רוי:רבי שמואל שלמה ליינער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שמואל שלמה ליינער (י"ח שבט ה'תרס"ט - כ"ט אייר תש"ב) איז געווען דער דריטער ראדזינער רבי.

אפשטאם

האדמו"ר רבי שמואל שלמה ליינער איז געבוירן געווארן אין פוילן י"ח שבט תרס"ט, צו זיין טאטן רבי מרדכי יוסף אלעזר ליינער, ראדזינער רבי, זון פון רבי גרשון העניך ליינער, דער בעל התכלת. ער איז געווען אן איידעם ביים אמשינאווער רבי'ן, ר' יוסף קאליש, און חתונה געהאט אין חודש חשון תרפ"ח.

רביסטעווע

אין יאר תרפ"ט ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן, האט ער איבערגענומען די רביסטעווע, ביי דער עלטער פון צוואנציג יאר.

ער האט צוערשט געוואוינט אין ווארשע, און דערנאך געקומען וואוינען קיין ראדזין ווי ער האט ווייטער געפירט דעם ראדזינער הויף.

אויפטוענגען

ער האט געגרינדעט א ישיבה פון 200 בחורים מיטן נאמען "סוד ישרים" און פילע תלמודי תורה און בתי חינוך אין פוילן מיטן נאמען "בית יעקב".

ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה

ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה האט ער זיך קעגן געשטעלט די דייטשן. ער האט אויפגעלעזט די ישיבה, יעדעם אהיימגעשיקט און געהייסן זיינע חסידים אנטלויפן. ער האט אויסגעזידעלט די אידן ראט פארן צוהעלפן די דייטשן, און זיך שטארק אקעגן געשטעלט, נישט איבערגעבן נעמען פון אידן פאר די דייטשע רשעים ימ"ש. ליידער האבן אים די דייטשן געכאפט אום כ"ח אייר תש"ב, און ברוטאל גע'הרג'ט, אין צענטער פון דער שטאט וולאדאווע. הי"ד

זעט אויך

רעפערענצן

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!