אלעזר חורן
אלעזר חורן, (אין דעם יוונישן אריגינאל: Αυραν "אוורן"; אויך באקאנט אלס אלעזר המכבי, אומגעקומען ג'תקצ"ט, 162 פצ"ר) איז געווען דער פערטער זון פון מתתיהו און דער אינגערער ברודער פון יהודה המכבי. ער איז געפאלן אין דער שלאכט פון בית זכריה (ספר מקבים א, פרק ו', פסוקים ל"ב–ל"ג) דורכאויס דער חשמונאישע רעוואלט.
ווייניג איז באקאנט איבער אלעזר, אחוץ דער ערציילונג פון זיין העלדישן טויט. לויט מגילת אנטיוכוס, האט זיין טאטע, ביים ארויסשיקן די ברידער אין קריג, אים צוגעגליכן צו פינחס בן אלעזר "וואס האט מקנא געווען קנאת ה' און געראטעוועט די אידן". אין ספר מקבים ב, פרק ח', פסוקים כ"א–כ"ג, ווערט דערציילט אז אלעזר האט געליינט פון תנ"ך פארן פאלק גלייך פאר דער לעצטער שלאכט האט זיך אנגעהויבן.
צונאמען
אלע מיטגלידער פון דער משפחה פון מתתיהו הכהן האבן באקומען צונעמען אין צוגאב צו זייערע פּערזענליכע נעמען[1]. אלעזר האט באקומען דעם נאמען 'אַוְרָן' (Αυραν)[2], וואס אין דער אריגינעלער מקור קען מען האבן געהאט געשריבן מיט א ח' (חַוורן) אדער מיט אן ע' (עַוורן). א טייל זעען זיין צונאמען ווי עס שטאמט פון חור ("א לאך"), מיט א באצוג צו זיין דורכשטעכן דעם גוף פון אן עלעפאנט (זעט אונטן), אפּגעזען דעם פאקט אז דער נאמען איז אים צוגעטיילט געווארן בחייו[3]. אנדערע אומצופרידנשטעלנדע פארשלאגן זענען 'א ווייסער' (צוליב זיין ליכטיגן הויט-קאליר)[4] אדער "ערן" (וואַך, קרעפטיג)[5]
שלאכט און אומקום
אין ספר מקבים ב, פרק ח', פסוק כ"ג ווערט געזאגט אז יהודה האט באשטימט אלעזר צו ליינען אין די תורה און באפעלן א טייל פון דער ארמיי, אבער די לייענונג דארט זאל אפשר זיין עזרא אנשטאט אלעזר[3].
ביי דער סירישער אטאקע אין דער שלאכט פון בית זכריה האט אלעזר געזען אן עלעפאנט וואס ער האט געמיינט טראגט דעם סעלייקישן קעניג אנטיוכוס דער פינפטער, צוליב דעם ספעציעלן פאנצער וואס דער עלעפאנט האט געטראגן. אלעזר האט ריזיקירט מיט זיין לעבן און דורכגעבראכן די סירישע רייען צו דערגרייכן דעם עלעפאנט און אריינגעשטאכן זיין שפיז אין איר בויך. דער טויטער עלעפאנט איז דאן געפאלן אויף אלעזר און אים צוקוועטשט צום טויט[6]. טראץ דעם העלדישן אנשטרענגונג, איז די קלענערע אידישע ארמיי באזיגט געווארן אין דער שלאכט. יוסף בן מתתיהו פירט אויס די געשיכטע אז אלעזר, כאטש ער האט אומגעברענגט פיל פיינטליכע זעלנער, האט נישט דערגרייכט קיין שום עכטן אויפטו אחוץ דעם נאמען וואס ער האט זיך געמאכט[7].
פארהאן אזעלכע וואס זענען מפקפק אין דער גאנצער געשיכטע, בפרט אינעם חלק אז דער עלעפאנט איז אומגעקומען פון איין שטאך[8].
אין נאך א ווערסיע פון דער געשיכטע וואס ערשיינט אין מגילת אנטיוכוס, איז אלעזר דערטרונקען געווארן אין דעם אויסגעגאסענעם געדערים פונעם עלעפאנט[9].
פאראייביגונגען
אלעזער'ס טויט איז געווען א פאפולערער טעמע פאר קונסט אין די מיטל-אלטער, וואו עס איז געגעבן געווארן א רעליגיעזער באדייט אפצושפיגלען אותו האיש'ס טויט[10]. די געלעגנהייט אפצומאלן אן עלעפאנט איז אויך אנטפאנגען געווארן דורך קינסטלער[11], כאטש וואס א מערהייט האבן קיינמאל נישט געזען איינס, און די רעזולטאַטן זענען אפט זייער מאדנע. עס איז אויך אפגעמאלן אין א מאלעריי פון 19טן יאָרהונדערט פראַנצויזישן קינסטלער גוסטאַוו דאָרע. דער ארץ-ישראל'דיגער ישוב, אלעזר, אין גוש עציון, לעבן דעם ארט פון דער שלאכט פון בית זכריה, הייסט נאך אים. גאסן הייסן נאך אים אין ירושלים און אין תל אביב.
ביבליאגראפיע
- בצלאל בר-כוכבא, תאור קרב זכריה: המצאה ספרותית או מציאות היסטורית?, קתדרה 86, ינואר 1998
- דר. יחיעם שורק, סיפור לחנוכה: מי הפיל את הפיל?, באתר "הידען", 6 בדצמבר 2015
דרויסנדיגע לינקס
- מידיע און בילדער איבער אלעזר חורן אויף וויקיקאמאנס
רעפערענצן
- ↑ ווי מען זעט אין ספר מקבים א, פרק ב', פסוקים א'–ה'.
- ↑ ספר מקבים א, פרק ב', פסוק ה'. דער גריכישער אריגינאל אויף GreekDoc.com.
- ↑ 3.0 3.1 Uriel Rappaport, "Eleazar ben Mattathias", Encyclopaedia Judaica, 2007.
- ↑ "Avaran". Net Bible. Bible.org. Retrieved 18 November 2012 (פון וויקיפעדיע)
- ↑ Bar-Kochva, Bezalel (1989). Judas Maccabaeus: The Jewish Struggle Against the Seleucids. Cambridge University Press. p. 334. ISBN 0521323525 (פון וויקיפעדיע)
- ↑ ספר מקבים א, פרק ו', פסוקים מ"א–מ"ו.
- ↑ יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Antiquities_of_the_Jews_12:9
- 4 בוך יב, קאפּיטל ט, אפּטיילונג ד].
- ↑ זעט ביי בר-כוכבא 1998.
- ↑ מגילת אנטיוכוס פסוק נז.
- ↑ "Speculum Woodcuts and Miniatures". UC Press E-Books Collection, 1982-2004. Retrieved 18 November 2012.
- ↑ זעט Triumph of Fortitude בילדווערק, וואו מען קען זען אלעזר שטעכן דעם עלעפאנט ביים שפּיץ פון דער גאָבעלען, אַ ביסל לינקס פון צענטער.
| חשמונאים דינאסטיע משפחה בוים | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||