רוי:רבי דוב בער מייזלס

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב דוב בעריש מייזלס
געבורט ה'תקנ"ח (יארגאנג: 226 בערך)
הרב דוב בעריש מייזלס אין תר"א

הרב דוב בעריש מייזלס (ה'תקנ"ח, 1798י"ד אדר ב' (פורים) ה'תר"ל, 17טן מערץ 1870) איז געווען אב"ד פון קראקע פון תקצ"ב און דערנאך אב"ד פון ווארשע פון תרט"ו. ווען ער איז געווען אין קראקע, וואס איז דענטסמאל געווען אין דער עסטרייכער אימפעריע) איז ער געווען טעטיק אין פאליטיק און האט געדינט ווי א סענאטאר אין דער פארלאמענט אין ווין.

ביאגראפיע

דוב בעריש איז געבוירן אין שטעקאטשין אין תרנ"ח, דער זון פון הרב יצחק מייזלס, אב"ד פון ליטוויש ביאלע. ער האט געהייראט די טאכטער פון דעם גביר שלמה בארנשטיין. ער האט זיך באזענצט אין קראקע וואו ער איז געווען א באנקיר און א רב. אין תר"ה האט דער קראקעווער שטאטראט געוואלט בויען א געביידע איבער דעם אלטן בית עולם. הרב מייזלס האט געלייגט א שטארקע מחאה, און ענדליך זענען די פלענער מבוטל געווארן.

אין תרט"ו האט מען אויפגענומען הרב דוב בעריש ווי רב פון ווארשע, וואס איז דעמאלסט געווען אונטער דער רוסלענדישער אימפעריע. ביי דער פוילישער רעוואלוציע אין תרכ"א האט ער געשטיצט די פאלאקן. ווען דער אויפשטאנד איז אונטערגעגאנגען האבן די רוסן אים ארעסטירט און פארטריבן פון ווארשע. מען האט אים פארבעטן קומען קיין לאנדאן, ענגלאנד, אבער אין תרכ"ב האט מען אים געבן ערלויבניש צוריקקומען אין ווארשע. ער איז געבליבן אין ווארשע ביז זיין פטירה אין תר"ל.

משפחה

הרב דוב בעריש האט געהאט צוויי זין. זיין זון ישראל איז געווען א דיין אין קראקע און רב אין שעדליץ. זיין זון שלמה האט געוואוינט אין ווין. טייל פונעם פוילישן צווייג זענען אריבער אין בעלגיע פאר דער צווייטער וועלט מלחמה. רוב פון זיי זענען אומגעקומען. די פאמיליעס פון די געבליבענע וואוינען היינט אין אמעריקע.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!