רוי:אום על פאכעם

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:אום אל-פחם)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אום על פאַכעם
Umm al-Fahm 2014.JPG
אום על-פאַכעם
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
גרינדונג דאַטע 1984
קאָאָרדינאַטן 32°31′08″N 35°09′7″E / 32.51889°N 35.15194°E / 32.51889; 35.15194 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
דיסטריקט חיפה דיסטריקט
בירגערמייסטער סמיר מחאמיד
אָפיציעלע שפּראַך אַראַביש
שטח 22.253 קוואדראט ק"מ
הייך 380 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

46,600‏  (שטייענדיג 2010)
2094 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2

אום על פאַכעם (אַראַביש: أمّ الفـَحـْم), איז א שטאָט אין חיפה דיסטריקט אין מדינת ישראל. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטק, האט די שטאט 46,600 איינוואוינער, זי איז דעקלערט געווארן אלס שטאט, אין 1984, איר שטח איז גרויס 22,253 דונאם די יערליכע וויקס ראטע האלט ביי 2.7 פראצענט א יאר, רוב איינוואוינער זענען מוסלמענער.

דער נאמען פחם מיינט אויף אַראַביש, און העברעיש, קוילן, די שטאט איז געווען באוואוסט, אלס האנדלס-צענטער פאר קוילן פאר הייצונג.

ביי דעם זעלבסטשטענדיגקייט קריג, איז אום על פאכעם געווען א דארף, מיט 4,500 איינוואוינער, און די איראקע ארמיי איז דארט געווען, לויט די וואפן שטילשטאנד צווישן מדינת ישראל און ירדן, איז דאס דארף אריבער צו מדינת ישראל, און די איינוואוינער האבן באקומען מדינת ישראל בירגערשאפט.

זי איז דער צענטער פון דער "איסלאמישער באוועגונג אין מדינת ישראל", און די שטאט איז באוואוסט, פאר אירע עקסטרעמיסטישע אנשויאונגען, ביי דער על אקצא אינטיפאדע, האבן זיך די ראיאטן אנגעפאנגען דארט, אויף א שאסיי וואס פירט פון חדרה, קיין עפולה, ארויף צום גליל.

זי איז א צענטראלע שטאט אין דער געגנט, וואס ציט אסאך קונדן, און איז באוואוסט מיט איר מעבל, איבערן גאנצן לאנד.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!