רוי:רבי מרדכי יוסף אלעזר ליינער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי מרדכי יוסף אלעזר ליינער (כ"ז שבט ה'תרל"ג - כ"ו שבט ה'תרפ"ט) איז געווען דער צווייטער ראדזינער רבי.

אפשטאם

רבי מרדכי יוסף אלעזר איז געבוירן געווארן כ"ז שבט תרל"ג אינעם שטעטל איזשביצע, קאנגרעס פוילן, צו זיין פאטער, רבי גרשון העניך ליינער, דער ערשטער ראדזינער רבי, דער "בעל התכלת", א זון פון רבי יעקב ליינער, דער "בית יעקב" פון איזשביצע, א זון פון רבי מרדכי יוסף ליינער פון איזשביצע, דער "מי השילוח".

רבנות

אום ד' טבת תרנ"א איז זיין פאטער נפטר געווארן, און רבי מרדכי יוסף אלעזר איז געווארן רבי אין ראדזין.

זיין איידעם איז געווען הרב יחיאל צבי גוראריה, א זון פון הרב נתן גוראריה. ווען דער איידעם איז געקומען קיין ראדזין האט די משפחה געבעטן ער זאל טראגן תכלת אויף זיין טלית לויטן ראדזינער מנהג. אזוי ווי ער איז געווען א חב'דסקער חסיד, אבער, און וויסנדיק די שיטה פון דער ליובאוויטשער רבי נישט צו גיין מיט תכלת, האט ער נישט מסכים געווען. ווען דער ליובאוויטשער רבי האט געהערט דערפון, האט ער אים געהייסן לייגן תכלת אויף זיין ציצית צוליב זיין שווער (דער ראדזינער) וועמען ער האט גערופן אן "אדם גדול".

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה האט ער זיך געצויגן פון ראדזין קיין ווארשע.

ווען רבי מנחם מענדל שניאורסאהן האט חתונה געהאט אין תרפ"ט מיט מרת חיה מושקא, די טאכטער פונעם ליובאוויטשער רבין רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, אין ווארשע, איז רבי מרדכי יוסף אלעזר געווען דער איינציקער רבי וואס האט באקומען א כיבוד ביי דער חופה, ליינען די כתובה.[1]

רבי מרדכי יוסף איז נפטר געווארן כ"ו שבט תרפ"ט אין ווארשע, און ער ליגט אינעם בית עולם דארטן.

משפחה

די קינדער פון רבי מרדכי יוסף אלעזר זענען געווען:

  • מרת חוה, ווייב פון הרב יעקב גראמאן הי"ד
  • מרת טויבע בינה (טאפטשע), ווייב פון רבי יחיאל צבי גוראריה הי"ד
  • הדסה הי"ד

זיינע ספרים

  • "תפארת יוסף" - דרשות ומאמרים אויף חדשים פון יאר און סדרות


רעפערענצן

  1. אין ראדזין האבן זיי א מסורה אז זייער רבי האט מען מכבד געווען מיט סידור קידושין, אבער ס'איז נישט געווארן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!