ט' ניסן
דאטום אין אידישן לוח
ט' ניסן איז דער ניינטער טאג פונעם זיבעטן חודש
אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ניינטער טאג פונעם ערשטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- קרבן פון אבידן בן גדעוני, דער נשיא פון שבט בנימין.
- פורים שני אין קארפינטראץ, פראנקרייך (מיט א באזונדערן סדר התפילה פאר דעם טאג, מיט פיוטים, על הניסים, הלל און קריאת התורה).
געשעענישן
- ה'קפ"א – אויספיר פון די "ווינער גזירה", ווען די איבערגעבליבענע אידן פון שטאט, אין צאל פון ארום צוויי הונדערט, זענען אומגעברענגט געווארן אויפ'ן שייטער הויפן.
- ה'תרי"ט – בלוט בלבול אין גאלאץ, וואו אידן זענען געווארן אטאקירט דורך גויים.
- ה'תרס"ג – אויסגעבראכן דער קעשענעוו פאגראם.
- ה'תש"ח – מלחמת העצמאות: אנהייב פון "מבצע אברהם".
געבוירן
- ה'תרצ"ד – הרב דוב בערל וויין, אַן אמעריקאנער שרייבער און רב פון 'בית הכנסת הנשיא' אין רחביה, ירושלים.
- ה'תשכ"א – רבי משה מנחם שפירא, בלאזשובער רבי פון בארא פארק (50סטע גאס).
יארצייטן
- ה'קפ"א – רבי אהרן פון ניישטאט, אומגעקומען אין דער ווינער גזירה.
- ה'שצ"ז – רבי יוסף יוזפא האן, א פוסק פון פראנקפורט, מחבר פון "יוסף אומץ".
- ה'תקפ"ה – רבי יעקב צבי יאליש, תלמיד פון חוזה פון לובלין און מחבר פון מלא הרועים.
- ה'תקצ"ג – רבי יחיאל מיכל פון קאמארנא, זון פון רבי ארון לייב פון פרימישלאן.
- ה'תקצ"ה – רבי שמואל טיקטינסקי, גרינדער און ערשטער ראש ישיבה פון מירער ישיבה.
- ה'תשכ"ט – רבי אריה לעווין, א רב און משגיח רוחני אין ירושלים (געבוירן תרמ"ה).
- ה'תשל"ב – רבי חיים מאיר האגער, דער וויזשניצער רבי, בעל "אמרי חיים" (געבוירן תרמ"ח).
- ה'תשמ"ג – שאול ליבערמאן, א בארימטער חוקר התלמוד אין די פאראייניגטע שטאטן.
- ה'תש"פ – רבי אשר יעקב וועסטהיים, רב און דיין אין מאנטשעסטער, גרינדער פון א כשרות ארגאניזאציע.