רוי:רבי צבי הערש, זון פון בעל שם טוב
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
רבי צבי הערש (ה'תפ"ה (אומגעפער) - ז' טבת ה'תק"ם).
אפשטאם
רבי צבי איז געווען א זון פון רבי ישראל בעל שם טוב, דער גרינדער פון חסידות.
ער האט געלערנט ביי זיין פאטער און ביי זיין פעטער ר' גרשון קיטאווער.[1]
רבנות
נאך זיין פאטער'ס פטירה האט רבי צבי געפירט ביז דער ערשטער יארצייט. דעמאלסט האט ער געזאגט אז ער האט געהאט א חלום אז זיין פאטער האט אים געהייסן איבערגעבן די רביסטעווע צו רבי דוב בער פון מעזריטש. נאך דעם האט רבי צבי הערש נישט געפירט ווייטער.
הסתלקות
רבי צבי איז נפטר געווארן ז' טבת ה'תק"ם, אין ער ליגט אינעם אלטן בית החיים אין פינסק.
זיין פאמיליע
רבי צבי האט געהייראט מרת מלכה. זייערע קינדער:
- הרב דוב בער, פון אוליאנאוו, באקאנט אלס א בעל מופת.
- הרב צבי הירש פון טשודנאוו
- מרת סימא, פון איר ערשטן זיווג
- מרת אדל ליבא, די ווייב פון איר שטיף-ברודער הרב אלימלך אויערבאך.
- בזיווג שני איז זי געווען די ווייב בזיווג שני פון הרב צבי מנחם אוערבאך (ה'תק"י - כ"ח טבת ה'תקע"ד), פון אניפאלי, א זון פון רבי ר' זושא.
- הרב יחיאל מיכל אווערבוך פון קירעמא, אונגארן.
- די ווייב פון הרב יוסף א זון פון אור המאיר.
- הרב אהרן ( - ה' טבת ה'תקפ"ט) פון טיטיעוו.
- הרב נפתלי צבי פון סקווירא
- הרב אהרן פון סאלאכאוו
- מרת שרה שיינא, די ווייב פון הרב ישעיה משולם זושא טווערסקי פון טשערנאביל
- מרת יוכבד, די ווייב פון הרב נחום יוסף טווערסקי פון קאריסטשאוו.
- מרת נחמה אדל, די ווייב פון הרב שלמה שמואל טווערסקי.
- הרב שלמה בנציון טווערסקי (ה'תר"ל - ח' תשרי ה'ת"ש), פון טשערנאביל.
- מרת חנה סימא, די ווייב פון רבי איציקל סקווערער
- הרב דוד'ל סקווערער
- הרב יעקב יוסף טווערסקי פון סקווירא.
- הרב דוד טווערסקי, היינטיגער סקווערער רבי[2]
- הרב יעקב יוסף טווערסקי פון סקווירא.
- הרב דוד'ל סקווערער
- הרב אברהם פון סקווירא
- הרב נפתלי צבי פון סקווירא
- הרב ישראל "דער שטילער", פון פאווליטש.
- די ווייב פון הרב יעקב פון האניפאלי
- הרב נפתלי צבי
- מרת שיינא רחל, די ווייב פון הרב משה זאב אויערבאך פון כמעלניק, זון פון הרב אברהם דוב בער אויערבאך פון כמעלניק
רבי צבי האט געהייראט בזיווג שני מיט א טאכטער פון הרב שמואל חסיד פון פינסק. ער האט זיך געצויגן קיין פינסק וואו ער האט געעפֿנט א שטיבל.
רעפרענצען