אכילת מצה
| א האנט מצה | |
| דינים | |
|---|---|
| מצווים | אלע אידן |
| תקופה | אלעמאל (גייט אן בזמן הזה) |
| מקום | איבעראל |
| בין | אדם למקום |
| מוני המצוות | |
| ספר המצוות להרמב"ם | ספר המצוות, עשה קנ"ח |
| ספר החינוך | ספר החינוך, מצוה י' |
| יראים | ספר יראים, סימן צ |
| סמ"ג | סמ"ג עשה מ' |
| סמ"ק | סמ"ק, סימן ריט |
| די מצוה אין ספר מצוות ה', אויף דעת זייטל | |
| מקורות | |
| מקרא | שמות יב, יח |
| תלמוד בבלי | פסחים קכ, א |
| משנה תורה |
הלכות חמץ ומצה, פרק ו' הלכות חמץ ומצה, פרק ח' |
| שולחן ערוך | אורח חיים, תעה, סעיף א |
אכילת מצה איז א מצות עשה מדאורייתא צו עסן מצה די ערשטע נאכט פסח - ט"ו ניסן, ווי עס שטייט אין די תורה (שמות יב, יח): " בָּרִאשֹׁן בְּאַרְבָּעָה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת", און מען מאכט דערויף די ברכה "על אכילת מצה". לויט טייל פוסקים איז א מצוה צו עסן מצה אויך די איבריגע טעג פסח, כאטש נישט א "חיוב" און מען מאכט נישט דערויף קיין ברכה.
מקור און חיוב
אין ספר שמות, קאַפּיטל י"ב, ווערט עטליכע מאל דערמאנט דער חיוב פון עסן מצה אין פסח: וְאָכְלוּ אֶת הַבָּשָׂר בַּלַּיְלָה הַזֶּה צְלִי אֵשׁ וּמַצּוֹת עַל מְרֹרִים יֹאכְלֻהוּ (פסוק ח'); שִׁבְעַת יָמִים מַצּוֹת תֹּאכֵלוּ (פסוק ט"ו); בָּרִאשֹׁן בְּאַרְבָּעָה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת עַד יוֹם הָאֶחָד וְעֶשְׂרִים לַחֹדֶשׁ בָּעָרֶב (פסוק י"ח); בְּכֹל מוֹשְׁבֹתֵיכֶם תֹּאכְלוּ מַצּוֹת (פסוק כ'). אין ספר דברים, קאַפּיטל ט"ז ווערט ווידער דערמאנט דער חיוב צוויי מאל: לֹא תֹאכַל עָלָיו חָמֵץ שִׁבְעַת יָמִים תֹּאכַל עָלָיו מַצּוֹת לֶחֶם עֹנִי (פסוק ג'); שֵׁשֶׁת יָמִים תֹּאכַל מַצּוֹת וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי עֲצֶרֶת לַד' אֱלֹקֶיךָ (פסוק ח'). חז"ל לערנען ארויס פארשידענע דינים אין די מצוה פון די אלע פסוקים.
עס איז פארהאן אן איינצלנע שיטה פון רב אחא בר יעקב, וואס האלט אז דאס עסן מצה בזמן הזה איז בלויז א דרבנן אזוי ווי מרור, וויבאלד מדאורייתא גייען די ביידע צוזאמען מיט עסן קרבן פסח, ווי עס שטייט "ואכלו את הבשר … ומצות על מרורים יאכלוהו". למעשה נעמען מיר אן ווי רבא אז "מצה בזמן הזה דאורייתא" צוליב עטליכע טעמים: 1) וויבאלד עס שטייט "בערב תאכלו מצות"[1]. 2) וויבאלד עס שטייט "לא תאכל עליו חמץ, שבעת ימים תאכל עליו מצות", גלייכט מען צו מצה צו חמץ, פונקט ווי חמץ איז אסור אויך היינט, איז א חיוב היינט צו עסן מצה[2]. 3) עס איז א ריבוי פון די פסוק "בכל מושבותיכם תאכלו מצות"[3].
די איבריגע טעג פסח
כאטש וואס אין די פסוקים שטייט מען זאל עסן מצה אלע זיבן טעג פסח ("שבעת ימים מצות תאכלו", "עד יום האחד ועשרים לחודש"), לערנען חז"ל ארויס פונעם פסוק "ששת ימים תאכל מצות וביום השביעי עצרת" אז "פונקט ווי די זיבעטע טאג איז א רשות, זענען אויך די זעקס טעג א רשות", און אויב וויל מען עסן ברויט קען מען עסן מצה אנשטאט חמץ וואס איז נישט ערלויבט, און נאר אויף דער ערשטער נאכט פון פסח, די סדר נאכט, איז דא א חיוב צו עסן מצה, וויבאלד עס שטייט "בערב תאכלו מצות"[1]. דער אבן עזרא לערנט "על דרך הפשט" אז עסן מצה איז יא א חיוב אלע זיבן טעג[4].
אנדערע מפרשי התורה שמועסן אויס אז ס'איז טאקע נישט קיין חיוב די איבריגע זעקס טעג פון פסח, אבער עס איז פארט א מצוה[5]. אזוי ווערט אויך געברענגט בשם די גר"א[6], און אזוי איז משמע פון עטליכע ראשונים[7]. פון אנדערע פוסקים ווייזט אבער אויס אז מען איז נישט מקיים א מצות עשה די איבריגע טעג[8].
טעם
דער טעם פונעם מצוה איז צו געדענקען די ניסים וואס גאט האט געטון מיט די אידן ביים זיי ארויסנעמען פון מצרים[9], ווען "זייער טייג האט נישט עספּיעט זיך צו יערן און ווערן חמץ איידער דער באשעפער האט זיך צו זיי באוויזן און זיי אויסגעלייזט"[10].
באפוילענע
אלע אידן זענען מחויב מיט די מצוה, אויך פרויען, כאטש עס איז א מצות עשה שהזמן גרמא, וויבאלד עס ווערט צוגעגליכן צום איסור פון עסן מצה[11], און אויך קנעכט וואס האבן די זעלבע חיובים ווי פרויען. מען איז מחויב צו מחנך זיין קטנים וואס קענען שוין עסן א כזית מצה צו עסן[12], כאטש זיי פארשטייען נאכנישט די ענין פון די מצוה[13]. עס איז פארהאן א שיטה פון רב זעירא אין ירושלמי אז די חיוב פון פרויען ביי מצה איז געוואנדן אין א מחלוקת תנאים צי זיי זענען מחויב מיט קרבן פסח[14]
פאר אלטע און קראנקע לייט קען מען ווייקן די מצה עס צו אפווייכן, אבער עס טאר נישט זיין אינגאנצן צוגעגאנגען[12][15].
דער מצה
דער מצה מיט וואס מען איז יוצא דער מצוה דארף זיין "שמורה מצה" - אפגעהיטן, און געבאקן "לשם מצת מצוה", וויבאלד עס שטייט "וּשְׁמַרְתֶּם אֶת הַמַּצּוֹת"[16]. וויבאלד עס דארף זיין געבאקן לשמה, זענען פארהאן אחרונים וואס פסק'ען אז מען קען נישט יוצא זיין די מצוה מיט מאשין מצה - אויסער די חששות פון חמץ, וויבאלד עס ווערט געמאכט פון זיך אליין[17]. אנדערע האלטן אבער אז עס הייסט יא לשמה דורך דער מענטש וואס אפערירט דעם מאשין און נאך טעמים[18]. טייל פירן זיך צו ניצן מצה געבאקן מיט מעל וואס איז האנט-געמאלן - "רחיים של יד"[19]
דער מצה ווערט אנגערופן "לחם" - ברויט, און דערפאר דארף עס זיין געקנעטן ווי א טייג (בלִילה עבה), און געבאקן אין אויוון, פון איינע פון די חמשת מיני דגן.
עס דארף זיין אין די אייגנטומערשאפט פון דער וואס עסט דאס, דערפאר איז מען נישט יוצא מיט א גע'גנב'עטע מצה[20], אדער מצה פון טבל, אדער תרומה פאר אנדערע אויסער כהנים[21].
אין פארשידענע פלעצער, ספעציעל אין טייל חסידי'שע חצרות, איז געווען דער מנהג צו ניצן פאר די מצוה "ערב פסח מצה" - מצות געבאקן ערב פסח. אנדערע האבן זיך אבער אפגעהאלטן פון באקן מצות ערב פסח, צוליב די איסור פון חמץ נאך חצות[22].
צייט
עס איז פארהאן א מחלוקת ראשונים מיט וועלכע מצה פונעם סדר מען איז יוצא די מצוה. אין צייט וואס טייל האלטן אז מען איז יוצא מיט'ן מצה פון אפיקומן[23], האלטן אנדערע אז מען איז יוצא מיט די ערשטע מצה[24].
סוף זמן אכילה
דער מחלוקת תנאים ביי קרבן פסח
ביי קרבן פסח איז דא א מחלוקת צווישן רבי עקיבא און רבי אלעזר בן עזריה. לויט רבי אלעזר בן עזריה איז דער צייט פון עסן דעם קרבן פסח נאר ביז חצות פונעם סדר נאכט, ווידער לויט רבי עקיבא איז דער צייט פון אכילת קרבן פסח מדאורייתא ביז'ן עלות השחר[25]. לויט אביי איז מעגליך אז רבי עקיבא איז מודה אז מען דארף עסן די קרבן פסח פאר חצות הלילה, אבער נאר מדרבנן "להרחיק את האדם מן העבירה" - צו דערווייטערן דעם מענטש פון עובר זיין און עסן נאכ'ן עלות[26]. אזוי פסק'נט אויך דער רמב"ם[27]: ”כבר ביארנו בכמה מקומות שאין הפסח נאכל אלא עד חצות כדי להרחיק מן העבירה, ודין תורה שיאכל כל הלילה עד שיעלה עמוד השחר.”
ביי אכילת מצה
אין מסכת פסחים[28] זאגט רבא אז לויט רבי אלעזר בן עזריה דארף מען אויך היינטיגע צייטן עסן די מצה פאר חצות, כאטש עס איז שוין נישטא קיין קרבן פסח.
הלכה למעשה
לויט תוספות איז די הלכה ווי רבי אלעזר בן עזריה[29]. דאקעגן דער רמב"ם שרייבט אז מען קען יוצא זיין אכילת מצה די גאנצע נאכט[12.1], און ביי קרבן פסח פסק'נט ער אויך ווי רבי עקיבא אז די מצוה איז ביזן עלות, נאר חז"ל האבן פארלאנגט צו עסן איידער חצות צו דערווייטערן דעם מענטש פון אן עבירה. עס איז פארהאן א מיינונגס פארשידנהייט אין די שיטה פונעם רמב"ם: לויט'ן פרי חדש דארף מען לכתחילה אויך עסן מצה בעפאר חצות, פונקט ווי דעם קרבן פסח (מדרבנן)[30], ווידער לויט רבינו מנוח איז די גזירה נאר ביים קרבן פסח, וואס אויב ער וועט עס עסן נאכן עלות וועט ער עובר זיין אן איסור כרת (צוליב נותר).
אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז אויך די אפיקומן דארף מען עסן נאך פאר חצות[31], און דער משנה ברורה לייגט צו אז פאר די ערשטע כזית דארף מען גאר שטארק נזהר זיין עס זאל געגעסן ווערן פאר חצות, און אויב מען האט פארשפעטיגט זאל מען עסן אן א ברכה[32].
סדר פון עסן
פרוסה
דער מצה דארף זיין א "פרוסה" - צעהאלבט, ווי דער שטייגער פון אן ארעמאן[33], וויבאלד עס ווערט אנגערופן "לחם עוני[34]". עס זענען פארהאן דריי שיטות איבער דעם צעבראכענעם מצה:
- אנשטאט די צוויי גאנצע ברויט פאר לחם משנה ווי א געווענליכע שבת און יום טוב, נעמט מען א גאנצע מיט א האלבע[35][36].
- אויסער די צוויי גאנצע מצות פאר לחם משנה לייגט מען צו א דריטע, האלבע[37][38].
- נאר אויב די סדר נאכט געפאלט אום שבת דארף מען צוויי גאנצע און דערויף א האלבע[39].
אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'ענט מען זאל נעמען א פרוסה אויסער צוויי שלימים[40].
ברכה
איידער מען עסט דעם מצה מאכט מען צוויי ברכות: המוציא און אשר קדשנו ... וציונו "על אכילת מצה". עס זענען פארהאן עטליכע שיטות אויף וועלכע מצה מען מאכט וועלכע ברכה:
- מען מאכט המוציא אויף די גאנצע, און על אכילת מצה אויף די פרוסה און דאן עסט מען א שטיקל פון ביידע. אדער וויבאלד המוציא דארף זיין אויף צוויי שלימים, ווי יעדע שבת און יום טוב[38]; אדער, כאטש מען איז יוצא די עיקר מצוה מיטן האלבן, קען מען נישט מאכן ביידע ברכות דערויף, צוליב דעם כלל פון אין עושין מצוות חבילות חבילות - אז מען טאר נישט יוצא זיין מערערע מצוות אויפאיינמאל[33.1].
- מען מאכט ביידע ברכות אויפ'ן האלבן צו מקיים זיין לחם עוני מיט א פרוסה, און עס איז נישטא דערביי דער פראבלעם פון "חבילות חבילות" וויבאלד די המוציא איז א ברכת הנהנין און הייסט נישט ווי א באזונדערע מצוה[33.2].
- המוציא אויפ'ן האלבן און על אכילת מצה אויפ'ן גאנצע[41], וויבאלד די עיקר מצוה איז די פרוסה מאכט מען דערויף המוציא, אבער צוליב "חבילות חבילות", מאכט מען אכילת מצה אויף די גאנצע[42].
כדאי יוצא צו זיין אלע שיטות פסק'ענט דער שולחן ערוך[40] צו לייגן די פרוסה צווישן די צוויי שלימים, און מאכן דערויף ביידע ברכות[43], און עסן א כזית פון איטליכער פון די צוויי אויבערשטע[44].
דער שיעור
דער שיעור פון מצוות מצה איז א כזית[45][12.2]. מען קען עסן די כזית דורכאויס די צייט-אפשניט וואס ווערט גערופן 'כדי אכילת פרס' (וואס אין איר לענג זענען פארהאן מיינונגען צווישן 3 און 9 מינוט), אבער לכתחילה דארף מען עסן די גאנצע כזית אויפאמאל[46]. לכתחילה עסט מען צוויי כזיתים ביים עסן מצה, פונעם די אויבערשטע גאנצע און די מיטלסטע האלבע, און דער משנה ברורה שרייבט אז די צווייטע כזית קען מען עסן לכתחילה דורכאויס כדי אכילת פרס[47].
טינקען
דער רמב"ם זאגט מען זאל טינקען דעם מצה אין חרוסת[36.1], אלס זכר צו די ליים מיט וואס די אידן האבן געארבעט אין מצרים. רוב אנדערע ראשונים און פוסקים קריגן דערויף[48], און אזוי ווערט גע'פסק'ענט. אויך איז פארהאן א מחלוקה צי מען דארף טינקען די מצה אין זאלץ, ווי ברויט אגאנץ יאר. אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'ענט צו טינקען, אבער דער רמ"א זאגט אז די מנהג איז נישט צו טינקען[40].
הסיבה
דער מצה דארף ווערן געגעסן אנגעלאנט - "בהסיבה", צו ווייזן פרייהייט[49], און אויב האט מען געגעסן אן הסיבה דארף מען איבער עסן[50]. היינטיגע צייטן, וויבאלד טייל ראשונים האלטן אז עס גייט נישט אן הסיבה ווייל עס איז נישט די שטייגער צו עסן אזוי[51], זאגט דער רמ"א מען זאל איבער עסן אן א ברכה.
ערב פסח
עס איז אסור צו עסן מצה ערב פסח[52]. דער מקור איז א ירושלמי וואס ברענגט בשם רבי לוי אז אויב איינער עסט מצה ערב פסח איז עס כבא על ארוסתו בבית חמיו, וואס באקומט מלקות[53]. די סיבה דערפאר איז כדי די מצה זאל זיין מער באליבט ווען מען עסט עס ביי דער נאכט פון דער סדר, און כדי עס זאל זיין א חילוק צווישן דעם עסן פאר פסח און דעם עסן לשם מצווה ביי דער סדר נאכט[54]. פארהאן עטליכע מיינונגען איבער ווען דער איסור הייבט זיך אן: פון ליל י"ד[55], עלות השחר[56], סוף פערטע שעה[57], אדער חצות היום[58]. טייל האבן זיך אבער געהיט נישט צו עסן מצה שוין פון ראש חודש ניסן[59] אדער דרייסיג טעג פאר פסח[60].
דרויסנדיגע לינקס
- דער ערך "אכילת מצה", אין מיקרופדיה תלמודית, אויף ויקישיבה
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 פסחים קכ, א.
- ↑ רבי יהודה אין פסחים כח, ב.
- ↑ קידושין לז, ב.
- ↑ אבן עזרא, שמות יב, טו און כ; יסוד מורא, שער ד. דער אבן עזרא זאגט אז דאס איז אלס זכר צו דעם וואס אידן האבן געגעסן די מצה וואס זיי האבן ארויסגענומען פון מצרים פאר זיבן טעג, זעט ארטיקל מן; ר"י אבן כספי, שמות יב, טו און כ.
- ↑ אזוי איז משמע אין מכילתא דרבי ישמעאל, מסכתא דפסחא, פרשה י; חזקוני, שמות יב, יח, געברענגט אין שו"ת חתם סופר, יורה דעה, סי' קצא; ר"י אבן כספי, שמות יב, כ.
- ↑ מעשה רב, סי' קפה; משנה ברורה, סימן תע"ה, סעיף קטן מ"ה.
- ↑ תשובות הרא"ש, כלל כג אות ג; און נאך, זעט רבי שמחה הכהן קוק, מצות אכילת מצה כל שבעת ימי הפסח.
- ↑ העיטור, עשרת הדברות, הל' מצה ומרור, עמ' קלה; און נאך.
- ↑ ספר החינוך, מצוה י'.
- ↑ הגדה של פסח, "פסח מצה ומרור", לויט'ן פסוק שמות יב, לט.
- ↑ פסחים מג, ב.
- ↑ 12.0 12.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ו', הלכה י'.
- ↑ רבי אלעזר רוקח, מעשה רוקח, פרק ז מהלכות חמץ ומצה הלכה ז'
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת פסחים, פרק ח', הלכה א'.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, תסא, סעיף ד.
- ↑ שמות יב, יז; פסחים לח, ב.
- ↑ רבי שלמה קלוגער שו"ת האלף לך שלמה, השמטות סי' לב; שו"ת מהרש"ם חלק ד', סי' קכט; און נאך.
- ↑ דברי מלכיאל חלק ד, סימן כ'; און נאך.
- ↑ זע ביאור הלכה סימן ת"ס.
- ↑ פסחים לח, א.
- ↑ פסחים לה, א.
- ↑ הרב ישראל יעקב פרבר, הרב יהודה לייב שטיסל, אפיית 'מצות מצוה' בערב פסח – הטעמים, השיטות והמנהגים, אויף דרשו.
- ↑ רש"י און רשב"ם, פסחים קיט, ב, ד"ה אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן.
- ↑ פסקי הרא"ש פסחים פרק י סימן לד; לויט איין וועג אין תוספות, פסחים קכ, א, ד"ה באחרונה; ריטב"א, סדר ההגדה.
- ↑ ברכות ט, א.
- ↑ זבחים נז, ב.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות קרבן פסח, פרק ח', הלכה ט"ו.
- ↑ פסחים קכ, ב.
- ↑ תוספות, מגילה כא, א.
- ↑ פרי חדש אורח חיים סימן תעז.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, תעז, סעיף א.
- ↑ דארט סעיף קטן ו'.
- ↑ ברכות לט, ב; פסחים קטו, ב.
- ↑ דברים טז, ג.
- ↑ רי"ף פסחים כה, ב.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ח', הלכה י'.
- ↑ דארט, הלכה ח'
- ↑ סדר רב עמרם השלם חלק ב.
- ↑ 38.0 38.1 רש"י, רשב"ם, פסחים קטז, א; פסקי הרא"ש, פסחים פרק י' סימן ל'.
- ↑ הלכות גדולות, פסח פרק כל שעה; טור, אורח חיים, סימן תע"ה בשם חילוף מנהגים אלס מנהג פון גאוני בבל; זעט מרדכי מרגליות, החילוקים שבין אנשי מזרח ובני ארץ ישראל, עמ' 133 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ 40.0 40.1 40.2 שולחן ערוך, אורח חיים, תעה, סעיף א.
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תע"ה; שבלי הלקט, סימן רי"ח; בשם טייל ראשונים.
- ↑ בית חדש, אורח חיים, סימן תע"ה; פרי מגדים - אורח חיים, משבצות זהב, סי' תעה סק"ב.
- ↑ אין מהרי"ל, סדר ההגדה לא, שטייט מען זאל אויסלאזן די אונטערשטע מצה נאך המוציא און דאן מאכן על אכילת מצה.
- ↑ זע אבער ביאור הלכה, תעה דערוועגן.
- ↑ פסחים מ, א; קח, א; קיט, ב.
- ↑ תרומת הדשן, סימן קל"ט; געברענגט אין בית יוסף, אורח חיים, סימן תע"ה.
- ↑ משנה ברורה, סימן תע"ה, סעיף קטן ט'.
- ↑ השגות הראב"ד, מגיד משנה דארט; מאירי אין בית הבחירה, פסחים, קטו.; טור, אורח חיים, סימן תע"ה.
- ↑ פסחים קח, א.
- ↑ פסקי הרא"ש, פסחים פרק י' סימן כ'; שולחן ערוך, אורח חיים, תעב, סעיף ז.
- ↑ ראבי"ה, פסחים תקכה.
- ↑ רי"ף פסחים טז, א.
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת פסחים, פרק י', הלכה א'.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק ו', הלכה י"ב.
- ↑ ארחות חיים, חמץ ומצה קיד.
- ↑ מהר"ם חלאוה, מגיד משנה בדעת הרמב"ם, תשב"ץ ג סי' רס, רמ"א, שולחן ערוך הרב, סימן תע"א, סעיף ד' וכן מוסכם על רוב האחרונים.
- ↑ רא"ש.
- ↑ רז"ה.
- ↑ חק יעקב שם; משנה ברורה שם.
- ↑ שערי הלכה ומנהג (חב"ד) ח"ב סי' קצ; רמ"מ שניאורסאון, אגרות קודש ח, ב'תקע"ב; שו"ת אגרות משה חאו"ח ח"א סי' קנה.
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.