רוי:רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
| בית הקברות בלנצוט. בצד הימני של התמונה נראה האוהל של רבי נפתלי מרופשיץ | |||||
| געבורט |
1760 ז' סיון ה'תק"כ לעשנעוו | ||||
|---|---|---|---|---|---|
| פטירה |
מאי 8 1827 (אלט: 67 בערך) י"א אייר ה'תקפ"ז לאנצוט | ||||
| ספרים | זרע קודש, אילה שלוחה | ||||
| טאטע | רבי מנחם מנדל רובין | ||||
| מאמע | ביילא (לבית האמבורגער) | ||||
| |||||
רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפּשיץ (ז' סיון ה'תק"כ, 22סטן מאי 1760 – י״א אייר ה'תקפ"ז, 8טן מאי 1827), באקאנט אלס דער ראפּשיצער רב, איז געווען פון די גרעסטע חסידישע רבי'ס אין גאליציע, און דער ערשטער רבי אין דער ראפּשיצער דינאסטיע. ער איז געווען באקאנט מיט זיין חכמה, און איז בארימט מיטן טיטל וואס ער זעלבסט האט געזאגט אויף זיך: "יחיד בדורו בחכמת אלקים".
ביאגראפיע
רבי נפתלי צבי הורוויץ איז געבוירן געווארן אין ז' סיון תק"כ אין לעשנעוו, אין מזרח גאליציע, פונקט אין דעם טאג וואס דער בעל שם טוב, דער גרינדער פון חסידות, איז נפטר געווארן[1]. רבי נפתלי איז געקומען פון א רעספּעקטירטער רבנ'ישער משפּחה. זיין פאטער, רבי מנחם מענדל רובין (רבי מענדעלע לינסקער), איז געווען רב אין לעשנעוו און שפּעטער אין לינסק און דער גאנצער סאַנאָקער פּראָווינץ. זיין הויז אין לינסק האט געדינט אלס קלויז פאר געהויבענע לייט, א שטייגער ווי דער בראדער קלויז, שוין פון די תק"כ יארן[2]. זיין מוטער, ביילא, איז געווען די טאכטער פון רבי יצחק הלוי הורוויץ[3] (רבי איציקל האמבורגער). רבי נפתלי צבי האט שפעטער אנגענומען דעם משפּחה-נאמען "הורוויץ" פון זיין זיידן פון דער מוטער'ס זייט.
אין זיין יוגנט האט רבי נפתלי געלערנט אין דער ישיבה פון זיין פעטער רבי משולם איגרא, וועלכער איז געווען איינער פון די גרויסע תורה-גדולים פון יענער צייט. צו דער זעלבער צייט האבן דארט געלערנט אין ישיבה רבי מרדכי בנעט און דער חוות דעת, וועלכע זענען שפּעטער געווארן פירנדע גדולים פון דער קומענדיגער דור.
רבי נפתלי איז געצויגן געווארן צו חסידות, און ער איז געפארן צום רבי'ן רבי אלימלך פון ליזשענסק, וועלכער איז געווארן זיין רבי מובהק. צוליב זיין גרויס יחוס, האט רבי אלימלך אים צוערשט אנטזאגט אריינצונעמען אין די 'חבריא קדישא', זאגנדיג אז ער דארף נישט קיין מיוחסים. אבער נאך רבי נפתלי'ס בכיות און געבעטן, האט רבי אלימלך מסכים געווען אים אנצונעמען. דער ראפשיצער רב זעלבסט האט זיך שפּעטער אויסגעדרוקט אז זיין גרויסן יחוס מאכט אים קליין[4].
זיין ערשטע ווייב איז געקומען פון א רייכער משפּחה אין בראדי. נאך א קורצע צייט האט ער איר גע'גט, אויף דער ראט פון זיין פאטער[5]. זיין צווייטע ווייב איז געווען די טאכטער פון רבי צבי הירשקא גאלדהאמער פון דוקלא[6].
נאך דער פּטירה פון זיין רבי'ן רבי אלימלך (תקמ"ז), איז רבי נפתלי געפארן צו רבי אלימלך'ס תלמיד, דער חוזה פון לובלין. ער האט זיך אויך באטראכט אלס א תלמיד פון רבי מענדעלע רימנובער, און דער קאזשניצער מגיד[7].
פירערשאפט און השפּעה
רבי נפתלי צבי איז געדינט אלס רב אין ראפּשיץ, א שטאָט אין דרום פוילן. און שפּעטער, נאָך זיין פאטער'ס פטירה (כ"ג תשרי תקס"ד), אויך אין לינסק און גאנץ סאנאקער פּראווינץ, וואו זיין פאטער איז פריער געווען דער רב. טראץ דעם וואס ער איז אריבערגעצויגן קיין לינסק, האבן די ראפּשיצער תושבים נישט געוואלט אים אויפגעבן, און א צייט לאנג איז ער געווען רב אין ביידע ערטער. ער איז געווען זייער אקטיוו אין קהל'ישע ענינים און האט געשפּילט א וויכטיגע ראלע אין אויסוועלן רבנים פאר די קהילות אין זיין געגנט[8]. א דאנק אים איז דער שטאט ראפּשיץ געווארן בארימט, און זיין נאמען איז געגאנגען פאר אים איבער די גאנצע אידישע וועלט[9].
נאָך דער פּטירה פון די דריי גרויסע רבי'ס פון פוילן (דער חוזה פון לובלין, דער קאזשניצער מגיד, און רבי מענדעלע רימנובער) אין יאר תקע"ה, איז רבי נפתלי צבי געווארן דער צענטראלער אויטאריטעט פאר גאליציאנעם חסידות, הויפּטזעכליך אין מערב און צענטראל גאליציע. די גאליציאנע חסידים האבן נאכגעפאלגט זיין מהלך אין עבודת ה' און אין גרויס טייל זיך געפירט ווי זיינע מנהגים.
פּערזענליכקייט און לערנונגען
רבי נפתלי צבי איז געווען באקאנט מיט זיין גרויסע חכמה.
דער ראפשיצער רב האט פארפאסט ניגונים, פון וועלכע טייל זענען געבליבן ביז היינט, און איז אפט מאל געווען דער בעל תפילה. מען זאגט בשמו: "דורך געזאנג קענען די הימלען זיך עפענען און מיט טרויער פארמאכן מיר זיי"[10].
רבי נפתלי איז אויך באקאנט מיט זיינע גלייכווערטלעך. זיין רבי, דער חוזה פון לובלין, האט אים איינמאל פארבאטן צו מאכן ווערטלעך פאר א יאר. נישט לאנג שפּעטער, ווען דער חוזה האט לאנג געדאוונט, האבן די חסידים אויסגעבראכן אין געלעכטער. ווען דער חוזה האט געענדיגט, האט ער אנגעקוקט רבי נפתלי און געזאגט: "קיין ווערטלעך פאר א יאר, האב איך געזאגט!" רבי נפתלי האט געענטפערט: "טאקע, רבי, אייערע תפילות האבן געדויערט א יאר מיט א מיטוואך!"[10].
רבי נפתלי איז געווען באזונדערס געווידמעט דער מצוה פון סוכה. מען זאגט אז יעדן טאג איז ער געווען פארנומען מיט א שייכות פון דער מצוה, געהאקט א נאגל אין דער סוכה, אדער געלערנט מסכת סוכה[11].
ער איז אויך געווען באקאנט פאר זיין שטעלונג קעגן נאפּאלעאן, וואס האט אים אונטערגעשיידט פון רוב אנדערע גרויסע צדיקים אין פוילן, אריינגערעכנט זיין רבי-חבר רבי מענדעלע רימנובער, וועלכע האבן געזען נאפּאלעאנ'ס מלחמות אלס די ענדגילטיגע מלחמת גוג ומגוג. רבי נפתלי צבי האט אבער געפארכט אז נאפּאלעאן וועט האבן שלעכטע קאנסעקווענצן פאר די אידן פון פּוילן, ווי מיליטער דינסט און פארשפּרייטונג פון כפירה. ער האט געזוכט צו איבערצייגן אנדערע צדיקים צו זיין קעגן נאפּאלעאן, למשל דער קאזשניצער מגיד.
פּטירה און קבורה
נוסח פון זיין מציבה
|
|---|
|
פ"נ וספון |
דער ראפשיצער רב איז נפטר געווארן אין י"א אייר תקפ"ז. ער איז באגראבן אין לאנצהוט (Łańcut), פוילן. מען זאגט אז ער איז נפטר געווארן אויפן וועג צו דאקטוירים אין לאנצהוט, און דער בעל-עגלה האט באשלאסן נישט צוריקצופארן קיין ראפּשיץ, ווייל רבי נפתלי האָט איינמאָל באמערקט אז ער שפּירט אן "אנגענעמער ריח" אין לאנצוט[10].
אויף זיין מציבה האט ער אנגעוויזן צו שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלוקים"[12].
המשכה
רבי נפתלי צבי הורוויץ איז דער שטאם-פאטער פון א זייער פארצווייגטער דינאסטיע פון צדיקים אין גאליציע, צווישן זיי אסאך גרויסע רבנים. צווישן זיינע קינדער זענען געווען רבי אברהם חיים פון לינסק, רבי יעקב מעליצער[13] (וועלכער איז געווען רב אין קאָלבושאָוו און מעליץ און איז געווארן א רבי אין תקפ"ז; צוליב די נסים וואָס זענען אים צוגעשריבן געווארן, איז ער געווען באקאנט אלס דער "קליינער בעל שם טוב")[14], און רבי אליעזר'ל דזשיקובער (וועלכער איז געווען זיין ממלא מקום), פון וועם עס ציט זיך די דזשיקובער חסידות.
צווישן די גאר באוואוסטע תלמידים זענען געווען: דער צאנזער רב, דער שר שלום פון בעלז, רבי שלום קאמינקער, און רבי צבי אלימלך פון דינוב[15].
ספרים
דער ראפשיצער רב האט נישט ערלויבט צו דרוקן זיינע כתבים. אבער לויט דער הוראה פון דער צאנזער רב, זענען זיינע צוויי ווערק "זרע קודש" (תרכ"ח) און "אילה שלוחה" (תרכ"ב), יא געדרוקט געווארן. "זרע קודש" איז דרוש און חסידות על התורה און די ימים טובים. "אילה שלוחה" איז אויף בראשית און שמות.
"אהל נפתלי" (לעמבערג תרע"א) איז א זאמלונג פון זיינע דברי תורה, און געשיכטעס וועגן אים.
מעשיות און שארפזיניגע ווערטער
אין חסידישער ליטעראטור זענען פארהאן פיל מעשיות, משלים און לעגענדעס וועגן רבי נפתלי. ספעציעל שארפע ווערטלעך.
- מען דערציילט אז ער האט אמאל געזאגט: "איך וואלט ענדערש געזעסן נעבן א חכם אין גיהנם, איידער נעבן א נאַר אין גן עדן"[16].
- נאך א דרשה אויף צדקה פאר פּסח, ווען זיין ווייב האט אים געפרעגט צי ער האט איבערצייגט די מענטשן, האט ער געענטפערט: "איך האב נאר האלב מצליח געווען, און דאס איז גארנישט שלעכט." און ער האט אויסגעפירט: "איך האב איבערצייגט די ארעמע לייט צו נעמען – אָבער נישט די רייכע לייט צו געבן"[17].
ביבליאגראפיע
- אהל נפתלי, צוזאמגענומען דורך רבי אברהם חיים שמחה בונם מיכלזאהן, לעמבערג, תרע"א
- רבי ישראל בערגער, זכות ישראל הנקרא עשר צחצחות, פיעטרקוב, תר"ע, עמ' 83–100
- אביעזר בורשטין, צדקת החכם: קורות חייו ותורתו של ... רבי נפתלי מרופשיץ, תשכ"ו
- ר' אלימלך הורוויץ, זרעא קדישא, תשס"ז
- מאיר וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה, 300–306
- יקותיאל אריה קאמעלהאר, דור דעה, תשי"ב, עמ' רלו–רמג
- Yosef Salmon, "“R. Naphtali Zevi of Ropczyce (‘the Ropshitser’) as a Hasidic Leader,” in Ada Rapoport-Albert, ed., Hasidism Reappraised", (Oxford: Littman Library, 1996), 321-342
דרויסנדיגע לינקס
- זיינע ספרים אויף ספריא (זרע קודש און אמרי שפר)
- "רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז", אשכול אויף אייוועלט
- הורוויץ, נפתלי צבי בן מנחם מנדל (1760-1827), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
- הרה”ק רבי נפתלי צבי מרופשיץ זיע”א, אויף JDN (העברעאיש)
רעפערענצן
- ↑ אהל נפתלי או' ב, ז' 5.
- ↑ אהל נפתלי, אות יט, זז' 12–13.
- ↑ אהל נפתלי או' א-ב, ז' 5.
- ↑ עשר צחצחות, אות לא, ז' 90.
- ↑ דברים ערבים
- ↑ אהל נפתלי או' ה, ז' 5.
- ↑ Salmon, Hasidism Reappraised, p. 327.
- ↑ אוהל נפתלי, או' עה, ז' 31; עשר צחצחות, ז' 84.
- ↑ צדקת החכם.
- ↑ 10.0 10.1 10.2 Levi Cooper, The Tisch: Mischief in Ropczyce, The Jerusalem Post, יאנואר 29, 2010.
- ↑ אהל נפתלי, אות ג', ז' 5.
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןOU - ↑ (וועלכער איז געווען רב אין קאָלבושאָוו און מעליץ און איז געווארן א רבי אין תקפ"ז; צוליב די נסים וואָס זענען אים צוגעשריבן געווארן, איז ער געווען באקאנט אלס דער "קליינער בעל שם טוב")
- ↑ Zofia Borzymińska, Horowic Naftali Cwi z Ropczyc, DELET (פּויליש).
- ↑ וועלכער איז למעשה געווארן רבי ביים לעבן פון ראפשיצער רב (נתן אורטנר, הרבי צבי אלימלך מדינוב: פרקי חייו ומשנתו, זייט 162–163).
- ↑ Harry M. Rabinowicz, Hasidism: The Movement and Its Masters (Jason Aronson Inc.: Northvale, New Jersey, 1988), p. 136.
- ↑ Elie Wiesel, Somewhere a Master (Simon and Schuster, Touchstone Edition: New York, 1993), p. 165.