט ער אנגעזאגט פאר זיין זון, ער זאל איבערגעבן די כתבים פאר א איד אין אקופ וואס הייסט רבי ישראל בן אליעזר, ער איז פערצן יאר אלט, און די כתבים געהערן צו זיין שורש נשמה, אויב דו וועסט האבן די זכיה וועט ער לערנען אין זיי מיט דיר.

דער זון פון רבי אדם בעל שם איז אנגעקומען קיין אקופ, ס'איז אים אבער נישט איינגעפאלן אז דער רבי ישראל זאל גאר באדייטן דעם אויפפאסער פון בית המדרש, הערשט נאך א צייט זוכנדיג האט ער איינגעזען אז דאס איז טאקע וועמען ער דארף איבערגעבן די כתבים. דער בעש"ט איז איינגעגאנגען צו לערנען מיט אים צוזאמען און זיי האבן זיך ארויסגעצויגן אין וואלד און דארט געהארעוועט אין לערנען אינאיינעם, נגלה און נסתר צוזאמען.

אויסער דעם האט דער בעש"ט געהאט נאך א רבי'ן וואס ער דערמאנט אין א בריוו צו זיין שוואגער, רבי גרשון קיטובער, אין תולדות שטייט אז דאס איז געווען דער נביא אחיה השילוני, וואס ער האט געלערנט פון משה רבינו ע"ה, און ער איז געווען דער רבי פון אליהו הנביא.

מיט זיין שוואגער

נאך דער פטירה פון רבי אדם בעל שם'ס זון, האט רבי ישראל זיך אוועק געצויגן קיין בראד, ער איז דארט געווארן א מלמד, און ביז א קורצע צייט איז ער באקאנט געווארן אלס א גרויסער למדן און א קלוגער מענטש, אלע פראבלעמען פון דער קהלה און דין תורה'ס האט מען געברענגט צו אים.

איינמאל איז געקומען צו אים רבי אפרים פון קיטוב דער פאטער פון גרשון קיטובער וועגן א דין תורה, נאך דעם פסק האט רבי אפרים פארגעשלאגן פארן בעש"ט זיין טאכטער חנה פאר א כלה, דער בעש"ט האט צוגעשטימט, אבער מיט א באדינגונג, אז מען זאל נישט שרייבן אויף אים קיין שום טיטל אינעם תנאים נאר זיין נאמען ישראל בן אליעזר. אויפן וועג אהיים איז רבי אפרים נפטר געווארן, די קינדער זענען געווארן ערשטוינט ווען זיי האבן געטראפן צווישן זיינע פאפירן א תנאים פאר דער טאכטער מיט אן אומבאקאנטן מענטש.

ווען דער בעש"ט האט געענדיגט זיין מלומדת האט ער זיך פארשטעלט ווי א פשוטער מענטש, מיט א קורץ פעלציל און א דיקן פאסיג, און איז געפארן קיין קיטוב צו רבי גרשון אין שטוב, דארט האט דער בעש"ט ארויס גענומען דעם תנאים און געזאגט פאר רבי גרשון ער זאל אים צוגרייטן די כלה חתונה צו האבן. רבי גרשון איז אינגאנצן פארטומלט געווארן צו זען אזא פראסטן חתן, ער האט גערופן זיין שוועסטער און איר פארציילט אלץ וואס האט פאסירט, האט זי געענטפערט אז דער פאטער האט אזוי געטון האט זי נישט וואס אריינצוקלערן, און איז גרייט מיט אים צו הייראטן. פאר דער חופה האט דער בעש"ט געבעטן אז ער וויל רעדן מיט דער כלה, ער האט איר אויסגעזאגט די גאנצע ווארהייט און איר באשוואוירן קיינעם נישט צו פארציילן.

נאך דער חתונה האט זיין שוואגער רבי גרשון געבעטן זיין שוועסטער זי זאל אים אפלאזן, און אויב נישט בעט ער זי זאל אוועק פארן וואוינען ערגעץ אנדערש, וויבאלד ער קען נישט פארליידן די שאנדע. זיי זענען אוועק געפארן אין דעם געבירג דארט האט דער בעש"ט זיך אויסבאהאלטן זיבן יאר.

שפעטער האט ר' גרשון איינגעזען די גרויסקייט פון זיין שוואגער און איז געווארן א תלמיד פון זיין שוואגער דעם בעש"ט. עס איז אינטערסאנט אז אין ספר עבודת ישראל[3] שטייט אז ר' גרשון קיטעווער האט אויסגעלערנט א געוויסן אופן פון עבודת השם פאר זיין שוואגער דעם בעל שם טוב, עס איז דא וואס ווילן מאכן א גרייז אין עבודת ישראל אז נישט ר' גרשון האט עס געזאגט פארן בעל שם טוב נאר פארקערט דער בעל שם טוב האט עס געזאגט פאר ר' גרשון.[4] ר' גרשון ווערט אויך דערמאנט אין ספר פרי מגדים הל' תשעה באב.

דרך הבעל שם

אין די ערשטע יארן איז דעם בעל שם טוב'ס התנהגות געווען גאר בפשטות. ער האט זיך געדרייט צווישן מענטשן און געשמועסט מיט זיי, און האט אזוי פארהוילן זיין גרויסקייט אין עבדות השם. פון גאר יונג האט ער זיך געדרייט און מתבודד געווען אין די וועלדער, ער האט נישט געוואלט זיין צווישן מענטשן.

מיט דער צייט איז ער באקאנט געווארן אלס א "בעל שם", א טיטל וואס מען פלעגט געבן פאר די וואס האבן זיך באניצט מיט קמיעות און סגולות אויף צו פועל'ן ישועות. ער איז ספעציעל באקאנט געווארן מיט זיין קענטעניס צו היילן קראנקע, און עס פלעגן קומען צו אים אידן און גוים צוגלייך זיך היילן.

אין ספר תולדות יעקב יוסף שטייט אז עס האט זיך אנטפלעקט צו אים דער נביא אחיה השילוני. דער תולדות שרייבט הרבי הידוע של מורי.

שפעטער ווען ער איז באקאנט געווארן אין דער וועלט האבן די חסידים געזען אויף אים אפענע רוח הקודש און דביקות אלקות וואס מען טרעפט ביי תנאים און אמוראים. דער מאור עינים ברענגט אראפ אז דער בעל שם טוב האט געקענט זען מסוף העולם ועד סופו. דער דגל מחנה אפרים שרייבט ער האט געהאט כוחות נשגבות איבערצודרייען א גזר דין פאר רחמים.

דער בעש"ט האט געזאגט, ער איז נישט אראפ געקומען מחדש זיין עפעס, נאר "להכניס חיות בעצמות היבשות".[5]

אין פשוט'ן אפטייטש מיינט דאס, מ'זאל נישט טון מצות און לערנען תורה, כמצות אנשים מלומדה, נאר מיט א חסידישן חיות, וואס דאס מיינט מ'זאל משיג זיין וואס עס מיינט לערנען תורה לשמה, וואס אויף דעם זענען די חסידישע ספרים מסביר באריכות.

יעדער מענטש פארשטייט דאס אנדערש, וועגן דעם האבען זיינע נאכפאלגערס געזאגט תורה, שטענדיג לויט דער תכונת הנפש פון די צוהערער, עס האט זיך געוואנדן ווער עס איז דארט געשטאנען און צוגעהערט, לויט זיי האבן די צדיקים געזאגט תורה, אזוי שטייט אין דער הקדמה פון ספר התניא.

ביזן בעש"ט האבען נאר יחידי סגולה, גאונים וקדושים וואס האבן געלערנט און משיג געווען ספרי קבלה, געוואוסט וואזוי א איד קען זיין נאנט צו השי"ת.

דער בעש"ט האט געעפענט א טיר, אז אפילו א פשוטער איד, אפילו א איד וואס איז פארזינקען מיט טירדות, דאך מיט דער הילף פון צדיקים, קען ער זיין נאנט צו השי"ת, ממש אין מדרגות, וואס פארן בעש"ט האבען צו דעם נישט געקענט צוקומען נאר יחודי סגולה אין דור.

עס שטייט אין הקדמת ספר הבעש"ט, בשם הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצוק"ל, אז ביז משיח וועט קומען, ווען א איד וועט גיבן א קרעכץ, אפילו אינעם ווייטן דייטשלאנד, וועט דאס זיין פונעם כח השפעה פון בעש"ט וואס ער האט אראפ געברענגט אן התעוררת צו דערוועקן אידן צו אידישקייט. עס שטייט אין ספה"ק היכל הברכה-קאמארנא הר"ב ישרא"ל ב"ן אליעז"ר בגי' שמע ישראל י' אלקינו ה' אחד = 1018

אויף צו פארשטיין טיף דעם דרך הבעש"ט פארלאנגט זיך א גרינטליכער פארשטאנד אין תורת הקבלה, ספעציעל זוהר און כתבי אר"י. במשך פון די יארן זענען געבליבן ווייניג וואס זענען אין דעם שטארק באקאנט. אויך די הויכע אנווייזונגען פון חסידות--דביקות, פרישות פון ענינים גשמיים, יחודים און כוונות--זענען פון אלע יארן געווען פאסיג נאר פאר יחידי סגולה, און האבן פארלאנגט ספעציעלע פיזישע, מענטאלישע, און גייסטישע קראפטן. נאך דער תקופה פון דעם חוזה פון לובלין און זיינע תלמידים האבן ווארשיינליך נישט עקזיסטירט מער קיין ערנסטע נאכפאלגערס און פראקטיצירערס פון דער הויכער תורת החסידות, עכ"פ אויף א מאסן פארנעם.

די מנהגים און אנווייזונגען פון חסידות, ספעציעל די גייסטישע עלעמענטן וואס האבן געלערנט פון שמחה, אהבת ישראל, תורה לשמה, א.א.וו. זענען יא געווארן שטארק אנגענומען ביים המון עם, און דער גייסט פון חסידות איז דאס וואס עס איז צום מערסטנס געבליבן אויף היינט.

פארשידענע חסיד'ישע הויפן האבן אנגענומען צו לייגן א דגש אויף אנדערע עלעמענטן פון דרך החסידות. אין די חסיד'ישע הויפן פון וויזניץ איז עס דאס פראווען די הייליגקייט פון שבת. אין סקווירא (טשערנאבעל) מתקן זיין די זיבן מידות חג"ת נהי"ם [ח'סד ג'בורה ת'פארת נ'צח ה'וד י'סוד מ'לכות], איינער פון זיי איז זיך באהעפטן צום צדיק. ליובאוויטש איז געווען מחולק מיט דעם און האבן געהאלטן אז מ'דארף רעדן פון חסידות אסאך, פון חב"ד [ח'כמה ב'ינה ד'עת]. דערפאר לערנען זיי דאס פונעם תורת החסידות, וואס דער בעל התניא ספר התניא האט ספעציעל געמאכט. אין תולדות אהרן איז עס דאס דאווענען. אין די אונגארישע קהלות ווי סאטמאר און פאפא איז עס מערסטנס די ענינים פון אידישן לבוש און שפראך און זיך דערווייטערן פון מאדערנקייט, וואס האט אויך א שטארקן באזיס אין דעם דרך פון חתם סופר.

דער גרויסער רבי פון צאנז, רבי חיים האלבערשטאם האט אין זיינער צייט, מיט 130 יאר צוריק זיך, אויסגעדרוקט אז דער דרך הבעל שם איז מער נישטא. דער סאטמארער רב, רבי יואל טייטלבוים האט מיט 80 יאר שפעטער אויך געזאגט ענליכע ווערטער, אז דער דרך הבעש"ט איז פארגעסן געווארן. דער צדיק רבי ר' יעקב יוסף מסקווירא, האט זייער געקאכט אקעגן די רייד, און האט געזאגט חלילה אזוי צוזאגן, דעם בעל שם'ס כח און דרך איז נצחיות.

איינער פון די גרעסטע גדולים און גרויסע לייט אין דעם ערשטן דור פון דעם מגיד פון מעזריטש און פון זיינע תלמידים, וואס האבן זייער חשוב געהאלטן דעם בעל שם טוב, איז געווען דער חיד"א. און אין שו"ת דברי חיים ברענגט ער דערפון א ראיה, אז גדולי ישראל האבן יא אנגענומען דעם וועג פון בעל שם טוב עיי"ש. וואס כאטש ער איז געווען א ספרדי, און אין זיין געגנט אין איטאליע האט מען דאך כמעט נישט געוואוסט פון חסידות, דאך שרייבט ער זייער שיין אויף רבי ישראל בעל שם און אויף זיינע תלמידים. ער שרייבט אויף אים: "הרב החסיד קדוש מהר"י בעל שם טוב הגיד גדולת נשמת מהרבינו חיים (בן עטר)." (שם הגדולים ערך אור החיים וערך צפנת פענח). אויך דעם צפנת פענת פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה ברענגט דער חיד"א אין זיינע ספרים (שם הגדולים ערך צפנת פענח, און רוח חיים, און אין זיין ספר כסא דוד דרוש י"ד). אויך שרייבט ער אויף אים אין שם הגדולים: "הקדמות רבו הרב המפורסם קדוש יאמר לו מהר"ר ישראל בעל שם טוב". אויך ווערט דערמאנט די חבורה פון בעל שם טוב אין זיין ספר ברכי יוסף (יורה דעה סי' רצ"ט סעי' א') אז ער האט געזען חסידים וואס גייען מיט קליידער פון זיידן און זענען מקפיד נישט צו גיין מיט וואל ער האט זיי געפרעגט דעם טעם און זיי האבן אים געענטפערט, ער שרייבט אזוי: "זה שנים כן באו סיעת ספריא מקרית חוצות לשכון כבוד בארץ, ותרי מינייהו רבנן המתקדשם והמטהרים בהדרי הדרים, ועין רואה הני מאני דרבנן מכף רגל ועד ראש לבושי משי ואיבעיא להו לרבנן מה מצוה זו ומצאה הקפידה באמור רבנן בטעמא", עיי"ש. אויך דערמאנט ער אסאך מאל אין זיינע ספרים רבי גרשון קיטאווער, א שוואגער און א תלמיד פון בעל שם טוב. אויך ברענגט ער נאך תלמידים פון בעל שם טוב ווי רבי יוסף דער טאטע פון רבי ישראל נחמן מדראהביטש (חומת אנ"ך שה"ש א').

זיין הסתלקות

דער בעל שם טוב איז נסתלק געווארן ה'תק"כ (22סטן מאי, 1760) ו' סיון דער ערשטער טאג שבועות. דער ספר דרכי חיים ושלום ברענגט אראפ פון מונקאטשער רב א מערקווירידיגע זאך פארוואס ס'דא וואס זאגן אז ער איז נסתלק געווארן די צווייטע טאג, אז אין אמת'ן איז דער בעל שם טוב נסתלק געווארן ביום א' דשבועות, נאר די תלמידים האבן נישט געוואלט אז מען זאל מקיים זיין יתעסקו בו עממים, האבן זיי געזאגט אז ער איז נסתלק געווארן דעם צווייטן טאג.

בשעת דער בעל שם טוב איז נסתלק געווארן זענען געשטאנען ארום זיין בעט די גאנצע חבריא, זיינע גרויסע תלמידים. אין סוף ספר אגרא דכלה שטייט אז בשעת'ן הסתלקות פון בעל שם טוב האט ער געזאגט אצינד ווייס איך זיכער פארוואס איך בין באשאפן געווארן און וואס איך האב געמוזט אויפטון אויף דער וועלט.

דער קאמארנער ברענגט אין חומש היכל הברכה אז דער בעל שם טוב איז אוועק בשעת ער האט געזאגט דעם פסוק "אל תבואני רגל גאווה", און האט אויסגעפירט "והתמכרתם שם ואין קונה" ווייל מען וועט אויסגיין צו אור אין סוף ברוך הוא.

אין ספר שבחי בעש"ט ווערט דערציילט אז ווען ער איז אוועק פון דער וועלט, האט דער גרויסער זייגער אינעם צימער אויפגעהערט צו פונקציאנירן, און האט זיך אפגעשטעלט.

זיין פאמיליע

דער בעל שם טוב האט געהייראט מרת חנה,[6] (א שוועסטער פון אברהם גרשון קיטאווער), א טאכטער פון רבי אפרים פון קיטוב. זייערע קינדער:

רבי צבי איז געווען דער ממלא מקום פון זיין פאטער פאר א יאר, נאך א יאר האט ער איבערגעבעבן די רבי'סטעווע פאר דעם רבי'ן רבי בער, דער מגיד פון מעזריטש. רבי צבי איז געווען א סוחר און האט שיין פארדינט. דער בעל שם טוב האט געזאגט אויף אים, "דו האסט א גרויסע נשמה דו דארפסט גאר נישט". ער האט געהאט פיר קינדער; דער בכור - און דאס עלטסטע אייניקל פונעם בעל שם הק' - הצדיק רבי אהרן טיטיעווער, דער צווייטער רבי דוב בער פון אולאנאוו, דער דריטער רבי ישראל פון יאריוויטש. זיין טאכטער שיינא לאה האט געהייראט מיט רבי משה זאב אויערבאך.
זיי האבן האט געהאט דריי קינדער, רבי ברוך פון מעזשיבוזש, רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו דער בעל דגל מחנה אפרים, און א טאכטער פייגא די מאמע פון נחמן פון ברעסלאוו.

צווישן די נענטסטע אייניקלעך צום בעל שם טוב היינט איז רבי דוד טווערסקי, סקווירער רבי, וואס איז אן אייניקל פון רבי צבי הערש.

זיינע מאמרים און ספרים

דער בעל שם טוב האט איבערגעלאזט א אוצר און שלל פון מאמרים וואס יעדעס ווארט פאר זיך איז א ליכטיגקייט און לעבעדיגקייט, פון יעדער מאמר באזונדער קען מען זיך אסאך לערנען.

עס איז אינטערעסאנט ווען מען פארטיפט זיך אין זיינע מאמרים, און דערנאך זעט מען ווי זיינע תלמידים שרייבן אראפ דעם מאמר, און וויאזוי די שפעטערדיגע רביים ברענגן דאס ארויס, זעהט מען יעדער רבי לערנט עפעס אנדערש ארויס, יעדער מחבר ספר האט א חידוש, א נייער דערהער, דאס איז וויבאלד זיינע מאמרים און געדאנקען זענען גאר טיף און נעמען ארום גאנצע סוגיות פון קבלה און סודות, זיי רירן אן שרשי יסודות הדת, דעריבער טרעפט מען דערין אייביג נאך און נאך.

דער בעל שם טוב זעלבסט האט גארנישט געשריבן אבער זיינע תלמידים האבן געשריבן, צווישן די ספרים איז צוואות הריב"ש כתר שם טוב, אויך זענען זיינע מאמרים געדרוקט למאות ולאלפים אין די ספרים פונעם תולדות יעקב יוסף, דגל מחנה אפרים, און אין די ספרים פון זיין גרויסן תלמיד רבי דוב בער פון מעזריטש מגיד דבריו ליעקב, ליקוטי אמרים, אמרי צדיקים, אור תורה, ליקוטי יקרים, דער ספר אור הגנוז לצדיקים און אויך אין זיין ספר נר מצוה, אויך אין די קאמארנע ספרים ווערט מבואר זייער אסאך פון זיינע רייד.

דערנאך האבן פארשידענע מלקטים פרובירט צאמנעמען די רייד פון בעל שם טוב לפונדק אחד ווי דער ספר דרש טוב.

ביז עס האבן זיך צאמגעשטעלט צוויי מחברי ספרים, איינער רבי נתן נפתלי קאלביעל און דער צווייטער רבי מנחם מענדל גאווראטשוב א גערער חסיד און האבן אין יאר תרמ"ו ? צאמגענומען אלע מאמרים וואס זיי האבן געטראפן און עס מסדר געווען אויף דער תורה און חמש מגילות און ארויס געגעבן דעם ספר בעל שם טוב על התורה. עס איז א וואונדערבארער ליקוט, און רוב מחברי ספרים אויף דעם אופן האבן זיך געלערנט פון די צוויי מחברים ווי אזוי מען זאל מחבר זיין א ספר א פנים מיט א פי' פון אונטען [ביז זיינע צייטן זעט מען דאס זעלטן], זייט דעמאטלס זענען ארויס פארשידענע ספרים וואס פרובירן אויך צאמנעמען די מאמרים און משלים זיין דאס וואס גאווראטשוב האט פארפעלט, אבער קיינער האט נאך נישט עס אזוי גוט געמאכט ווי ער.

זיינע תלמידים

Postscript-viewer-blue.svg תלמידי בעש"ט

צווישן די תלמידים פונעם בעל שם טוב. ווערן גערעכנט זיין יורש רבי דוב בער באקאנט מיטן נאמען דער "מעזריטשער מגיד", רבי יעקב יוסף פון פאלאנע (דער "תולדות"), רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו, רבי וואלף קיצעס, רבי חיים קראסנער, רבי נחמן האראדענקער, רבי אריה לייב פון שפאלע, רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק, נחום טשערנאבילער, רבי פנחס קאריצער און רבי שמואל פון קאמינקא.

זיין קבר

ס'איז געווען מקובל, אז איבערן הייליגן ציון איז געווען א דעכל מיט פיר שטאנגן, לעצטענס האט מען געבויט א גאנצע אוהל, [וואס איז גראדע נישט געווען לרצון פון די אייניקלעך און ממשיכי דרך החסידות] אבער ס'איז גראדע גאנץ שיין אהערגעשטעלט. אין ליקוטי מוהר"ן (ח"ב סי' ק"ה) שטייט אז דער קבר פון בעל שם טוב איז הייליג ווי קדושת ארץ ישראל.

די תלמידים און נאכפאלגער פונעם בעל שם טוב פלעגן זיך צאמקומען אין מעזשיבוזש אפילו נאכן הסתלקות פון בעל שם טוב און פלעגן חזר'ן און לערנען וואס ער האט געלערנט.

אין די לעצטע יארן זענען פוקד זיין קבר אסאך אידן פון דער גארער וועלט, אידן קומען זיך צוזאמען צום ציון הקדוש און גיסן זיך אויס דאס הארץ, דאס פלאץ איז ספעציעל מעורר. דער בית החיים אין מעזשיבוזש איז אן אריגינאלער בית החיים, עס איז נישט גערירט, אלע מצבות שטייען דארט שוין זייט מען האט עס געשטעלט, ארום דעם בעל שם טוב ליגן אסאך פון זיינע אייניקלעך, ווי רבי ברוך פון מעזשיבוזש, דער דגל מחנה אפרים, רבי ישראל דער טויטער א ברודער פון רבי נחמן מברסלב, און נאך. אויך ליגן דארט אסאך רבנים פון מעזשיבוזש, און גרויסע תלמידים פונעם בעל שם טוב ווי רבי וואלף קיצעס, רבי ישראל פאליצקער רבי צבי סופר, אויך דער אפטער רב וואס איז שפעטער געווען רב אין מעזשיבוזש ליגט דארט.

דער ציון פון בעל שם טוב איז איבערגעבויט מיט א הערליכער געבוי, אויך דער גאנצער בית החיים איז ארום גענומען מיט א מויער, לעצטנס האט מען דארט געבויט א שיינע שול און א מקוה, ווי אויך אן עס זאל און א כשר'ע קיך, דער גריסער אידישער קברים בויער ישראל מאיר גבאי האט דארט געבויט גאנצע נייע הייזער און שטיבער ארום דעם ציון ווי פאר א פאר פיאסטער קען מען דארט איינשטיין, אויך האט ער געטראפען דעם בית המדרש המיוחד ווי דער בעל שם טוב האט געדאווענט און עס איבערגעבויט ממש ארגינאל ווי עס האט אויסגעזען אין דער צייט פון בעל שם טוב.

עס קומט דארט אהין אסאך רבי'שע הויפן צו פראווען א שבת ביים בעל שם טוב, ספעציעל איז באקאנט דער לעלובער רבי שמעונ'לע לעלובער, און דער מאקאווער רבי, ר' יצחק זעליג מארגענשטערן שליט"א דער קאצקער רבי. אויך דער באקאנטער זינגער מרדכי בן דוד פארט אהין פראווען מיט אסאך אנהענגער א שבת אין מעזשיבוזש, גאנץ לעצטנס האט ער פארפאסט א שיינעם ניגון ווי ער לייגט אראפ וויאזוי מעזשיבוזש לעבט ווידער אויף מיט אידן דערמיט וואס מען פארט אהין אויף א שבת ביים גרינדער פון חסידות אין מעזשיבוזש.

רעפערענצן

  1. לויט דער ליובאוויטשער מסורה אנדערע שרייבן ה'תס"ח
  2. שבחי בעל שם טוב
  3. פרשת מצורע
  4. רבי מנחם מענדל גווארטשוב אין ספר בעל שם טוב על התורה עמוד התפלה
  5. (שבחי בעל שם טוב)
  6. שבחי בעש"ט, פארהאן א מיינונג זי האט געהייסן לאה רחל


דרויסנדיגער לינק

בילדער פארשטעלונג פון דעם געבורטארט פון חסידות

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!