טעמע אין בלאט שמועס:פיר תקופות

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

גרשון האט דא געשטעלט א טאבעלע, מעשי ידיו, מיט די זמנים ווען די תקופות וועלן אויספאלן אין די קומענדיגע יארן. איז געקומען דער ענערגישער תנא קמא און עס אויסגעשטעלט עס זאל זיך רעכענען אויטאמאטיש, דינאמיש. אמנם דא עקא, אז די צייטן שטעלן זיך אויס אנדערש.

(די סיבה איז ווייל עס רעכנט זיך לויט "שעון חורף בארץ ישראל", וואס איז מיט 21 מינוט פריער ווי אופק קהיר. דהיינו, חצות היום אום 21 מערץ אין ירושלים איז 11:39, נישט 12).

וויל איך אלזא פארלייגן די שאלה פאר'ן עולם, ובפרט פאר די עוסקים בדבר שווערמער און גרשון, צי מ'זאל עס לאזן אזוי אדער צופאסן די חשבונות עס זאל שטימען מיט די גלאטע האלבע און גאנצע שעות מיט וואס מ'איז געוואוינט.

גרשון (שמועסביישטייערונגען)

די "תיקונים" אויף מיין טבלא האבן עטליכע חסרונות. איך וועל דא ציטירן וואס איך האב געשריבן צו שווערמער:

*

די טבלא איז נישט געווען סתם צו זאגן ווען ס'גייט זיין די תקופה אין די קומענדיגע יארן, נאר ס'האט געדינט א טיפערן באדייט, נעמליך ארויסצוברענגען אז די תקופה האט א באשטימטן טאג לויט'ן אלגעמיינעם קאלענדאר. דאס איז א וויכטיג שטיקל אינפארמאציע, אז א מענטש קען וויסן דעם יום התקופה דורך קענען א קליינעם מחזור פון פיר יאר. דאס איז עפעס וואס איז נישט דא לויט'ן אידישן לוח.

למעשה לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר טוישט זיך דער דאטום יעדע הונדערט יאר, ווי אנגעצייכנט. אויב דאס ווארט "יעצט" איז נישט גוט, קען מען שרייבן אנשטאט דעם "21סטן יארהונדערט".

ווי אזוי די טבלא איז יעצט איז נישט גוט, ווייל ס'נעמט אוועק דעם גאנצן מכוון. איך בין נישט געקומען סתם זאגן ווען די תקופה גייט אויספאלן, נאר צו געבן אינפארמאציע ווען די תקופה קומט אייביג אויס.

נאך א זאך איז מיט די זייגערס. איך ווייס אז די טבלא קומט פון עברית ויקפדיה. דאס איז די סיבה אז די זייגערס זענען לויט שעון ארץ ישראל. אבער פאר אונז האט עס נישט קיין פשט. איך מיין דערמיט דאס אראפנעמען 21 מינוט, וואס איז צוליב דער צייט-זאנע.

און וואס טוט זיך מיט'ן 24 שעה זייגער? איך מיין אז א אידישע ענציקלאפעדיע זאל ענדערש שרייבן AM און PM. די אמעריקאנער ליינער קענען פשוט נישט דעם 24 שעה זייגער.

*

אפילו אויב שרייבט מען יא לויט אן אויטאמאטישער צייט, דארף שטיין וועלכע צייט-זאנע און זייגער דאס איז.

בעסער וואלט געווען מ'זאל שרייבן די גלאטע שעה'ן, און צולייגן א שטיקל וואס זאל ערקלערן אז דאס טוישט זיך לויט'ן ארט אויפ'ן כדור הארץ.

דער אמת איז אז אין אמעריקע, ווען די תקופה איז למשל זעקס אזייגער, וואלט מען דאס געדארפט רעכענען זיבן שעה פריער, דהיינו דעם עלעווע בעפאר. למעשה איז נישט דא קיין באשטימטער וועג ווי אזוי מ'רעכנט ביי דעם. למשל ביים חתונה מאכן נאנט צום מולד, וועלן מענטשן רעכענען דעם מולד לויט ווי ס'שטייט אויפ'ן לוח, נישט לויט'ן ארץ ישראל'דיגן זייגער, כאטש ס'איז קלאר אז די מולדות זענען דארט באשטימט געווארן. אזוי אויך מיט סוף זמן קידוש לבנה (טייל לוחות שרייבן יא עפעס דערוועגן).

הרי לנו אז תקופת שמואל איז געמאכט געווארן צו רעכענען באופן פשוט, זעקס אזייגער איז זעקס אזייגער, און קום נישט מיט קיין תורות און חשבונות.

שווערמער (שמועסביישטייערונגען)

אני בעד גלאטע שעה'ן ווי גרשון זאגט, לגבי דער אנדערע פונקט, וועל איך מעתיק זיין לשוני צוריק צו גרשון'ן:

לגבי די טבלא: אין מיין געביט זענען דא צוויי ארטיקלען "תקופת שמואל" און "תקופת רב אדא" וואס מען האט מחליט געווען דערווייל נישט ארויסצוברענגן (שמש מרפא האט געהייסן), עיין שם א ים פון מער אינפארמאציע וועגן די תקופות אריינגערעכנט דער פונקט נאר מער אויסגעשמועסט.

איך האב אין דעם ארטיקל אריינגעלייגט נאר די תמצית פון יענע ארטיקלען, דאס הייסט די "אנהייב".

אין אנדערע ווערטער, די שאלה איז די עס איז וויכטיג אהער צו לייגן דעם טבלא בכלל, פאר סיי וועלכע סיבה. צו שרייבן סתם די קומענדיגע תקופות בינעך מסכים, אבער ארויסצוברענגן נאך א פרט וועגן תקופת שמואל האלט איך געהערט ליבערשט אין די פארברייטערטע. אבער אויב די עולם האלט אנדערש, בטלה דעתי.

(איך מיין אז אמעריקאנער קענען יא ליינענען א א"י זייגער, עכ"פ דער וועבזייטל איז אן א"י'דיגע...)

גרשון (שמועסביישטייערונגען)

א דאנק תנא קמא פאר'ן צוריקשטעלן עטרת הטבלא ליושנה.

בנוגע ארץ ישראל זייגער דארף מען מסתמא א געהעריגע אפשטימונג, וואס זאל חל זיין איבעראל.

פאר מיר פערזענליך איז נישט קיין חילוק. איך קען ביידע גוט. למעשה איז די 24 שעה זייגער מער פראקטיש, נאר מה לעשות, אמעריקע איז נישט אזא פראגמאטיש לאנד.

צמא לדעת (שמועסביישטייערונגען)

איך וואלט געזאגט אז אויף דערווייל קען דער טאבעלע זיכער בלייבן; עס לייגט צו נוצליכע אינפארמאציע אן צופיל "וואג". נאכ'ן אריבערברענגען דעם ארטיקל אויף תקופת שמואל באזונדער קען מען צוריקקומען צו די פראגע.