רוי:דוד בן-גוריון
פארטיי | מפא"י |
---|---|
| |
ווייב | פאלא מאנווייס |
דוד בן־גוריון (געבוירן דוד יוסף גרין; 16טן אקטאבער 1886, י"ז תשרי ה'תרמ"ז - 1טן דעצעמבער 1973, ו' כסלו ה'תשל"ד) איז געווען דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל.
יונגע יארן
בן־גוריון איז געבוירן געווארן י"ז תשרי תרמ"ז (1886) דוד יוסף גרין אין פלאנסק, פוילן, דאן א חלק פון צאריסטישן רוסלאנד, צו זיינע עלטערן אביגדור גרין און שיינדל (פרידמאן). זיין מוטער איז געשטארבן ווען ער איז אלט געווען צען יאר. זיין פאטער איז געווען אן אדוואקאט, און אן ענטוזיאסטישער מיטטיילער אין דער חובבי ציון ארגאניזאציע.
אין זיין יוגנט איז בן-גוריון שוין געווארן א שטארקער ציוניסט, און אין 1906 האט ער זיך געצויגן קיין פאלעסטינע. צוערשט האט ער געארבעט אין אגריקולטור אין די מאראנצן פעלדער און שפעטער איז ער געווארן א זשורנאליסט. אין יענער תקופה האט ער אנגעהויבן זיינע פאליטישע אקטיוויטעטן, און האט אנגענומען דעם נאמען בן-גוריון.
אין 1915 האבן אים די טערקן פארטריבן פון פאלעסטינע וועגן זיין רוסישע בירגערשאפט, און ער האט זיך געצויגן קיין ניו יארק וואו ער איז ארומגעפאהרן אויפטון פארן ציוניזם, צוערשט אָן ערפאלג. אבער דאן האט ער האט ארויסגעגעבן צוויי ביכער אויף אידיש, (זעט ווייטער "זיינע ווערק"), וועלכע האבן געהאט א שטארקן אפקלאנג ביים אמעריקאנישעם יודנטום. אין ניו יארק האט ער זיך אנגעטראפן מיט פּאָלאַ מאנווייס מיט וועמען ער האט דערנאך חתונה געהאט און געהאט מיט איר דריי קינדער.
אין 1918 האט ער זיך אָנגעשלאסן אין דעם 28סטער באטאליאן פון דעם יידישן לעגיאן פון דער בריטישער ארמיי. ער האט זיך צוריקגעקערט קיין פאלעסטינע נאך דער ערשטער וועלט קריג ווען דאס לאנד איז שוין געווען איינגענומען דורך די בריטישע.
אין דער ציוניסטישער פירערשאפט
בן-גוריון האט זיך טיף אריינגעטון אין פאליטישע אקטיוויטעטן און איז געווארן אן אנגעזעענער פירער פון ארבעטער ציוניזם, וואס איז שפעטער געווארן די דאמינירנדע פראקציע אין ציוניזם. ער איז געווען שטארק אנטקעגן די אקטיוויטעטן פון די עקסטרעמע גרופעס אצ"ל (באקאנט אלץ דער "אירגון") און לח"י, וועמען ער האט גערופן טעראריסטישע גרופעס פאר זייער דורכפירן געוואלדטאטן קעגן די ענגלישע וואס האט אויך געברענגט פיל ציווילע קרבנות.
אין 1948, כאטש עס איז געווען שטארקע קעגנערשאפט אפילו פון זיין אייגענעם פארטיי, האט ער דורכגעפירט די רעזאלוציע צו גרינדן מדינת ישראל מיט שטימען פון זעקס קעגן פיר לויט דעם צוטיילונגס פלאן פון די פאראייניגטע פעלקער.
מיטן אויפקום פון דער מדינה האט ער געהייסן גרינדן די ישראל'ישע ארמיי, דער צבא הגנה לישראל (צה"ל), און פארבאטן דאס עקזיסטענץ פון אנדערע באוואפנטע גרופעס. דאס האט געפירט צו אנגעצויגענע באציאונגען מיט מנחם בעגין דער פירער פון דעם ארגון. ווען בעגין האט געברענגט א שיף פול מיט וואפן, דער אלטאלענא, האט בן-גוריון באפוילן דאס איבערגעבן פאר'ן ניי געבוירענעם צה"ל. בעגין, וועלכער איז געווען אויפן שיף, האט מסכים געווען איבערצוגעבן אכטציג פראצענט פון די וואפן, און די איבריגע פאר די אצ"ל קעמפער פון ירושלים, דאס איז וויבאלד ישראל האט נאך נישט איינגענומען ירושלים, און איר צוקונפט איז נאך נישט געווען קלאר, און בן-גוריון האט באפוילן באמבארדירן די שיף, טראץ דעם אפמאך וואס די אצ"ל האט פון פריער געהאט מיט דער ארמיי. זעכצן יידישע מיטגלידער פון דעם ארגון זענען אומגעקומען. בעגין אליין איז נישט געשעדיגט געווארן, אבער ער האט דערנאך נאכגעגעבן און אנגעשלאסן זיינע קעמפערס מיטן צה"ל.
אלס פרעמיער מיניסטער
בן-גוריון האט געפירט מדינת ישראל אין דער קריטישער תקופה פון דעם זעלבסטשטענדיגקייט קריג, וועלכער האט זיך געצויגן פון נאוועמבער 1947 ביז מערץ 1949. נאכ'ן קריג איז ער געווארן אויפגענומען אלץ פרעמיער מיניסטער און געפירט די מדינה אין אירע יונגע יארן.
אין 1953 האט ער דערקלערט אז ער ציט זיך ארויס פון דער פרעמיערשאפט זיך צו באזעצן אין קיבוץ שדי בוקר אין דער נגב. אין 1955 איז ער אבער צוריקגעקומען צו דער פרעמיערשאפט און געדינט ביז 1963. ער איז ווייטער פארבליבן פארמישט אין פאליטישע ענינים ביז ער האט זיך אנטזאגט פון דעם אין 1970. זיינע לעצטע יארן האט ער פארברענגט אויף זיין קיבוץ, שטודירנדיג שפינאזא און בודהיזם.
אויף זיין נאמען זענען גערופן בן-גוריון לופטפעלד און דער בן-גוריון אוניווערסיטעט פונעם נגב.
ער איז געשטארבן דעם 1טן דעצעמבער, 1973.
משפחה
בן-גוריון מיט זיין ווייב פאלא מאנווייס האבן געהאט דריי קינדער, גאולה (בן אליעזר), עמוס, און רננה (לשם).
זיינע ווערק
- יזכור, רעדאקטאר און הקדמה צו דער צווייטער פארגרעסערטער אויפלאגע אין יאר תרע"ז
- אין די שפעטערע ת"ר יארן האט ער אינאיינעם מיט יצחק בן-צבי געשאפן און ארויסגעגעבן א דיק בוך אויף דער יידישער שפראך מיטן נאמען ארץ ישראל, וועלכע נעמט ארום די פארגאנגענהייט און געגנווארט פון ארץ ישראל און אירע איינוואוינער.
דרויסנדיגע לינקס
- ספעציעלע באריכט אויף בן-גוריון פון דער בי.בי.סי.
- ביאגראפיע אויף בן-גוריון פון דער דזואיש ווירטועל לייברערי
- בן-גוריון אין א רעדע אויף יודיש אין שוועדן אין יאר 1962
- אן ארטיקל אויף העברעאיש באהאנדלט בן-גוריון'ס צוגאנג צו דער יודישער שפראך
פרעמיער מיניסטארן פון מדינת ישראל | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
פארטיידיגונגס-מיניסטארן אין ישראל | |
---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!