רוי:פיאנע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א שטיינוויי פארטע־פיאנע

די פיאַנע איז א מוזיקאלישער אינסטרומענט מיט א קלאוויאטור. נארמאל האט א פיאנע 88 קלאווישן. די קלאווישן באוועגן האמערן וואס קלאפן אויף סטרונעס אין דער פיאנע, אזוי מאכן זיי פארשידענע קלאנגען. די האמערן זענען באדעקט מיט פילץ. איינער וואס שפילט א פיאנע הייסט א פיאניסט.

די ערשטע פיאנע האט מען געמאכט אין איטאליע אין 1709. די ערשטע פיאנעס זענען געווען פארטע־פיאנעס (אויף איטאליעניש איז טייטש "פארטע" הויך און "פיאנע" שטיל, ווייל די פיאנע קען מען שפילן סיי הויך סיי שטיל). אין 1800 האט מען ערפינדן די שטייענדיקע פיאנע, אין וואס די סטרונעס גייען ארויף און אראפ, און זי פארנעמט נישט אזוי פיל פלאץ ווי א פארטע־פיאנע.

די ערשטע קאמפאזיטארן וואס האבן געשריבן מוזיק פאר דער פיאנע זענען געווען וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט, לודוויג וואן בעטהאוון און פראנץ יאזעף היידען.

מען שפילט די פיאנע סיי אין קלאסישער מוזיק סיי אין דזשעז.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!