רבי רפאל יום-טוב ליפמאן היילפרין
רבי רפאל יום־טוב ליפּמאַן היילפּרין (ה׳תקע״ו, 1816, ראָזשינאָי, ליטע – ו׳ שבט ה׳תרל״ט, 30סטן יאנואר 1879, ביאַליסטאָק, פּוילן), אויך באַקאַנט אלס ר׳ ליפּעלע ביאַליסטאָקער, איז געווען אַ ליטווישער רב, וואָס האָט געדינט אין רבנות אין פאַרשידענע שטעט אין דער ליטוויש־פּוילישער געגנט. ער איז געוואָרן באַרימט אַדאַנק זיין ספר שאלות ותשובות, דער "עונג יום־טוב". ר' ליפּעלע איז געווען באַוואוסט אַלס אַ גרויסער קעמפער פאַרן אמת און צדק און אַ גרויסער קנאי.
| געבורט |
1816 תקע"ו ראָזשינאָי |
|---|---|
| פטירה |
30 יאַנואַר 1879 ו' שבט תרל"ט ביאַליסטאָק |
| טעטיגקייט אָרט | קרעװע, קײדאַן, טשעכאַנאָװצע, מעזריטש, ביאַליסטאָק (20 יאָר) |
| כינוי | ר' ליפּעלע |
| ספרים | עונג יום־טוב |
| קינדער | רבי חיים נפתלי הערץ היילפּערין, שרה עלקא |
ביאָגראַפיע
פריע יאָרן און ערציאונג
רבי יום־טוב ליפּמאַן היילפּרין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר תקע״ו צו זיין פאָטער, רבי ישראל היילפּרין, וועלכער איז געווען רב אין ראָזשינאָי. רבי ישראל איז געווען אַן אייניקל פון רבי חיים היילפּרין, דער גליל רב אין מינסק. זיין מוטער איז געווען די טאָכטער פון רבי טוביה פון ראָזשינאָי, אַן אייניקל פון ראָזשינאָיער קדוש רבי טוביה, וועלכער האָט זיך מוסר־נפש געווען על קידוש השם צוזאַמען מיט רבי ישראל באכאראך, די צוויי ראָזשינאָיער קדושים וואָס האָבן אין יאר ה'ת"כ געראַטעוועט די אידישע קהילה פון אונטערגאַנג[1]. די היילפּרין משפּחה האט געשטאמט פון רבי יחיאל היילפּרין, דער מחבר פון "סדר הדורות"[2].
ער איז גערופן געווארן אויפ'ן נאמען פון רבי יום טוב ליפען, רב פון קאפוליה און מחבר פון "קדושת יום טוב", דער רבי פון זיין פאטער ר' ישראל[3]. ווען ר' רפאל איז געווען אַרום דריי יאָר אַלט (אַרום תקע״ט), האָט זיין פאַמיליע זיך געצויגן קיין מינסק, נאָכדעם ווי זיין פאָטער איז דאָרט באַשטימט געוואָרן פאַר רב. אין מינסק האָט ער געלערנט ביי די חכמי העיר, הויפּטזעכליך ביי רבי מנחם מענדל פון פּאָלאָצק אין זיין ישיבה, און איז באַקאַנט געוואָרן אלס אַן עילוי[1].
ביי די 15 יאָר האָט ער חתונה געהאַט מיט רביצין מירא גאָלדא, טאָכטער פונעם נגיד ר׳ יוסף פון מינסק, אן אייניקל פון רבי נפתלי הירץ פינס. ער איז אויסגעהאלטן געוואָרן דורך זיין שווער ביז ער איז געווען 20 יאָר[4].
רבנות קאַריערע
קרעווא: ביי די 20 יאָר (תקצ״ו) האָט ער אָנגענומען זיין ערשטע רבנות שטעלע אין קרעווא (Krėva), אַ קליינע קהילה נאָענט צו וואָלאָזשין, פאַר אַ קנאַפּן געהאַלט פון 2 רובל אַ וואָך. ווען ער איז דאָרט קראַנק געוואָרן אויף טיפוס, זענען געקומען אים באַזוכן צוויי פון די גדולי הדור, רבי איצעלע וואָלאָזשינער און רבי ליעבעלע קאָוונער. ער האט דארט געדינט פינף יאָר[1].
קיידאַן: אין יאָר תר״א איז ער אויפגענומען געוואָרן אלס רב אין קיידאַן. דאָרט האָט ער מיט מסירת־נפש שאַרף געקעמפט קעגן די "כאַפּערס", וואָס האָבן געכאַפּט קליינע קינדער פון אָרעמע עלטערן פאַר דער רוסישער אַרמיי. אַ באַקאַנטער פאַל איז געווען דעם ערשטן טאָג ראש השנה, ווען ער האָט געדראָט מיט חרם פון דער בימה, אויב מען וועט נישט צוריקגעבן די צוויי געכאַפּטע 14־יאָריגע קינדער ביז אַ האַלבער שעה. דער סטראשע האָט געווירקט, און די קינדער זענען צוריקגעבראַכט געוואָרן, אָבער די עשירים און תקיפים (מאכטפולע מיטגלידער) פון דער קהילה, וועלכע האָבן באַפרייט זייערע קינדער דורך די אָרעמע קינדער, זענען געוואָרן זיינע שונאים און רודפים, וואָס האָט אים געצוואונגען צו פאַרלאָזן קיידאַן[5].
טשעכאַנאָווצע: אין יאָר תר״ז איז ער אריבער קיין טשעכאַנאָווצע, פּוילן, וואו די גזירה פון קאנטאניסטן איז נישט געווען. דאָרט האָט ער אויך געוויזן זיין שטאַרקייט און געפירט זיין רבנות מיט אַן אויבערהאַנט, שטייענדיג אויף דער זייט פון די אָרעמע, און געקעמפט קעגן די גבאים און ראשי הקהל, דערפאַר האָט ער זוכה געווען צו גרויס אַכטונג פון די אידישע המון אין טשעכאַנאָווצע, וואָס האָבן אים געזען נישט נאָר ווי אַ רב, נאָר ווי אַ שוץ־געבער און פאָטער פון יתומים און אַלמנות[6].
מעזריטש: אין יאָר תר״ט איז ער געוואָרן רב אין מעזריטש, פּוילן[7]. דאָרט האָט ער געטראָפן אַ גרויסע מחלוקת צווישן מתנגדים און חסידים, און זייענדיג אַ שטארקער מתנגד, האָט ער זיך געשטעלט אויף דער זייט פון די מתנגדים. די מחלוקת האָט זיך נאָך מער צעפלאַקערט, אַריינציענדיג מסירות און געוואַלדטאַטן. זיינע פּרואוון צו מאַכן שלום מיט רבי מענדל קאָצקער, דער רבי פון די מעזריטשער חסידים, זענען געווען אומזיסט[8].
ער האָט באַשלאָסן אויסצורופן א חרם מיטן נוסח פון כלבו קעגן אויף אַלע וואָס האָבן געהאט אַ האַנט אין דער מחלוקת, אַריינגערעכנט ר' מענדל קאָצקער. דעם דאָנערשטיג ווען דער חרם איז אויסגערופן געוואָרן, האָט די גאַנצע קהילה פון מתנגדים געפאַסט, די שול איז געווען איינגעהילט אין שוואַרצן, און שוואַרצע ליכט האָבן געברענט. נאָכן בלאָזן שופר, איז דער גרויסער חרם אויסגערופן געוואָרן. דרייסיג טעג נאָכן חרם איז רבי מענדל קאָצקער פּלוצלונג נפטר געוואָרן, וואָס די מתנגדים האָבן געגלייבט איז געווען צוליב דעם חרם, כאָטש די קאָצקער חסידים לייקענען דאס[9]. (מעזריטש איז געווען די איינציגע שטאָט וואו מען האָט מחרים געווען דעם קאָצקער רבין, און דאָס איז געווען דער לעצטער חרם אויף חסידים[10].) דער קאָצקער הויף האָט זיך דערשראָקן און געשיקט פאָרשטייערס צו שליסן שלום[8]. דער ערשטער גערער רבי, רבי איטשע־מאיר אַלטער ("חידושי הרי״ם"), און דער וואַרשעווער רב רבי בעריש מייזלס, האָבן זיך אַריינגעמישט צו מאַכן שלום, און האָבן באַשולדיגט ר׳ ליפּעלען אין פאַרשטאַרקן די מחלוקת. צוליב דער מחלוקת האָט ר׳ ליפּעלע געמוזט פאַרלאָזן מעזריטש[11].
ביאַליסטאָק: אין יאָר תרי״ט איז ער אויפגענומען געוואָרן מיט גרויס כבוד אלס רב אין ביאַליסטאָק, וועלכע איז געווען ניין יאָר אָן אַ רב. ביאַליסטאָק איז דעמאָלט געווען אַ רייכע פאַבריק־שטאָט מיט אַן אַנטוויקלטן האַנדל. ער איז געווען זייער באליבט ביי זיין קהילה, מען האָט אים דאָרט גערופן "ר׳ ליפּעלע". קיין זאַך איז נישט געטון געוואָרן אָן אים, און אַלע האָבן זיך געבויגן פאַר זיין אויטאָריטעט. מען האָט אים אָפּגעשאַצט פאַר זיין שאַרפן קאָפּ צו אַנאַליזירן פאַרוויקלטע ענינים און פאַר זיין גרויסער מאָראַלישער קראַפט. ער האָט געדינט דאָרט 20 יאָר ביז זיין פּטירה[12].
אין ביאַליסטאָק האָט ער געפונען מער מעגליכקייט אויפצוקלייבן די נויטיגע 300 רובל צו באַפרייען אָרעמע יונגע־לייט פון סאָלדאַטן־דינסט לויט דעם דעמאָלטיגן נייעם רוסישן געזעץ. ער האָט געקעמפט קעגן די "סבאָרשטשיקעס" (שטייער-זאמלערס), וואָס האָבן געלויערט אויף אָרעמע יונגע־לייט צו דערפילן די צאָל סאָלדאַטן פון די רייכע קינדער[12].
אין יאָר תרל״ה האָבן די סבאָרשטשיקעס אים געמסרט פאַר דער מלוכה, אַז ער איז אַ פאַררעטער וואָס באַאיינפלוסט די אידישע יוגנט זיך אָפּצומיידן פון סאָלדאַטן־דינסט. אַן אויספאָרשונגס־קאָמיסיע, בראש פון דעם גראָדנער גובערנאַטאָר, איז אַראָפּגעקומען קיין ביאַליסטאָק, און ר' ליפּעלע איז אַרעסטירט געוואָרן און געשיקט געוואָרן קיין גראָדנע. אַלע זיינע כתבים זענען פאַרחתמעט געוואָרן, און ער האָט געזאָלט איינגעזעצט ווערן אין גראָדנער תּפיסה. דורך גרויס השתדלות (הויפּטזעכליך פון דאָדיע זאַבלודאָווסקי) האָט ער באַקומען הויז־אַרעסט אין גראָדנע, און נאָך אַ האַלב יאָר איז ער אינגאַנצן באַפרייט געוואָרן אומשולדיג דורך השתדלות אין פּעטערבורג[13].
אין זיין צייט האָט ער איינגעשטעלט אַ גרויסע כּשרע קיך אויפן וואָקזאַל צו געבן עסן פאַר די אידישע סאָלדאַטן וואָס זענען דורכגעפאָרן אויפן וועג קיין בריסק, בעת דעם רוסיש־טערקישן קריג. ער איז געווען אַ גרויסער קעגנער פון השכּלה. ווען די ערשטע בעלי־בתישע אידישע קינדער האָבן אָנגעהויבן צו לערנען אין דער רעגירונג־רעאַל־שולע, האָט ער קעגן דעם געדרשנט אין שול, און געוויינט, אַז ער זעט דערין אַן אָנהייב פון אַסימילאַציע און שמד. ער איז אויך שטאַרק אַרויסגעטראָטן קעגן דער גרינדונג פון דער כאָר־שול. (ווען ער האָט געפרעגט לייבל גרונטשעס (לעאָן זאַבלודאָווסקי), איינער פון די גרינדער פון דער כאָר־שול, צו וואָס מען דאַרף אַזאַ שול, האָט יענער געענטפערט, אַז אַזוי ווי מיט עסן — אַזוי איז מיט דאַוונען: פאַר אינטעליגענטן וואָס האָבן פאַרלוירן דעם אַפּעטיט צום דאַוונען "אין רויען צושטאַנד", מוז מען "צופּראַווען" דאָס דאַוונען עס זאָל זיין אָנגענעמער[14].) פון דער אַנדערער זייט, איז ער געווען דער ערשטער רב אין ביאַליסטאָק וואָס האָט מסדר קידושין געווען אין בית־מדרש אויף דער בימה[15].
ער האָט נישט מסכים געווען צו אַ נייער תּקנה פון אַ "קאָמיטעט" צו צענטראַליזירן צדקה, טענהנדיג אַז צדקה ביי אידן האָט צוויי צוועקן: פאַרן מקבל, ער זאָל נישט הונגערן, און פאַרן נותן, צו אַנטוויקלען אין אים די מדה פון רחמנות, וואָס קען נאָר דערגרייכט ווערן דורך דירעקטע הילף, נישט דורך אַ קאָמיטעט. דער ערשטער "קאָמיטעט" האָט עקזיסטירט נאָר פיר יאָר, מעגליך צוליב זיין התנגדות[16].
ר' רפאל יום־טוב ליפּמאַן האָט אָנגעוויזן זיין שטאַרקע מיינונג אין פאַרשידענע הלכישע און השקפה־ענינים, ווי אין זיין שאַרפער התנגדות צו די צוויי קאנטראווערסיאלע ספרים "סדרי טהרות" פון רבי גרשון חנוך העניך ליינער פון ראדזין, וואָס איז געשריבן געוואָרן אין דער פאָרעם פון אַ גמרא, און "דקדוקי סופרים" פון רבי רפאל נתן נטע ראַבינאָוויץ. די ווילנער רבנים רבי בצלאל הכהן און רבי יוסף ב"ר רפאל האָבן אים געשריבן צו באַקומען זיין מיינונג וועגן די ספרים און אויך וועגן "קארפו אתרוגים", וואס זענען געווען א פּאלעמיק צוליב הויכע פרייזן און חשש פון כלאים[17].
פּטירה און קבורה
ר׳ רפאל יום־טוב ליפּמאַן איז נפטר געוואָרן אין ביאַליסטאָק ו׳ שבט תרל״ט. מען האָט אים מקבר געווען אין דעם אַלטן בית־עולם פון שטאָט צווישן די צוויי פריערדיגע רבנים, רבי אליקום געצל און רבי קלונימוס היין פון אָרלע. אַ לעגענדע דערציילט אז די קהילה האָט געוואָלט אים באַגראָבן דארט וואו די גרויסע רבנים זענען געלעגן, אָבער עס איז נישט געווען קיין פּלאַץ לויט דער מאַפּע. דאָך איז די לויה געגאַנגען צום חלקה פון די רבנים, און דורך אַ נס האָבן זייערע קברים זיך אָפּגערוקט צו מאַכן אָרט פאַר אים[18].
דער נוסח פון זיין מצבה אויפן אַלטן בית־עולם אין ביאַליסטאָק איז געווען[15]:
- אדמו״ר רבן של כל ישראל פּאר הדור ותפארתו איש חי רב פּעלים לאור תורתו רבים הלכו, יראתו קודמת לחכמתו ורבים השיב מעון בחכמתו ובצדקתו, מאיר עיני חכמים בהלכה, טהור וקדוש וחסיד ועניו פּעל ועשה הרבה חדושים באורייתא טובים ונכונים, בישראל גדול שמו לזכר עולם יהיה צדיק, פּה מפּיק נחמדות הגאון האמתי המאור הגדול נר ישראל פּוע״ה משנתו זך ונקי מורנו ורבנו כקש״ת מוהר״ר רפאל יו״ט ליפּמאַן זצ״ל אב״ד דפּה ק״ק ביאליסטאָק בהרב הגאון מו״ה ישראל היילפּערן זצ״ל נפטר ביום ה׳, ו׳ שבט שנת תרל״ט לפ״ק.
דער אהל וואָס איז אויפגעשטעלט געוואָרן אויף זיין קבר און דער גאַנצער בית־עולם זענען חרוב געוואָרן אין דער שואה.
חיבורים
רבי רפאל יום־טוב ליפּמאַן היילפּרין האָט פאַרפאַסט צוויי באַרימטע ווערק, ביידע מיטן נאָמען "עונג יום־טוב":
- שו״ת עונג יום־טוב: דאָס איז זיין באַרימטער ספר שאלות ותשובות אויף די פיר חלקים פון שלחן ערוך. די ערשטע אויסגאבע איז אַרויסגעגעבן געווארן דורך זיין זון, רבי חיים נפתלי הערץ היילפּרין, אין ווילנע אין יאָר תר״ם אין צוויי חלקים. עס איז שפּעטער אויך אַרויסגעגעבן געוואָרן אין בילגאָריי אין יאָר תרצ״א.
- עונג יום־טוב (דרושים): אַרויס אין פּיעטערקאָוו אין יאָר תרס״ו דורך זיין זון.
זיין שו"ת ספר איז שטאַרק אָנגענומען אין דער גאַנצער לומדישער וועלט. דער "אבני נזר" האָט באַמערקט וועגן איינעם פון די חידושים אין זיין ספר, אַז "נאָר דער וואָס האָט קיין מאָל נישט טועם געווען קיין חטא קען שרייבן אַזעלכע אמת'דיגע חידושים"[4][מקור פארלאנגט].
ר׳ ליפּעלע האָט אויך אונטערגעשריבן הסכמות אויף אַנדערע ספרים, ווי "אבן משה"[19], "אהל יעקב" פון דובנער מגיד[20], און אוצר הכבוד פון רבי טודרוס אבולעפיא[21].
משפּחה
- זון: רבי חיים נפתלי הערץ היילפּרין, ראב״ד אין ביאַליסטאָק. זיין זון רבי שלמה היילפּרין, איז געווען דער ביאליסטאקער ראש בית דין נאך אים, האט אין 1923 ארויסגעגעבן א ספר "ספר הרופאים", א פארצווייגטע חיבור וועגן מעדיצין לויט הלכה, וואס איז ארויסגעגעבן געווארן נאָך זיין טויט. רבי שלמה איז אומגעקומען אין יוני 1941 ווען די דייטשן האָבן אונטערגעצונדן די גרויסע ווילדע שול אין ביאליסטאק מיט איבער 2,000 אידן אינעווייניג. ער איז געווען דער פאטער פון ד"ר ליפּמאַן היילפּרין (געבוירן 1902), וואס האט געהייסן געווארן נאך זיין גרויסן זיידן, רבי רפאל יום־טוב. ד"ר ליפּמאַן היילפּרין איז געווארן א באַרימטער ניוראָלאָג און פסיכיאטער, וועלכער האט שטודירט מעדיצין אין קעניגסבערג, בערלין און ציריך. אין 1934 איז ער אימיגרירט קיין ארץ־ישראל, וואו ער האט געגרינדעט דעם דעפּאַרטמענט פון ניוראָלאָגיע אין הדסה שפּיטאל אין ירושלים. ער איז דער מחבר פון דער "שבועה פון העברעאישן דאָקטאָר", וואס איז געווארן די אפיציעלע שבועה פאר אלע נייע דאָקטאָרים אין מדינת ישראל. אין 1953 איז ער געווארן דער ערשטער באַלוינטער מיטן מדינת ישראל פרייז אין מעדיצין[22]. ר' חיים נפתלי הערצנ'ס איידעמער רבי דוד פאיאנס און רבי אריה שפירא (זון פון רבי רפאל פון וואָלאָזשין) האָבן אויך געדינט אין הוראה נאך אים[7].
- טאָכטער: שרה עלקא, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט רבי אריה לייב ליפּקין האָראָוויץ, דער רב פון רעזין, מחבר פון "חיי אריה", זון פון רבי ישראל ליפּקין פון סאַלאַנט.
אַנעקדאָטן און לעגענדעס
אויסער די לעגענדע פון די אָפּגערוקטע קברים ביי זיין לויה, זענען ארומגעגאנגען נאך פיל לעגענדעס וועגן ר׳ ליפּעלע'ס חכמה און צדקות.
- דער זאַמדפירער: אַמאָל האָט ר׳ ליפּעלע געזען אַ אידישן זאַמדפירער פאָרן פאַר זיין פענצטער, און האָט אים געהייסן אַריינרופן און אים אויפגעהאַלטן אַ לאַנגע שעה. נאָכדעם ווי ער האָט אים אָפּגעלאָזט, האָט דער זאַמדפירער געפונען אַז דער זאַמדבאַרג אונטער דער שטאָט וואו ער האָט געארבעט איז אַראָפּגעפאַלן, און ווען ער וואָלט פריער געקומען, וואָלט ער געוויס פאַרשאטן געוואָרן[23].
- זיין אָרעמקייט: זיין רביצין האָט אים אַמאָל געפרעגט פאַרוואָס זיי זענען אַזוי אָרעם. ער האָט געענטפערט: "ווייל איך קלייב געלט". ווען זי האָט זיך געוואונדערט ווי אַזוי מען קען זיין אָרעם בשעת מען קלייבט געלט, האָט ער געענטפערט: "דו פאַרשטייסט נישט, איך קלייב געלט, ווי דו קלייבסט אַרבעס; נישט אַלע געלט זענען אָבער כּשר, דעריבער האָב איך נישט"[23].
- דין־תורה וועגן אַ ליילעך: צוויי ווייבער האָבן זיך געקריגט וועגן אַ ליילעך וואָס איז אַריינגעפאַלן אין טייך. ר׳ ליפּעלע האָט זיי געהייסן לאָזן ביי אים דעם ליילעך איבערנאַכט אויסצוטריקענען. דערווייל האָט ער אויך איינגענעצט זיין אייגענעם ליילעך און אויסגעטריקנט. צומאָרגן האָט ער זיי געוויזן זיין ליילעך. איינע האָט זיך געהאַלטן ביי אירס אַז דאָס איז אירס, אָבער די אַנדערע האָט מודה געווען אַז זי האָט געהאַט אַ טעות און דער ליילעך איז נישט אירער. דעמאָלט האָט ער געבראַכט דעם אמתן ליילעך, וועלכער איז באַלד דערקענט געוואָרן דורך דער צווייטער ווי אירער, און ער האָט איר עס אָפּגעגעבן, זאָגנדיג דער ערשטער פרוי: "איצט דאַרפט איר האָבן מיט מיר אַ דין־תורה, ווייל דער ליילעך איז מיינער"[23].
- די מחלוקת וועגן די גענז: אין ביאליסטאק איז דער עלטסטער דיין רבי לייב כּהן, געווען א גרויסער מחמיר און האט געהאט מחלוקתן מיט ר' ליפּעלען וועגן שאלות, וואס ער האט נישט מסכים געווען מיט זיינע היתרים. עד כדי כך איז געגאנגען די שנאה פון ר' לייב מיט א טייל שטאָט לומדים וועלכע האבן געהאלטן מיט אים, אז מען האָט חושד געווען, אַז זיין צד האָט געהאַט אַ האַנט אין דער מסירה אויף רבי ליפּעלען, און פיל האָבן געגלייבט, אַז דער פּלוצלינגער טויט פון רבי לייב כּהן'ס זון, וואָס איז געשטאָרבן נאָך דער מסירה, איז געווען אַ שטראָף פאַר דעם[24].
- ד"ר שמערל היילפּערן: ד"ר שמערל היילפּערן איז געווען א געשמדטער איד, וואס איז אָבער געווען א נאָענטער פריינד פון רבי ליפּעלען, און זיין דאָקטאָר. אמאל האט ער געטראפן א מיידל וואס איז געגאנגען צום רב מיט א שאלה, און ער האט איר געגעבן א כשר'ע פּסק. ווען די מיידל איז אהיים געקומען, האט זי איבערגעגעבן דעם פּסק, אָבער זי האט זיך געוואונדערט פארוואס דער רב גייט קורץ געקליידט, כאָטש ער טראָגט אויפן קאָפּ א שטריימל. דער בעל הבית האט פארשטאנען אז עפּעס איז נישט גלאַט, און איז אליין געגאנגען צום רב, וואס האט געזאגט אז דאס איז שמערל'ס אַרבעט, כאָטש די שאלה איז באמת כשר[25].
ביבליאגראפיע
- פנקס ביאליסטאק, באַנד 1, רעדאַגירט פון יודל מאַרק, אַרויסגעגעבן פון דער געזעלשאַפט פאַר געשיכטע פון ביאַליסטאָק, ניו־יאָרק, ה'תש"ט
- הלפרין, רפאל יום טוב ליפמן בן ישראל (1816-1879), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 פּנקס ביאַליסטאָק, 166. זעט: שמואל לייב הורוויץ, "די קדושים פון ראָזשינאָי", יודישע נשמות, ניו יארק: פאלקסבילדונג, 1916.
- ↑ מאיר עדלבוים, די יידן-שטאט מעזריטש: פון איר בראשית ביז ערב דער וועלט-מלחמה, ז' 324.
- ↑ מאיר סוקולובסקי, רוז'ינוי: ספר זכרון לקהילת רוז'ינוי והסביבה, ז' 32.
- ↑ 4.0 4.1 HaRav Refoel Yom Tov Lipman Heilpern, Dei'ah veDibur, 2 Shvat 5772.
- ↑ בערל כהן, יידישע שטעט, שטעטלעך און דארפישע ישובים אין ליטע ביז 1918, ניו יארק, תשנ"א, עמ' 476–477.
- ↑ אליעזר לאוני, צכנוביץ מחוז ביאליסטוק: ספר עדות וזכרון, תשכ"ד, ז' 39.
- ↑ 7.0 7.1 יהדות ליטא ג, 44.
- ↑ 8.0 8.1 פּנקס ביאַליסטאָק, 167.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 167–168; מאיר עדלבוים, די יידן-שטאט מעזריטש: פון איר בראשית ביז ערב דער וועלט-מלחמה, ז' 175.
- ↑ מאיר עדלבוים, די יידן-שטאט מעזריטש: פון איר בראשית ביז ערב דער וועלט-מלחמה, ז' 178.
- ↑ מאיר עדלבוים, די יידן-שטאט מעזריטש: פון איר בראשית ביז ערב דער וועלט-מלחמה, זז' 178–180.
- ↑ 12.0 12.1 פּנקס ביאַליסטאָק, 168.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 168–169, 238.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 229.
- ↑ 15.0 15.1 פּנקס ביאַליסטאָק, 169.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 322–323.
- ↑ ראו על כך, מכתבם של רבי יוסף ב"ר רפאל ורבי בצלאל הכהן מווילנה, בתוך: ראובן דוב דסלר (עורך), שנות דור ודור, ח"א, ירושלים תש"ס, פרק ה', עמ' מט–נג.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 169–170.
- ↑ ר' אליעזר פערלמוטר, אבן משה, ווארשא, תרי"ט.
- ↑ רבי קראנץ (המגיד מדובנא), אהל יעקב במדבר, זאלקווא, תרכ"א.
- ↑ רבי טודרוס אבולעפיא, אוצר הכבוד, ווארשא, תרל"ט.
- ↑ The Neurologist Lipman Halpern—Author of the Oath of the Hebrew Physician.
- ↑ 23.0 23.1 23.2 פּנקס ביאַליסטאָק, 170.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 185–186.
- ↑ פּנקס ביאַליסטאָק, 244.