רוי:אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
די אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט (פּויליש: Podkarpackie פאדקאַרפאַצקיע) איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין דרום־מזרח פוילן. זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער ריישער, פשעמישלער, קראסנער און (טייל פון) טארנער און טארנאבזשעגער וואיעוואדעשאפטטן.
דער נאמען פון דעם פראווינץ שטאמט פון דער נאנטקייט צו די קארפאטן בערג. איר הויפטשטאט איז ריישע.
די פראווינץ האט גרענעצן מיט קליינפוילן צו מערב, שווענטאקזשיקיע וואיעוואדעשאפט צו צפון־מערב, לובלינער וואיעוואדעשאפט צו צפון, אוקראינע צו מזרח און סלאוואקיי צו דרום. זי באדעקט א שטח פון 17,844 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 2,096,971 (אין 2006). די פראווינץ איז זייער בערגיק, און האט אסאך וועלדער וואס באדעקן 35.9% פונעם גאנצן שטח.
גרעסערע שטעט
שטאט | פוילישער נאמען | איינוואוינער |
---|---|---|
![]() |
Rzeszów זשעשוף | 171.330 |
![]() |
Przemyśl פזשעמישל | 66.756 |
![]() |
Stalowa Wola סטאַלאוואַ וואלאַ | 64.753 |
![]() |
Mielec מיעלעץ | 60.979 |
![]() |
Tarnobrzeg טאַרנאבדזשעג | 49.753 |
![]() |
Krosno קראסנא | 47.455 |
![]() |
Dębica דעמביצאַ | 46.693 |
![]() |
Jarosław יאַראסלאַוו | 40.167 |
![]() |
Sanok סאַנאק | 39.110 |
![]() |
Jasło יאַסלא | 37.277 |