די "תיקונים" אויף מיין טבלא האבן עטליכע חסרונות. איך וועל דא ציטירן וואס איך האב געשריבן צו שווערמער:
*
די טבלא איז נישט געווען סתם צו זאגן ווען ס'גייט זיין די תקופה אין די קומענדיגע יארן, נאר ס'האט געדינט א טיפערן באדייט, נעמליך ארויסצוברענגען אז די תקופה האט א באשטימטן טאג לויט'ן אלגעמיינעם קאלענדאר. דאס איז א וויכטיג שטיקל אינפארמאציע, אז א מענטש קען וויסן דעם יום התקופה דורך קענען א קליינעם מחזור פון פיר יאר. דאס איז עפעס וואס איז נישט דא לויט'ן אידישן לוח.
למעשה לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר טוישט זיך דער דאטום יעדע הונדערט יאר, ווי אנגעצייכנט. אויב דאס ווארט "יעצט" איז נישט גוט, קען מען שרייבן אנשטאט דעם "21סטן יארהונדערט".
ווי אזוי די טבלא איז יעצט איז נישט גוט, ווייל ס'נעמט אוועק דעם גאנצן מכוון. איך בין נישט געקומען סתם זאגן ווען די תקופה גייט אויספאלן, נאר צו געבן אינפארמאציע ווען די תקופה קומט אייביג אויס.
נאך א זאך איז מיט די זייגערס. איך ווייס אז די טבלא קומט פון עברית ויקפדיה. דאס איז די סיבה אז די זייגערס זענען לויט שעון ארץ ישראל. אבער פאר אונז האט עס נישט קיין פשט. איך מיין דערמיט דאס אראפנעמען 21 מינוט, וואס איז צוליב דער צייט-זאנע.
און וואס טוט זיך מיט'ן 24 שעה זייגער? איך מיין אז א אידישע ענציקלאפעדיע זאל ענדערש שרייבן AM און PM. די אמעריקאנער ליינער קענען פשוט נישט דעם 24 שעה זייגער.
*
אפילו אויב שרייבט מען יא לויט אן אויטאמאטישער צייט, דארף שטיין וועלכע צייט-זאנע און זייגער דאס איז.
בעסער וואלט געווען מ'זאל שרייבן די גלאטע שעה'ן, און צולייגן א שטיקל וואס זאל ערקלערן אז דאס טוישט זיך לויט'ן ארט אויפ'ן כדור הארץ.
דער אמת איז אז אין אמעריקע, ווען די תקופה איז למשל זעקס אזייגער, וואלט מען דאס געדארפט רעכענען זיבן שעה פריער, דהיינו דעם עלעווע בעפאר. למעשה איז נישט דא קיין באשטימטער וועג ווי אזוי מ'רעכנט ביי דעם. למשל ביים חתונה מאכן נאנט צום מולד, וועלן מענטשן רעכענען דעם מולד לויט ווי ס'שטייט אויפ'ן לוח, נישט לויט'ן ארץ ישראל'דיגן זייגער, כאטש ס'איז קלאר אז די מולדות זענען דארט באשטימט געווארן. אזוי אויך מיט סוף זמן קידוש לבנה (טייל לוחות שרייבן יא עפעס דערוועגן).
הרי לנו אז תקופת שמואל איז געמאכט געווארן צו רעכענען באופן פשוט, זעקס אזייגער איז זעקס אזייגער, און קום נישט מיט קיין תורות און חשבונות.