רוי:מוזיק

פון המכלול
ווערסיע פון 04:02, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "״" ב־""")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מוזיק איז אן אָרגאניזירטער צוזאמענשטעל פון קולות, אין דעם ווערט ארײַנגעמישט מענטשלעכע קולות אינסטרומענטאלע קלאנגען און אזוי ווײַטער.

מוזיק ווערט געניצט ארויסצוגעבן געפילן, געדאנקען און אזוי ווײַטער.

די אָפטײַטש פון מוזיק ווערט געטוישט לויטן קולטור.

היסטאריע

אין תנ"ך

מוזיק ווערט דערמאנט אין דער תורה צום ערשטן מאל אין בראשית אין דעם פסוק:

ושם אחיו יובל, הוא היה אבי כל תפש כנור ועוגב

טייטש: און זיין ברודער׳ס נאמען איז געווען יובל, ער איז געווען דער פאטער פון יעדן וואס האלט א הארף אדער א פֿלויט.

ווען די יידן זענען אריבערגעגאנגען דעם ים־סוף, שטייט אין פסוק אז מרים מיט אלע האבן געפויקט פויקן.

אין דברי הימים ווערט געברענגט באריכות וויאזוי די לוויים האבן געזונגען און געשפילט אינסטרומענטן ביי דער עבודה אין דעם בית המקדש.

אוראלט עגיפטן

מוזיקער פון אמון, קבר פון נאכט, 18טע דינאסטיע, מערב טעבעס

אין דעם אלטן קעניגרייך פון עגיפטן האט מען געשפילט הארפֿן, פֿלייטן און טאפל-קלארינעטן.[1] ביזן מיטלען-קעניגרייך האט מען שוין צוגעלייגט צו ארקעסטערס שלאג-אינסטרומענטן, לירעס און לוטעס. אפטמאל האבן דזשימדזשעס[2] באגלייט מוזיק און טאנץ, אזוי אין עגיפטן היינט צוטאגס. עגיפטישע פאלקס-מוזיק זענען דער נענטסטער היינטיקער מוזיק-זשאנער צו אוראלט עגיפטישער מוזיק, מיט פיל פון אירע אייגנשאפטן, ריטמען און אינסטרומענטן.[3][4]

אזיאטישע קולטורן

אינדישע פרויען וואס טראגן ארטישע קליידער שפילן עטלעכע מוזיק־אינסטרומענטן וואס זענען פאפולער אין פארשידענע טיילן פון אינדיע.

איינע פון די עלטסטע מוזיק־טראדיציעס אין דער וועלט איז אינדישע קלאסישע מוזיק.[5] די אינדוס טאל ציוויליזאציע האט סקולפטורן וואס ווייזן טאנץ[6] און אלטע מוזיק־אינסטרומענטן, ווי די פֿלייט מיט זיבן לעכער. אין די אויסגראבונגען וואס סיר מארטימער ווילער האט אויסגעפירט אין האראפא און מאהענדזשא דאַרא האט מען געטראפן פארשידענע סארטן סטרונע אינסטורמענטן און פויקן.[7]

כינעזישע קלאסישע מוזיק, די טראדיציאנעלע קונסט־ אדער הויף־מוזיק פון כינע, האט א היסטאריע וואס גייט צוריק עטלעכע דריי טויזנט יאר. זי האט איר אייגענע סיסטעמען פון מוזיק־נאטאציע, ווי אויך מוזיק־אינסטרומענטן און סטילן (מוזיק־זשאנערס). כינעזישע מוזיק איז פאנטאטאניש־דיאטאניש, מיט א סקאלע פון צוועלף נאטן צו אן אקטאַוו (5 + 7 = 12) אזוי ווי מוזיק באאיינפֿלוסט פון אייראפע.

רענעסאנס

אין דער רענעסאנס–תּקופה (בערך 1400 -1500) האָט מען געשריבן א סך מוזיק. פיל קאָמפּאזיטאָרן פון יענער תּקופה האָבן געשריבן מוזיק, וואָס מען שפּילט און זינגט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג.

איינער פון די בארימטע קאָמפּאזיטאָרן איז געווען דזשיאָוואני דא פּאלעסטרינא (1525-1594). אין זײַן מוזיק, זינגען צוזאמען עטלעכע זינגער אין א כאָר.

אינסטרומענטן אין דער רענעסאנס–תּקופה זענען געווען דער וויאל און די לוטניע.

באַראָק

די באַראק תקופה פון מוזיק האט פאסירט פון 1600 ביז 1750, ווען די באראק קונסטלעכער סטיל האט געבליט איבער אייראפע; און במשך יענער צייט האט מוזיק זיך פארשפרייט אין קאמפלעקסישקייט. באראק מוזיק האט אנגעהויבן ווען מען האט געשריבן די ערשטע אפערעס (דראמאטישע סאלא וואקאלע מוזיק צוזאמען מיט אן ארקעסטער). ווערנט דער באראק תקופה, אין געבליבן וויכטיק פאליפֿאנישע מוזיק, אין וואס מען האט גענוצט צוזאמען פֿילפֿאכיקע באזונדערע מעלאדיע ליניעס. דייטשע באראק קאמפאזיטארן האבן געשריבן פאר קליינע מוזיקאלישע צאמשטעלונגען כולל סטרונעס, בלעכבלאָז און האלצבלאָז, ווי אויך פאר כארן אין קלאוויר־אינסטרומענטן ווי פֿייף־ארגאן, הארפסיקארד און קלאוויקארד. חשובע קאמפאזיטארן פון דער באראקער תקופה שליסן איין יאהאן זעבאסטיאן באך (טשעלא סוויטן), געארג פרידריך הענדל (משיח), געארג פֿיליפ טעלעמאן און אנטאניא וויוואלדי (די פֿיר סעזאנען).

קלאסישע תקופה

אין מערב־וועלט מוזיק, מיינט די קלאסישע פעריאדע מוזיק פון בערך 1750 ביז 1825. דאָס איז די צײַט פון די קאָמפּאָזיטאָרן יאָזעף הײַדן, וואָלפגאנג אמאדעוס מאָצארט. אָרקעסטערס זענען געוואָרן גרעסער און קאָמפּאָזיטאָרן האָבן אָנגעהויבן שרײַבן לענגערע ווערק מוזיק גערופן סימפאניעס מיט עטלעכע טיילן (גערופן זאצן). טייל זאצן פון א סימפאניע זענען הויך און גיך, אנדערע שטיל און אומערט.

אן אנדער וויכטיקער מוזיקאלישער זשאנער איז געווען דער סטרונע קווארטעט, א פיעסע געשריבן פאר צוויי פידלען, א וויאלע און א וויאלאנטשעל. אזוי ווי סימפאניעס, האט א סטרונע קווארטעט פיר זאצן. היידן, מאצארט און בעטהאוון האבן אלע געשריבן פיל בארימטע סטרונע קווארטעטן.

אין דער תקופה האט מען ערפונען די פיאנע. קאמפאזיטארן האבן גערן געהאט די פיאנע ווייל מיט איר קען שפילן דינאמיש—ווערן העכער אדער שטילער. אנדערע פאפולערע אינסטרומענטן זענען געווען דער פידל, דער וויאלאנטשעל, די פלייט, דער קלארנעט און די אָבאָע.

ראָמאנטישע תקופה

דער 19טער יארהונדערט ווערט גערופן די ראמאנטישע תקופה. די קאמפאזיטארן זענען געווען שטארק אינטרעסירט איבערצוגעבן זייערע געפילן דורך מוזיק. א וויכטיגער אינסטרומענט פון דער ראמאַנטישער תקופה איז געווען די פיאנע. טייל קאמפאזיטארן, ווי למשל פרעדעריק שאפען, האבן געשריבן פארווייכערטע, אויסדריקלעכע, שטיל־עמאציאנעלע פיעסעס. אפטמאל שילדערט די מוזיק א געפיל אדער דערציילט א מעשה מיט קלאנגען. אנדערע קאמפאזיטארן ווי פראנץ שובערט האבן געשריבן געזאנגען פאר א זינגער מיט א פיאנע־שפילער וואס מ׳רופט לידער. די דאזיגע לידער דערציילן מעשה׳ס מיט די לידטעקסטן און מיט דמיונדיקע באגלייטונגען. נאך אנדערע קאמפאזיטארן, ווי ריכארד שטרויס און פראנץ ליסט האבן געשאפן נאראטיוון וואס דערציילן געשיכטעס בלויז מיט מוזיק, וואס מ׳רופט א טאן־פאעמע. קאמפאזיטארן ווי פראנץ ליסט און יאהאנעס בראהמס האבן געניצט די פיאנע צו שפילן הויכע, דראמאטישע און שטארק עמאציאנעלע מוזיק.

פיל קאמפאזיטארן האבן אנגעהויבן שרייבן מוזיק פאר גאר גרויסע ארקעסטערס, מיט אפשר 100 אינסטרומענטן. צווישן די בארימטע קאמפאזיטארן וואס האבן געלעבט אין דער תקופה זענען געווען פֿראנץ שובערט, פעליקס מענדלסאן, פרעדעריק שאפען, יאהאנעס בראהמס און פיאטר טשייכאווסקי.

מאָדערנע תקופה

פון 1900 ווערט אנגערופן די "מאדערנע תקופה" פון מוזיק. איינער פון די בעסטע באקאנטע דזשעז מוזיקער איז געווען לואי ארמסטראנג (1900-1971).

דער קאמפאזיטאר ארנאלד שיינבערג האט געשריבן מוזיק־פיעסעס וואס זענען געווען אומטאניש (1874–1951) (ד"ה זיי האבן אויסגעהערט אז זיי זענען נישט אין קיין שום באשטימטער מוזיק־שליסל). שפעטער האט שיינבערג דערפֿינדן א נייע סיסטעם צו שרייבן מוזיק וואס ווערט גערופן די צוועלף־טאנען סיסטעם. מוזיק געשריבן מיט דער צוועלף־טאנען סיסטעם הערט אויס גאנץ מאדנע, זי האט אבער א מאטעמאטישע נאטור, אפטמאל קען מען זי פֿארשטיין נאר ווען מ׳האט זי גוט שטודירט. ריינע צוועלף־טאנען מוזיק איז געווען גאנץ פאפולער צווישן אקאדעמיקער אין די פופציקער אין זעכציקער יארן; טייל קאפאזיטארן אבער ווי למשל בענזשאמין בריטן, ניצן די סיסטעם אויך היינט פֿאר געוויסע צוועקן.

איינער פון די חשבסטע 20סטן־יארהונדערט קאמפאזיטארן, איגאר סטראווינסקי, (1882–1971), האט געשריבן מוזיק מיט גאר קאמפליצירטע אקארדן (גרופעס פון נאטן וואס מען שפילט צוזאמען) און ריטמען. טייל קאמפאזיטארן האבן געהאלטן אז מוזיק איז געווארן צו קאמפליצירט, דערפאר האבן זיי געשריבן מינימאליסטע פיעסעס וואס ניצן גאר פשוטע אידעען. . אין די 1950ער און 1960ער יארן, האבן קארלהיינץ שטאקהויזן און אנדערע אזעלכע קאמפאזיטארן געמאכט פראבעס מיט עלעקטראנישער מוזיק, ניצנדיק עלעקטראנישע שטראמקרייזן, פֿארשטארקערס און הילכערס. אין די 1970ער יארן, האבן קאמפאזיטארן אנגעהויבן ניצן עלעקטראנישע סינטעסיזירערס און מוזיק־אינסטרומענטן פון ראק־און־ראל מוזיק, ווי למשל דעם עלעקטרישן גיטאר. מיט די דאזיקע נייע אינסטרומענטן האבן זיי געשאפן נייע קלאנגען.

עלעקטראנישע מוזיק

Postscript-viewer-blue.svg עלעקטראנישע מוזיק

היינטיקע צייטן קען מען שאפן מוזיק עלעקטראניש. קלאוויאטורן, עלעקטרישע גיטארן שאפן מוזיק דורך עלעקטראניק. זיי קענען נאכמאכן טראדיציאנעלע אינסטרומענטן און זיי קענען אויך שאפן גאר אנדערע קלאנגען.

דזשעז

דזשעז איז א מוזיק־זשאנער וואס מ׳האט ערפֿינדן אין יאר 1900 בערך אין ניו ארלינס אין דרום פון די פאראײניגטע שטאטן פון אמעריקע. דארט זענען געווען פֿיל שווארצע מוזיקער וואס האבן געשפילט א סטיל מוזיק גערופן "בלוז מוזיק". בלוז מוזיק איז געווארן באאיינפֿלוסט פֿון אפֿריקאנישער מוזיק, צוליב דעם וואס די שווארצע מענטשן זענען אנגעקומען קיין אמעריקע דורך צוואנג ווי שקלאפֿן. בלוז מוזיק האט מען געשפילט זינגענדיק צוזאמען מיט א הארמאניקע אדער אן אקוסטישן גיטאר. די בלוז געזאנגען זענען אפֿט געווען טרויעריג, מיט א טעמע פון ווערן ארבעטלאז, אדער א קרוב איז געשטארבן, אדער מען איז געשיקט געווארן אין טורמע.

דיפערענצן

אזוי ווי מוזיק איז א וועג ווי אזוי - ארויסצוברענגען א געדאנק, אדער געפיל, (און צומאל איז דאס דער איינציגסטער וועג), אדער מאנילופירן די גיסטע פינעם מענטש - ווערט מוזיק שטארק אויסגעניצט ביי אלע קולטורן אין רעליגיעס.

  • ביי יידן איז דאס אין צייטן פון בעש"ט געווארן א חלק פון עבודת השם, נאך אין די צייטען פון בית המקדש פלעגט מען זינגען ביים ברענגען א קרבן אריינצוברענגען חרטה געפילן, און שמחת בית השואבה אריינצוברענגען ליסטיגע פרייליכקייט.
  • ביי גויים איז די דא אסאך זשאנערן און באדייטן איבער מוזיק, ווי למשל ס'איז דא קירכע לידער ס'איז דא גאסן לידער - וואס דאס הייסט צומאל "די שווארצע מוזיק", און אזוי ווייטער..
  • און די פֿילמען ווערט עס געניצט צו אריינשלעפן דעם מענטש און העכערע ספערן
  • יעדע לאנד האט א הימנע

יעדע לאנד און יעדע רעליגיע און אפילו יעדע שיכט: פויערן פאסטוכער צוגלייך, -- האט זיך זיין גאנג און מוזיק צומאל גלייך צו אנדערע לענדער און צומאל גאר עפעס אנדערש.

זשאנערן

זעט אויך

רעפערענצן

  1. Music of Ancient Egypt ארכיווירט 2015-10-13 ביי דער Wayback Machine. Kelsey Museum of Archaeology, University of Michigan, Ann Arbor.
  2. "UC 33268". digitalegypt.ucl.ac.uk. Retrieved 27סטן אקטאבער 2015. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  3. Hickmann, Hans (1957). "Un Zikr Dans le Mastaba de Debhen, Guîzah (IVème Dynastie)". Journal of the International Folk Music Council. 9: 59–62. doi:10.2307/834982. JSTOR 834982.
  4. ______. "Rythme, mètre et mesure de la musique instrumentale et vocale des anciens Egyptiens." Acta Musicologica, Vol. 32, Fasc. 1. (Jan.–Mar., 1960), pp. 11-22.
  5. Richard O. Nidel, World Music: The Basics, p. 219.
  6. Charles Kahn, World History: Societies of the Past, p. 98.
  7. World History: Societies of the Past By Charles Kahn (p. 11)