רוי:יודענראט
חורבן אייראפע |
פריערדיגע עלעמענטן |
---|
נירנבערג געזעצן · |
אידן |
די נאצישע דייטשלאנד |
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם |
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע |
איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע פאנאר, אדעס |
ענדגילטיקע לייזונג וואנזע קאנפערענץ ריינהארד אקציע |
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק, טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו |
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק) |
סוף מלחמה: טויט מארשן בריחה· שארית הפליטה |
אנדערע קרבנות |
פאראנטווארטליכע פארטייען |
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך · אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געסטאפא |
קאלאבאראציער |
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע |
ליסטעס |
ליסטע פון איבערגעבליבענע ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס |
רעסורסן |
יודנראט איז דער נאמען פון דער יידישער ראט וואס איז צונויפגעשטעלט געווארן דורך די נאציס (מיטן באפעל פון ריינהארד היידריך) אין די געטאס בעת די שואה. דער ראט איז געווען צונויפגעשטעלט פון רבנים, פאליטיקער און אנדערע חשובע לייט וואס זיינען אין אלגעמיין אויסגעוויילט געווארן דורכן יידישן ראט (נאך וואס די נאציס האבן דאס באשטעטיקט) און מאנכמאל זיינען זיי באצווונגען געווארן דורך די נאציס.
יודנראטס אויפגאבע
זייער צוועק איז געווען אנפירן דעם לעבנס-נייטיקער-שטייגער פון די יידן אין געטא. ווי צב"ש: זארגן פאר זייער וווינונג, מעדיצין, דערציאונג, ארבעט, זיכערהייט, טראנספארט, רעליגיע אא"וו. אין געוויסע געטאס האבן זיי ארויסגעלאזן באזונדערע געטא-געלט און מארקן. אויך האבן זיי באשטימט א יידישע פאליציי וואס האבן אכטונג געגעבן אויפן סדר אריינגערעכנט אויספירן נאציסטישע באפעלונגען ווי צב"ש פירן יידן צו די ארבעטס לאגער, קאנפיסקירן יידישע פארמעגן, און צום טרויערן סוף פירן קינדער מיט פרויען צו די פארניכטונג לאגערן.
יודנראטס קווענקלעניש
דער יודנראט איז געווען אין א קווענקלעניש לגבי ווי אזוי זיך צו פירן מיט אזעלכע געזעצן וואס זיינען געווען צו שלעכטס טאן די יידן. אזעלכע האבן געטענהעט אז ס'בעסער זאלן די יידן אויספירן די שרעקלעכע געזעצן אײדער די ברוטאלישע נאציס. אזעלכע האבן געטענהעט אז אויף יעדן פאל טאר נישט א ייד זיך מיטטיילן צו העלפן די נאציס. אין פאקט האבן זיך טאקע עטלעכע יידנראטן גענומען זייער לעבן, אזעלכע האבן זיך געלאזט הרגענען דורך די נאציס ווען זיי האבן זיך צוריקגעהאלטן פון דורכפירן די נאצישע געזעצן. צב"ש אדאם טשערניאקאוו דער הויפט פירער פון ווארשעווער געטאס-יודענראט האט זיך גענומען דאס לעבן ווען ער איז באפעלט געווארן אויסצושטעלן א ליסט פון יידן וואס זיינען געשטעלט געווען אפשיקן צו די פארניכטונג לאגער.
יודענראטס האנארארס
אין אלגעמיין האבן די נאצים אויסגעבעסערט די יודענראטס-מיטגלידערן אין פארשידענע זאכן, זיי האבן באקומען מער עסן און האבן נישט געדארפט גיין ארבעטן אין די ארבעטס לאגער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!