רוי:רבי גרשון חנוך העניך ליינער פון ראדזין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי גרשון חנוך (בן רבי יעקב) ליינער (תקצ"ט – ד' טבת תרנ"א, 1839-1890) איז געווען דער דריטער אדמו"ר אין דער שושלת אדמו"רי חסידות איזביצא-ראדזין. ער האט פארפאסט אסאך ספרים אין אלע מקצועות התורה, און אויסער דעם איז ער באקאנט געווארן אלס מחדש מצות פתיל התכלת פון מצות ציצית. דערפאר איז ער אויך באקאנט מיטן נאמען "בעל התכלת". צווישן די חסידים איז ער אויך באקאנט אלס "דער אורחות חיים", אויפן נאמען פון איינע פון זיינע ספרים. דאס קורצע ספר איז געשריבן געווארן אין עטליכע טעג ווען רבי גרשון העניך איז געווען אונטער א פאליציי אויספארשונג אין יאר תרמ"ג. רבי גרשון העניך ווערט געהאלטן פאר זייער א זעלבסטשטענדיגן און אינאוואטיוון דענקער.

ביאגראפיע

רבי גרשון העניך איז געוואקסן אין איזביצא אין פּוילן ביים פאטער רבי יעקב ליינער (דער "בית יעקב") און געלערנט תורה אויך פון זיין זיידן רבי מרדכי יוסף ליינער, (דער "מי השילוח"). נאך דער פּטירה פון רבי יעקב האט אים רבי גרשון העניך איבערגענומען אלס אדמו"ר אין ראדזין. ער איז באקאנט געווארן א דאנק זיינע פילע ספרים אין נגלה און אין נסתר, און איז אויך געווען אין מחלוקת, בפרט וועגן זיין נייעסדיגן ספר "סדרי טהרות", און וועגן זיין פּרואוו צו ערנייען די מצוה "פתיל התכלת" אין ציצית. אויסער זיינע אייגענע ספרים (אריינגערעכנט דעם סעט "סוד ישרים" אין חסידות אויף פּרשיות השבוע און אויף די מועדים), האט ער אויך רעדאקטירט און ארויסגעגעבן דעם ספר "מי השילוח" (חלק ראשון) פון זיין זיידן און א טייל פון די ספרים "בית יעקב" פון זיין פאטער, און פיל זעען אין אים די עיקרדיגע געשטאלט אין באפאָרעמען די ליטערארישע מסורה פון חסידות איזביצא-ראדזין. ער איז נפטר געווארן ביים עלטער פון 51 יאר. זיין איינציגער זון רבי מרדכי יוסף אלעזר (1873–1929), וועלכער האט געשריבן דעם ספר "תפארת יוסף", האט איבערגענומען זיין ארט. עטליכע באהויפטן אז רבי גרשון העניך פלעגט טראגן א ביקס ביי זיינע רייזעס. אברהם קורמן האט אויף אים געשריבן אז ער איז געווען "אַן אויסגעצייכנטער רייטער, צילשיסער, אינזשעניר, כעמיקער, דאקטער און נאטורפארשער - מעלות וואס ער האט זיך אליין אָנגעקויפט" ("זרמים וכתות ביהדות" זייט 87), אבער די דאזיגע שילדערונג הערט זיך ווי עטוואס איבערגעטריבן. דער פארשער גרשם שלום, אין א נאטיץ אינעם גליון אין דעם קאפּיע פון קורמן'ס ספר וואס איז געווען אין זיין באזיץ, האט טאקע באצייכנט דעם קאפּיטל אויף חסידות (און אויך דעם קאפּיטל אויף שבתאות) אלס "דברי הבל".

אַן אנדער צווייג פון דער דינאסטיע האט אנגעהויבן רבי אברהם יהושע העשל ליינער, דער יונגערער ברודער פון רבי גרשון חנוך העניך, אין דער שטאט חעלם. איינער פון זיינע זין, רבי ירוחם ליינער (1888–1964), איז אריבער קיין לאנדאן אין ענגלאנד אין יאר 1935, און פון דאנען קיין ניו יארק אין יאר 1950 און האט געגרינדעט א בית מדרש אין דעם חרדישן געגנט בארא פּארק אין דער ברוקלין בארא פון ניו יארק. אין יאר תר"כ, זעקס יאר נאך דער פּטירה פון רבי מרדכי יוסף, האט ר' גרשון העניך, וואס איז דעמאלט געווען בלויז ארום צוואנציג יאר אלט, ארויסגעגעבן דעם ספר "מי השילוח" (חלק ראשון), לויט די דברי תורה פון זיין זיידן וואס ער האט געקליבן. רבי גרשון העניך האט אויסגעקליבן דעם כותרת פון ספר לויט די ווערטער פון רבי שמחה בונים פון פּשיסחא וואס האט געזאגט אויף רבי מרדכי יוסף, "אז ער איז ווי מי השילוח וואס גייען לאנגזאם און גראבן אין טיפן תהום" ("שער האמונה ויסוד החסידות", זייט נח). "מי" איז כמובן אויך ראשי תיבות פון "מרדכי יוסף". אין זיין קורצער הקדמה שרייבט רבי גרשון העניך צווישן אנדערע, "האומנם כי ידעתי כי בכמה מקומות יקשו הדברים לאזנים אשר לא שמעו ולא הורגלו בדברים כאלה. אך לא אספתי בלתי למען אנשי שלומנו המכירים ערך יקרותם". מיט דעם באצייכנט ער טאקע די ראדיקאלע ניייקייט אין דעם שיטה פון רבי מרדכי יוסף און מעגליכע קעגנערשאפט צום ספר. די דאזיגע ווערטער זענען אויך אריינקאפּירט געווארן אין דער הקדמה צום צווייטן טייל וואס איז ארויסגעקומען יארן שפּעטער דורך דעם ברודער פון רבי גרשון העניך.

אויף זיין וועג אין רעדאקטירן דעם ספר "מי השילוח" קעגן דעם סטיל פון אייגענע חיבורים שרייבט שאול מגיד:

"…the opaque and sketchy comments in R. Mordecai Joseph's Mei Ha-Shiloah are not conducive to careful scholarly analysis without reference to R. Gershon Henokh's more voluminous writings on the Torah and the Zohar. This is not to say that R. Gershon Henokh merely reiterated his grandfather's ideas. On the contrary, I show many instances where he departs from his grandfather's approach and moves out on his own. R. Gershon Henokh often reformulates older ideas into a new approach…". ("Hasidism on the Margin", p. xiii).

[איבערזעצונג: "…די קורצע און נישט קלאָרע אויסדרוקן אין "מי השילוח" פון ר' מרדכי יוסף זענען נישט גרינג צו אקאדעמיש אנאליזירן אָן א פארגלייך מיט דער גרויסער ליטעראטור פון ר' גרשון העניך אויף דער תורה און אויפן זוהר. דאס הייסט נישט אז ר' גרשון העניך האט פּשוט איבערגעחזרט די רעיונות פון זיין זיידן. דער קעגנזאץ איז ריכטיג, און איך ווייז אָן אויף פיל ערטער וואו ער לאזט איבער דעם וועג פון זיין זיידן און גייט ארויס אויף אַן אייגענעם וועג. ר' גרשון העניך נעמט אפט אלטע רעיונות און פארוואנדלט זיי צו א נייער שיטה…"].

גרשם שלום, אין זיין פּערזענלעכער קאפּיע פון ספר "מי השילוח", האט אנגעשריבן א רעפערענץ אין א צעטעלע צום ספר "תפארת אדם: ביוגרפיים" פון א קאצקער חסיד, ר' פּנחס זעליג גליקסמאן פון לאדזש. צווישן אנדערע שרייבט גליקסמאן (זייט יג-יד):

"בשנת תר"כ הוציא לאור בן בנו זה, הרב הגאון ר' גרשון העניך ספר ממנו נקוב בשם 'מי השילוח'…מלא חידושים ערבים…גם דברים זרים, כפי עדות המוציאו לאור בהקדמתו וזה לשונו: 'והאומנם ידעתי כי בכמה מקומות יקשו הדברים לאוזנים אשר לא שמעו ולא הורגלו בדברים כאלה, אל לא אספתי בלתי למען אנשי שלומנו המכירים ערך יקרותם'…". אויף די דאזיגע ווערטער פון רבי גרשון העניך זעצט גליקסמאן פאָר, "אולם ספר היוצא לאור, אינה בלתי למפלגה קטנה בישראל, רק נתון הוא לכל העולם כולו, יד הכל ממשמשת בו, ואוי לו למחבר עם דבריו זרים בעיני קוראיו שאינם אנשי שלומו…ביותר מר היה לחך הקוראים דבריו על דבר פנחס וזמרי, כי הכל יודעים, כי פנחס היה צדיק גמור וזמרי רשע גמור, עד שנעשה למשל, עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס….אולי טוב עשה ר' גרשון העניך, אם השמיט מרגלית כזו מן הספר ונשארה תורה שבעל פה בקרב החסידים אנשי שלומו, אבל הוא היה איש עשוי בלי חת ולא היה חושש למה שיאמרו הבריאות".

א פארכאפּנדער און וויכטיגער חיבור פון רבי גרשון העניך, וואס איז פארבונדן צו דער באזונדערער הגות פון דעם דאזיגן חסידות, איז די 'הקדמה ופתיחה' צו זיין פאטער'ס ספר 'בית יעקב' צום ספר בראשית. אין דער לאנגער הקדמה שטעלט רבי גרשון חנוך פאָר א סארט תולדות הקבלה פון אדם הראשון ביז צו זיין זיידן רבי מרדכי יוסף. צווישן אנדערע מאכט ער א לאנגן פארגלייך צווישן דעם ספר "מורה נבוכים" צום רמב"ם און צווישן דעם ספר "הזהר". ער ווייזט אויף פּאראלעלן צווישן די צוויי ספרים כדי צו באווייזן אז אויך דער רמב"ם איז געווען א טייל פון דער קבלה'דיגער מסורה. ער שטעלט א דגש אויך אויף דער חסידות פון בעל שם טוב אלס א מקור און תקדים צו חסידות איזביצא.

אין זיין ספר "סדרי טהרות" (חלק א' אויף מסכת כלים, יוזפאוו תרל"ג, חלק ב' אויף מסכת אוהלות, פיוטריקוב תרס"ג) האט ער געשאפן א סארט מאסיווער "גמרא" צו די דאזיגע מסכתות פון סדר טהרות, וואס האבן נישט קיין אמתע גמרא פון דער תקופה פון חז"ל. דאס ארויסקומען פון ספר האט פארורזאכט מצד איין זייט א גרויסן התפעלות פון זיין גאוניות, און מצד צווייטן, איז דער מחבר אויך אנגעקלאגט געווארן דערפאר וואס דער ספר איז אויסגעשטעלט אין אַן אריגינעלן גמרא בלאט, און דאס קען באשאפן אַן איינדרוק פון א נייעם תלמוד. דעריבער שוין פון צווייטן באנד (וואס איז ארויס נאך דעם פטירה פון מחבר), שטייט אונטן פון יעדן זייט, "מלוקט מדברי התנאים והאמוראים ז"ל".

חידוש מצוות פתיל התכלת שבציצית

במסגרת מצוות הציצית, איז די תורה מצוה צוצולייגן א פתיל תכלת צו די ווייסע פעדימער: "דבר אל בני ישראל ואמרת אלהם ועשו להם ציצת על כנפי בגדיהם לדורותם ונתנו על ציצת הכנף פתיל תכלת" (ספר במדבר טו: לח). די תכלת איז אויך נויטיג צו פארבן א טייל פון די כהונה בגדים און כלי בית המקדש. חז"ל (תלמוד בבלי מסכת מנחות, פרק רביעי, פרק "התכלת") האבן דן געווען אין די מקור פון צוגרייטן די קאליר און האבן באשטימט אז עס קומט פון א יַמ'ישער בעל חי דער "חילזון", און האבן געגעבן צוויי סימנים דאס צו אידענטיפיצירן (שם מב עמ' ב). דער רמב"ם האט דן געווען אין הלכות התכלת אין משנה תורה, הלכות ציצית פרק א'. אבער שוין פאר מער פון טויזנט יאר איז די תכלת פארשוואונדן פון די אידישע וועלט און זייט דאן זענען אלע ציצית פעדימער ווייס. לויט ארכעאלאגישע געפינסן, זענען די סיבות פון די פארשוואונדענע תכלת ווארשיינליך אפהענגיג אין באגרעניצונגען אין באנוץ פון די קאליר דורך די רוימער, וואס האבן עס באגרעניצט צו די מענטשן פון די רעגירונג אליין, און אויך צו די איינעמען פון ארץ ישראל דורך די מוסלמענער, אין וועלכען עס איז פארניכטעט געווארן וואס איז געבליבן פון די תכלת אינדוסטריע. וויבאלד די משנה (מנחות ד:א) באשטימט אז "התכלת אינה מעכבת את הלבן", איז קיום מצוות הציצית ווייטער געגאנגען דורכאויס די דורות אויך אן א פתיל התכלת. אבער לויט די קבלה מסורה, האט די תכלת טאקע געדארפט ווידער אנטפלעקט ווערן אלס א טייל פון די גאולה משיחית פראצעס.

רבי גרשון העניך, אפשר פון משיחישע שיקולים, האט באשלאסן אויסצופארשן די נושא פון תכלת, צו אידענטיפיצירן דעם חילזון און צו ערנייען די מצוה. פאר דעם צוועק האט ער פארפאסט דריי ספרים איבער די נושא, "שפוני טמוני חול" (ווארשע תרמ"ז), "פתיל תכלת" (ווארשע תרמ"ח), און "עין התכלת" (ווארשע תרנ"ב, אביסל נאך די פטירה פון די מחבר). אין יענע צייט איז ער געפארן קיין נאפולי אין איטאליע צו זען די פיש וואס ער האט אידענטיפיצירט אלס חילזון, די "דיונון הרוקחים" (העב') (Common Cuttlefish). אין יאר תרמ"ח (1888) האט רבי גרשון העניך אנגעהויבן צו פראדוצירן תכלת קאליר פון די חילזון און ראדזינער חסידים (און א טייל ברסלב'ער חסידים) האבן אנגעהויבן צו לייגן א פתיל תכלת אין זייערע ציצית, א געשעעניש וואס האט נאכגעשלעפט א גרויסע און פובליצירטע פולמוס, וואס אמאל האט עס דערגרייכט צו ממש אלימות. אין זיין לעצטע ספר, "עין התכלת", ענטפערט רבי גרשון חנוך צו קריטיק אויף די פראיעקט פון אנדערע רבנים.

אין די דורות נאך דעם האט אויך הרב יצחק אייזיק הלוי הרצוג (שפעטער רב הראשי לישראל), אין זיין דאקטאראט, און אויך די וויסענשאפטלער און רבנים וואס האבן זיך באשעפטיגט מיט די נושא פון די 80'ער יארן פונעם 20'סטן יארהונדערט (עמותת "פתיל תכלת"), האבן זיך געקריגט אויף די אידענטיפיקאציע פון די חילזון פון רבי גרשון העניך. היינט צו טאגס גייט די מערהייט פון די וואס לייגן א פתיל תכלת אין זייערע ציצית לויט די לעצטע שיטה, ווען א טייל פון ראדזינער חסידים, כולל די פלג אין בני ברק, גייען ווייטער אין די מסורה פון רבי גרשון העניך. פון די אנדערע זייט, רבי משה ליינער, דער אדמו"ר פון ראדזין אין ירושלים, לייגט נישט קיין פתיל תכלת בכלל אין זיינע ציצית.

א אינטערסאנטע היסטארישע פאקט איז אז נאך די שואה, אין וועלכען עס איז אומגעקומען דער אדמו"ר רבי שמואל שלמה (אייניקל פון רבי גרשון העניך, 1909–1942), און עס איז פארלוירן געווארן די ידיעה צו פראדוצירן די תכלת, אז דוקא הרב הרצוג, וואס האט זיך געקריגט מיט די ראדזינער שיטה איבער די נושא, האט געהאלפן די שארית הפליטה פון די חסידים אין ארץ ישראל צו ערנייען די פראצעס. אין ספר "בנתיבי חסידות איזביצא-ראדזין" (כרך א', עמ' 169), ווערט געברענגט א בריוו פון הרב הרצוג פון דאטום ז' כסלו תשי"ב, אין וועלכען ער איז מעיד אויף די צוגרייטונג פון תכלת קאליר און פארבן די ציצית פעדימער דורך די ראדזינער חסידים, וואס איז געמאכט געווארן א טאג פריער ביי אים אין שטוב. דארט באצייכנט ער רבי גרשון העניך אלס "הגאון האדיר ר' גרשון הניך ליינער זצ"ל, האדמו"ר מראדזין".

ראוי צו באמערקן אז לויט די פארשער ישראל אורי מייטליס, ווייזן די "ספרי התכלת" קלאר די איינפלוס פון חסידות איזביצא-ראדזין געדאנקען אין די הלכה'דיגע-קבלה'דיגע דיסקוסיעס ארום די נושא פון ערנייען די תכלת. "…א ברייטע און באדייטפולע אויסדרוק וואס הרב ליינער האט געגעבן אין די תכלת ספרים צו זיין אנגעהער צו חסידות, ווייל די מחבר האט נישט נאר געהאלטן אין די אייגנארטיגע און שנוי במחלוקת עטאס פון תורת איזביצה-ראדזין נאר אויך געגעבן אים א מפורש'דיגע אויסדרוק אין די תוכן פון זיינע חיבורים, און וואס אַן אינטעגראלער חלק פון די דערמאנטע קבלה'דיגע אויספארשונגען איז למעשה אויסדרוקן געדאנקען פון איזביצה-ראדזינער געדאנק, וואס איז געכאפט געווארן ביי די שרייבער אלס א צענטראלע באשטאנדטייל אין די קבלה תורה" ("למקומה של הגות" עמ' 691–692)."

די התנגדות און "פולמוס התכלת"

וועגן דער חידוש פון רבי גרשון העניך האט דער גרויסער פוסק הרב יחיאל מיכל עפשטיין געשריבן אין זיין ספר "ערוך השלחן", מיט א געוויסע מאס לעכערישקייט, "ודע שזה שנים ספורות שאחד התפאר שמצא החלזון ועשה ממנו תכלת, והמשיך אחריו איזה אנשים, אך לא היה לו שומע מגדולי הדור ומכלל ישראל, ונתבטל הדבר עד כי יבא גואל צדק במהרה בימינו" (אורח חיים, סימן ט סעיף יב). די שארפע אויסזאג איז דער שפּיץ אייזבארג פון א רבנישן פולמוס ארום דעם גילוי פון חילזון און די חידוש פון דער מצוה דורך רבי גרשון העניך. פארשער און שרייבער ווי מנחם בורשטיין, ברוך סטרמן און גדי שגיב האבן געשריבן אסאך איבער די פרשה פון הלכה'דיגע, וויסנשאפטליכע און היסטאריש-סאציאלע אספעקטן. אין דעם היסטאריש-סאציאלן קאנטעקסט שילדערט שגיב דעם פולמוס ווי א פנים-חסידישן פולמוס בעיקר, וואס צומאל האט ער זיך ארויסגערוקט פון דער חסידישער געזעלשאפט צום אלגעמיינעם אידישן (ארטאדאקסישן) פאלק. "מתברר שפולמוס זה אמנם החל כשיח הלכתי, אך יצא מן המסגרת של שיח אליטיסטי והגיע אל 'הרחוב היהודי', ואף הוביל לסכסוכים יום-יומיים בקהילות באזור לובלין….גם בירושלים התרחשו מאורעות דומים סביב פולמוס התכלת….פולמוס התכלת חרג מעבר למחלוקת ההלכתית ולמאבקי השליטה שהיו נפוצים בין הקבוצות החסידיות השונות במאה התשע עשרה. התכלת ביטאה הן אותנטיות דתית הן חתרנות חברתית אצל מי שחשו עצמם מיעוט בציבור האורתודוקסי" (שגיב, "מבט חדש", עמ' 61). שגיב גייט ווייטער און שרייבט: "המתחים הללו התבטאו באלימות פיסית בין הצדדים, כדוגמת תלישה של ציציות התכלת מטליתותיהם של חסידי ראדזין בידי מתנגדיהם, והוחרפו במקרים שבהם מוסדות מפתח עיירה…נשלטו בידי אחד הצדדים….חרף האופי השולי והאישי של הפולמוס, לסוגיית התכלת יש מאפיינים יחודיים בהשוואה לסכסוכים אחרים שהתגלעו בין חסידים" (שם, עמ' 93–94). שגיב באמערקט אויך אז צומאל האבן די מחלוקות ארום דעם פולמוס אויך דערגרייכט צו די נישט-אידישע רעגירונגען, וואס געווענליך האבן זיי זיך אפגעזאגט אריינצומישן אין א טעמע וואס איז אין זייערע אויגן באטראכט געווארן אלס א קלארע אינעווייניג-אידישע (און שולית'דיגע) ענין. דער פולמוס האט אויך באקומען א מינערע באריכט אין דער אידישער פרעסע, ווי "הצפירה". צווישן די הויפט קעגנער איז געווען הרב הלל משה מעשיל גלבשטיין, א קאצקער חסיד, וואס אמאל האט ער געכאפט א טלית מיט תכלת פון די אקסלען פון א דאווענער און האט עס אנגעצינדן אין הויף פון שול. גלבשטיין האט גערופן דעם "פתיל תכלת" "פסול תכלת" און האט ארויסגעגעבן דעם ספר "פתיל תכלת" קעגן דעם ראדזינער שיטה.

הרב יצחק אייזיק הלוי הרצוג, שפעטער דער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל, האט אין זיין דאקטאראט ארבעט איבער דעם נושא אפגעווארפן די ראיות פון רבי גרשון העניך איבער זיין אידענטיפיקאציע פונעם חילזון. צו דערצו וואס ער איז נישט געווען איבערצייגט אז דער "דיונון הרוקחים" איז פּאסיג פאר די קריטעריעס וואס חז"ל האבן באשטימט פאר די אידענטיפיקאציע פונעם חילזון, האט ער אויך געשיקט ביישפילן פון וואל וואס זענען געפארבט געווארן מיט "תכלת ראדזין" צו וויסנשאפטלער פאר א כעמישער אונטערזוך. די ענטפער וואס ער האט באקומען איז געווען אז דער קאליר פון ראדזינער תכלת איז נישט קיין רעזולטאט פון דעם "בלוט" פונעם חילזון, נאר פון אנדערע מאטעריאלן וואס זענען צוגעלייגט געווארן אין דעם פראצעדור פון פארבן, און אז באמת רעדט מען פון א סינטעטישן קאליר וואס איז באקאנט אלס "Prussian Blue". די מסקנא פון הרב הרצוג איז געווען אז ראדזינער חסידים פארשטייען נישט באמת דעם כעמישן פראצעדור וואס זיי פירן אויס און זיי זענען זיך טועה דערמיט אז זיי האלטן אז דער קאליר פונעם תכלת איז באמת געפירט געווארן דורך דאס בלוט פון חילזון.

אן אנדער סיבה פארוואס רבנים האבן זיך קעגנגעשטעלט דעם חידוש פונעם תכלת איז צוליב דער ענין פון "מסורה" הלכתית און דעם פראבלעם פון באנייען א מצוה וואס איז פארשוואונדן געווארן פאר אזוי פיל דורות. דערוועגן האט געשריבן רבי יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק, רב פון דער שטאט בריסק און מחבר פונעם ספר שו"ת "בית הלוי". רבי גרשון העניך ברענגט זיינע ווערטער אין זיין הקדמה צו "עין התכלת" (עמ' יג'):

"אם מציאת הדג או הוצאת צבעו… אם נאמר שהגד היה במציאות, וגם הוצאת צבעו היה ידוע בכל זמן מהזמנים שעברו עלינו מעת שפסקה התכלת מישראל, ועל כל זה לא לבשוהו אבותינו ואבות אבותינו, הרי הוא כאילו יש לנו בקבלה ומסורה מאבותינו כי זה הדג וצבעו איננו החלזון והתכלת אף על פי שהוא בכל הסימנים שמסרו לנו חז"ל, כי אפילו נרבה כחול ראיות לא יועילו נגד הקבלה והמסורת, ורק אחרי אשר יברר לנו כי דג זה או מלאכת צבעו נפסק ובשכח מציאתו או ידיעתו בשום זמן מהזמנים ונפסקה בזה הקבלה אז יהיה לנו דברי ההלכה לראיה".

די ווערטער האט רבי גרשון העניך געזען אלס שטיצע פאר זיין שיטה, וויבאלד לויט רבי גרשון העניך זענען די אידענטיפיקאציע פונעם חילזון און דער פראצעדור פון פארבן טאקע פארשוואונדן געווארן, און דעריבער האט ער געהאט רשות צו ערנייען די מצוה לויט הלכה'דיגע ראיות. נישט אזוי האט פארשטאנען די ווערטער פונעם רב פון בריסק זיין אייניקל, הרב יוסף דוב הלוי סולוביצ'ייק פון די פאראייניגטע שטאטן אין דעם צוואנציגסטן יארהונדערט. דערפון האט געשריבן זיין תלמיד הרב צבי שכטר, "היה רגיל רבנו [הרב סולוביצ'ייק] לומר בשם הגאון בעל בית הלוי, שכשחידש האדמו"ר מראדזין את ענין התכלת, יצאו כנגדו כמה מגאוני זמנו בטענות הלכתיות שונות. והגאון ר' יוסף בער ז"ל שלח אליו מכתב…מאחר שנפסקה המסורה בדבר זיהוי החלזון…אפילו הצלחנו לשחזר ידיעה זו על ידי הוכחות טכניות ומדעיות…מכל מקום, לא תוכל ידיעה זו ליכנס עוד בכלל המסורה, ואי אפשר לנו לפסוק בזב לדינא על פי ידיעה-מדעית בלי מסורה-הלכתית" ("נפש הרב", עמ' נג-נד). לויט דעם פארשטאנד, אפילו די פוסקים וואלטן געווען גאנץ איבערצייגט פון די ריכטיגקייט פון רבי גרשון העניך'ס שיטה, וואלט געווען פארבאטן צו ערנייען א מצוה וועגן וועלכע די הלכה'דיגע מסורה איז פארלוירן געגאנגען.

הרב מנחם בורשטיין, אין זיין ספר "התכלת", ברענגט א דעטאלירטן איבערבליק פון דעם פולמוס, די טענות פאר און קעגן דעם שיטה פון רבי גרשון העניך, און א רשימה פון די גרעסטע רבנים אין זיין דור און זייערע מיינונגען. ער באמערקט אויך אז א טייל פון די טענות קעגן די ראדזינער שיטה זעען אויס זייער מאדנע און זענען מסתמא געקומען פון אן אלגעמיינער קעגנערשאפט צו ראדזינער חסידות (פון די קאצקער חסידים) אדער פון א פערזענליכע קעגנערשאפט צו רבי גרשון העניך. אין דעם קאנטעקסט ציטירט ער די ווערטער פון רבי גרשון העניך אין דער הקדמה צו "עין התכלת" (עמ' יט), "גיליתי כי דעותיהם וטענותיהם המזויפות וביטולים…אקוה כי יוסיף ה' לחנני ובזכות מצות תכלת תתבטל השנאת חנם מכל וכל, וכולם ישובו לעזוב דרכם העקש ללכת בדרכי יושר". לויט בורשטיין ווערן די טענות קעגן ראדזינער שיטה צעטיילט אין דריי סארטן; פראגעס איבערן עצם חידוש פון די הלכה, פראגעס איבער דעם אידענטיפיקאציע פונעם חילזון, און פראגעס איבער דעם קאליר פון ראדזינער תכלת, וואס אויפן אויסזען איז ער צו טונקל זיך צו גלייכן צו דעם קאליר פון ים און הימל, ווי חז"ל האבן באשטימט.

צום שלוס איז ראוי צו באמערקן אן אינטערעסאנטע פאקט, אז ווען דער צווייטער פראוו צו ערנייען די מצוות התכלת (הרב הרצוג האט נישט פרובירט צו פארבן פתילי תכלת לויט זיין שיטה) צו די ענדע פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט דורך דער ארגאניזאציע "פתיל תכלת" וואס האבן אידענטיפיצירט די ארגמון קהה קוצים [Murex Trunculus Snail] אלס חילזון, האט באקומען א רעלאטיוו גרויסן דערפאלג, איז ווידער אנטוויקלט געווארן א גרויסער פּאלעמיק (בפרט צווישן גרופעס אין רעליגיעזן ציוניזם) וואס איז אין א געוויסן מאס געפירט געווארן ארום אסאך פון די מאטיוון וואס זענען געווען אין דעם ערשטן פּאלעמיק. טעמעס ווי הלכה'דיגע אויטאריטעט, די באנוץ פון וויסנשאפטליכע קריטעריעס אין פסק'נען הלכה, און די מעגליכקייט צו ערנייען אן אלטע מצוה האבן זיך ווידער צונויפגעמישט מיט סאציאלאגישע קאמפן צווישן פארשידענע ארטאדאקסישע גרופעס, ווען געווענליך האבן די מער קאנסערוואטיווע גרופעס זיך קעגנגעשטעלט דעם חידוש פון תכלת. גדי שגיב שליסט אפ דעם יעצטיגן פולמוס אזוי,

"As such, paradoxically, the rejection of innovation and submission to rabbinical authority in the name of tradition was undermined by a modern project that claimed to pursue an even more authentic tradition" [Sagiv, Jewish Blues, p. 163].

[איבערזעצונג: אזוי ארום, פאראדאקסאל, איז די אפזאג פון נייערונג און אונטערטעניקייט צו רבנישער אויטאריטעט אין נאמען פון טראדיציע אונטערמינירט געווארן דורך א מאדערנעם פראיעקט וואס האט געטענה'ט נאכזוכן א נאך מער אַן עכטע טראדיציע].

ביבליאגראפיע

ספרים פון רבי גרשון העניך

  • ארחות חיים על "צוואת רבי אליעזר הגדול ", יחד עם ספר עשר מלין דחסידותא דהוי נהוג בהון רב, וורשה תרנ"א.
  • דלתות שער העיר (על עניני הלכות עירובין), וורשה תרנ"ב.
  • הערות לספר "קשות מיושב" לר' ישעיהו פיק בערלין, ניו יורק תשי"ט.
  • ההקדמה והפתיחה לספר בית יעקב חלק א', (עמ' א-כג), וורשה תר"נ.
  • חידושי החנוכי (על מסכת ברכות ומסכתות סדר מועד, מלוקט מתוך "סדרי טהרות"), בני ברק תשנ"ג.
  • מאמר עין התכלת, וורשה תרנ"ב.
  • מאמר פתיל תכלת, וורשה תרמ"ח.
  • מאמר שפוני טמוני חול, וורשה תרמ"ז.
  • כל שלושה ספרי התכלת בכרך אחד יחד עם דלתות שער העיר, ירושלים תשמ"ג).
  • מפי השמועה (על כמה מאמרי חז"ל, בעריכת ר' ירוחם ליינר), ניו-יורק תשי"ב.
  • סוד ישרים - פורים וארבע פרשיות, פיעטרקוב תרס"ה.
  • סוד ישרים - פסח, לובלין תרס"ח.
  • סוד ישרים – ראש השנה ויום הכיפורים, וורשה תרס"ב.
  • סוד ישרים – סוכות, הושענה רבה, שמיני עצרת ושמחת תורה (שני חלקים), וורשה תרס"ג.
  • סוד ישרים – מועדים (שני כרכים), ירושלים תשפ"ב.
  • סוד ישרים על התורה, ברוקלין תשל"א.
  • סוד ישרים על התורה, תניינא, ברוקלין תשמ"ג.
  • סוד ישרים - כתבי חסידים, על התורה, ("נרשמו על ידי תלמידיו ושומעי תורתו"), ירושלים תש"ע.
  • סדרי טהרות, חלק א' על מסכת כלים, יוזעפאף תרל"ג.
  • סדרי טהרות, חלק ב' על מסכת אהלות, פיעטרקוב תרס"ג.
  • שלש תשובות, (שתים בהלכות נדה ואחת בהלכות חזקות), ירושלים תשל"ג.
  • שער האמונה ויסוד החסידות, (מהדורה מבוארת של ההקדמה והפתיחה), בני ברק תשנ"ו.
  • תפארת החנוכי, ביאור על ספר הזהר, וורשה תר"ס.

רבי ירוחם ליינר שרייבט אין "מפי השמועה" (זייט 15-16), "חבל אז אלע זיינע חידושים אויף ש"ס זענען פארברענט געווארן דורך די רוצחים ימח שמם אין די לעצטע מלחמה מיט אלע איבעריגע כתבי יד". און דארט אין זייט 17 שרייבט ער, "דאס איז פון זיין ספר תשובת המינים א כתב יד וואס ער האט פארפאסט תשובות אויף די ווערטער פון חז"ל אין די פלעצער וואו די כופרים האבן געלאכט דערפון, און אזוי ווי דער מהר"ל ז"ל האט געשריבן אין זיין ספר באר הגולה". און אנשיינענד אז אויך דאס כתב יד איז פארלוירן געגאנגען אין די שואה. און אין "מאמר זכרון לראשונים" (ניו-יארק תש"י) האט ר' ירוחם ליינר געשריבן, אין סוף ביבליאגראפיע פון די ספרים פון די אדמו"רי איזביצא-ראדזין, "מלבד זה זענען איבערגעבליבן אסאך כתבי קודש און פארברענט געווארן דורך די דייטשע רוצחים ימח שמם צוזאמען מיט אלע קדושי ישראל הי"ד". און דארט רעגיסטרירט ער נאנט צו צוואנציג חיבורים פון רבי גרשון העניך וואס זייערע כתבי יד זענען פארלוירן געגאנגען. פאר טייל פון זיי זענען געווען העתקות לויט וועלכע מען האט ארויסגעגעבן א טייל פון זיינע ספרים.

ספרים, מחקרים ומאמרים

עברית

  • רחל אליאור, "תמורות במחשבה הדתית בחסידות פולין - בין 'יראה' ו'אהבה' ל'עומק' ו"'גוון'" , תרביץ סב, ג, (תשנ"ג), עמ' 381–432.
  • יצחק אלפסי, "אנציקלופדיה לחסידות: אישים", ירושלים תשמ"ו, כרך א', עמ' תז-תיא.
  • מנחם בורשטין, "התכלת", ירושלים תשמ"ח.
  • משה מעשיל גלבשטיין, "ספר פתיל תכלת", עם ספר "אור לישרים", ירושלים תרנ"א.
  • פנחס זליג גליקסמן, "תפארת אדם: תיאורים ביוגרפיים", לוד ז' תרפ"ג.
  • אורה ויסקינד-אלפר, "עיון בגישה הפרשנית של חסידות איזביצא- רדזין: סיפורי יוסף", "תרביץ" פ' )חוברת ד'( תשע"ג, עמ' .595-622
  • יהודא לייב לוין, "מגילת פולין: האדמו"רים מ איזביצה", ירושלים תשכ"ט.
  • חיים שמחה ליינר, "דור ישרים", מהדורה ראשונה לובלין תרס"ט. מהדורה שניה (עם הוספות ושינויים רבים), לובלין תרפ"ה.
  • ירוחם ליינר, "זכרון לראשונים", ניו-יורק תש"י.
  • ירוחם ליינר, "תפארת ירוחם", ברוקלין תשכ"ז, עמ' תרנז–תרסב.
  • ישראל אורי מייטליס, "למקומה של הגות איזביצא-ראדזין בחיבורי התכלת של האדמו"ר מראדזין", תרביץ פח (תמוז-אלול תשפ"ב), עמ' 687–725.
  • מנחם מקובר, "החסידות כתנועה משיחית, והחידוש בנדון במשנת חסידות איז'ביצא-ראדזין", אורשת י' (תשפ"א), עמ' 135–160.
  • אברהם קורמן, "זרמים וכתות ביהדות באספקלריה של הדורות", תל-אביב תשל"ג, עמ' 87–88.
  • גדי שגיב, "מבט חדש על פולמוס התכלת בסוף המאה התשע עשרה", ציון פב:א (תשע"ז), עמ' 59–95.
  • צבי שכטר, "נפש הרב: למלאות שנה לפטירת מרן הרב יוסף דוב הלוי סולוביצ'יק זצ"ל", ירושלים תשנ"ד, עמ' נב–נד.
  • שלמה זלמן שרגאי, "חסידות הבעל שם טוב בתפיסת איזביצא -רדזין", סיני מז (תש"כ), עמ' קסה-קצח.
  • שלמה זלמן שרגאי, "במעייני חסידות איזביצא -ראדזין": אסיף ממשנתם של בית יעקב ותפארת יוסף", ירושלים תש"מ.
  • שלמה זלמן שרגאי , "בנתיבי חסידות איזביצא-ראדזין: פרקים במשנת בית מדרשם של מאורות איזביצא-ראדזין" (https://beta.hebrewbooks.org/22463 שני כרכים), ירושלים "המשוחררת" תשל"ב – תשל"ד.

English

  • Jonathan Garb, "Does God Doubt?: R. Gershon Henoch Leiner's Thought in Its Contexts”, Leiden and Boston 2024.
  • Isaac Herzog, "The Dying of Purple in Ancient Israel", Haifa?: Nahariya 1981.
  • Shaul Magid, "Hasidism on the Margin: Reconciliation, Antinomianism, and Messianism in Izbica/Radzin Hasidism", Madison 2003.
  • Gadi Sagiv, Jewish Blues: A History of Color in Judaism, Philadelphia 2022, pp. 101-163.
  • Baruch Sterman (with Judy Taubes Sterman), "The Rarest Blue: The Remarkable Story of an Ancient Color Lost to History and Rediscovered", Jerusalem 2012, pp. 103-136.
  • Ora Wiskind-Elper, "Wisdom of the Heart: The Teachings of Rabbi Ya'akov of Izbica-Radzyn", Philadelphia 2010.