אכילת מצה

ווערסיע פון 06:45, 31 יאנואר 2025 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (דרעפט שאפונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אכילת מצה איז א מצות עשה מדאורייתא צו עסן מצה די ערשטע נאכט פסח - ט"ו ניסן. לויט פילע פוסקים איז א מצוה צו עסן מצה אויך די איבריגע טעג פסח, כאטש נישט א "חיוב".

אכילת מצה
מצוַת עשה
א האנט מצה
א האנט מצה
דינים
מצווים אלע אידן
תקופה אלעמאל (גייט אן בזמן הזה)
מקום איבעראל
בין אדם למקום
מוני המצוות
ספר המצוות להרמב"ם ספר המצוות, עשה קנ"ח
ספר החינוך ספר החינוך, מצוה י'
יראים ספר יראים, סימן צ
סמ"ג סמ"ג עשה מ'
סמ"ק סמ"ק, סימן ריט
די מצוה אין ספר מצוות ה', אויף דעת זייטל
מקורות
מקרא שמות יב, יח
תלמוד בבלי פסחים קכ, א
משנה תורה הלכות חמץ ומצה, פרק ו'
הלכות חמץ ומצה, פרק ח'
שולחן ערוך אורח חיים, תעה, סעיף א

מקור און חיוב

אין ספר שמות, קאַפּיטל י"ב, ווערט עטליכע מאל דערמאנט דער חיוב פון עסן מצה אין פסח: וְאָכְלוּ אֶת הַבָּשָׂר בַּלַּיְלָה הַזֶּה צְלִי אֵשׁ וּמַצּוֹת עַל מְרֹרִים יֹאכְלֻהוּ (פסוק ח'); שִׁבְעַת יָמִים מַצּוֹת תֹּאכֵלוּ (פסוק ט"ו); בָּרִאשֹׁן בְּאַרְבָּעָה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת עַד יוֹם הָאֶחָד וְעֶשְׂרִים לַחֹדֶשׁ בָּעָרֶב (פסוק י"ח); בְּכֹל מוֹשְׁבֹתֵיכֶם תֹּאכְלוּ מַצּוֹת (פסוק כ'). אין ספר דברים, קאַפּיטל ט"ז ווערט ווידער דערמאנט דער חיוב צוויי מאל: לֹא תֹאכַל עָלָיו חָמֵץ שִׁבְעַת יָמִים תֹּאכַל עָלָיו מַצּוֹת (פסוק ג'); שֵׁשֶׁת יָמִים תֹּאכַל מַצּוֹת וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי עֲצֶרֶת לַד' אֱלֹקֶיךָ (פסוק ח'). פון יעדע פון די פסוקים לערנען חז"ל ארויס פארשידענע דינים אין די מצוה.

כאטש וואס עס שטייט מען זאל עסן מצה אלע זיבן טעג פסח (שבעת ימים... עד אחד ועשרים לחודש...), לערנען חז"ל ארויס פונעם פסוק "ששת ימים ... וביום השביעי עצרת" אז פונקט ווי די זיבעטע טאג איז א רשות, זענען אויך די איבריגע פינף טעג א רשות, און אויב וויל מען עסן ברויט קען מען עסן מצה אנשטאט חמץ וואס איז נישט ערלויבט, און נאר אויף די סדר נאכט איז דא א חיוב צו עסן מצה, וויבאלד עס שטייט ”בערב תאכלו מצות”[1].

עס איז פארהאן אן איינצלנע שיטה פון רב אחא בר יעקב, וואס האלט אז פונקט ווי די מצוה פון מרור, גייט אויך מצה נאר אן בזמן הבית ווען עס איז געווען א קרבן פסח, וויבאלד עס שטייט "ואכלו את הבשר ... ומצות על מרורים יאכלוהו". למעשה נעמען מיר אן אז מצה איז אנדערש צוליב עטליכע טעמים: 1) וויבאלד עס שטייט "בערב תאכלו מצות"[1]. 2) וויבאלד עס שטייט "לא תאכל עליו חמץ, שבעת ימים תאכל עליו מצות", גלייכט מען צו מצה צו חמץ, פונקט ווי חמץ איז אסור אויך היינט, איז א חיוב היינט צו עסן מצה[2]. 3) עס איז א ריבוי פון די פסוק "בכל מושבותיכם תאכלו מצות"[3].

טעם

דער טעם פונעם מצוה איז צו געדענקען די ניסים וואס גאט געטון מיט די אידן ביים זיי ארויסנעמען פון מצרים[4], ווען "זייער טייג האט נישט עספיעט זיך צו יערן און ווערן חמץ איידער דער באשעפער האט זיך צו זיי באוויזן און זיי אויסגעלייזט"[5].

באפוילענע

אלע אידן זענען מחוייב מיט די מצוה, אויך פרויען, וויבאלד עס ווערט צוגעגליכן צום איסור פון עסן מצה[6], און אויך קנעכט וואס האבן די זעלבע חיובים ווי פרויען. מען איז מחוייב צו מחנך זיין קטנים וואס קענען שוין עסן א כזית מצה צו עסן[7], כאטש זיי פארשטייען נאכנישט די ענין פון די מצוה[8]. עס איז פארהאן א שיטה פון רב זעירא אין ירושלמי אז די חיוב פון פרויען ביי מצה איז געוואנדן אין א מחלוקת תנאים צי זיי זענען מחוייב מיט קרבן פסח[9]

פאר אלטע און קראנקע לייט קען מען ווייקן די מצה עס צו אפווייכן, אבער עס טאר נישט זיין אינגאנצן צוגעגאנגען[7][10].

דער מצה

דער מצה מיט וואס מען איז יוצא דער מצוה דארף זיין "שמורה מצה" - אפגעהיטן, און געבאקן "לשם מצת מצוה", וויבאלד עס שטייט "וּשְׁמַרְתֶּם אֶת הַמַּצּוֹת"[11]. וויבאלד עס דארף געבאקן לשמה, זענען פארהאן אחרונים וואס פסק'ען אז מען קען נישט יוצא זיין די מצוה מיט מאשין מצה - אויסער די חששות פון חמץ, וויבאלד עס ווערט געמאכט פון זיך אליין[12]. אנדערע האלטן אבער אז עס הייסט יא לשמה דורך דער מענטש וואס אפערירט דעם מאשין און נאך טעמים[13].

דער מצה דארף עס זיין אנגערופן "לחם" - ברויט, און דערפאר דארף עס זיין געקנעטן ווי א טייג (בלִילה עבה), און געבאקן אין אויוון.

עס דארף זיין אין די אייגנטומערשאפט פון דער וואס עסט דאס, דערפאר איז מען נישט יוצא מיט א גע'גנב'עטע מצה[14], אדער מצה פון טבל, אדער תרומה פאר אנדערע אויסער כהנים[15].

צייט

  אפיקומן

עס איז פארהאן א מחלוקת ראשונים מיט וועלכע מצה פונעם סדר מען איז יוצא די מצוה. אין צייט וואס טייל האלטן אז מען איז יוצא מיט'ן מצה פון אפיקומן[16], האלטן אנדערע אז מען איז יוצא מיט די ערשטע מצה[17].

סוף זמן אכילה

דער מחלוקת תנאים ביי קרבן פסח

ביי קרבן פסח איז דא א מחלוקת צווישן רבי עקיבא און רבי אלעזר בן עזריה. לויט רבי אלעזר בן עזריה איז דער צייט פון עסן דעם קרבן פסח נאר ביז חצות פונעם סדר נאכט, ווידער לויט רבי עקיבא איז דער צייט פון אכילת קרבן פסח מדאורייתא ביז'ן עלות השחר[18]. לויט אביי איז מעגליך אז רבי עקיבא איז מודה אז מען דארף עסן די קרבן פסח פאר חצות הלילה, אבער נאר מדרבנן "להרחיק את האדם מן העבירה" - צו דערווייטערן דעם מענטש פון עובר זיין און עסן נאכ'ן עלות[19]. אזוי פסק'נט אויך דער רמב"ם[20]: ”כבר ביארנו בכמה מקומות שאין הפסח נאכל אלא עד חצות כדי להרחיק מן העבירה, ודין תורה שיאכל כל הלילה עד שיעלה עמוד השחר.”

ביי אכילת מצה

אין מסכת פסחים[21] זאגט רבא אז לויט רבי אלעזר בן עזריה דארף מען אויך היינטיגע צייטן עסן די מצה פאר חצות, כאטש עס איז שוין נישטא קיין קרבן פסח.

הלכה למעשה

לויט תוספות איז די הלכה ווי רבי אלעזר בן עזריה[22]. דאקעגן דער רמב"ם שרייבט אז מען קען יוצא זיין אכילת מצה די גאנצע נאכט[7.1], און ביי קרבן פסח פסק'נט ער אויך ווי רבי עקיבא אז די מצוה איז ביזן עלות, נאר חז"ל האבן פארלאנגט צו עסן איידער חצות צו דערווייטערן דעם מענטש פון אן עבירה. עס איז פארהאן א מיינונגס פארשידנהייט אין די שיטה פונעם רמב"ם: לויט'ן פרי חדש דארף מען לכתחילה אויך עסן מצה בעפאר חצות, פונקט ווי דעם קרבן פסח (מדרבנן)[23], ווידער לויט רבינו מנוח איז די גזירה נאר ביים קרבן פסח, וואס אויב ער וועט עס עסן נאכן עלות וועט ער עובר זיין אן איסור כרת (צוליב נותר).

אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז אויך די אפיקומן דארף מען עסן נאך פאר חצות[24], און דער משנה ברורה לייגט צו אז פאר די ערשטע כזית דארף מען גאר שטארק נזהר זיין עס זאל געגעסן ווערן פאר חצות, און אויב מען האט פארשפעטיגט זאל מען עסן אן א ברכה[25].

סדר פון עסן

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 פסחים קכ, א.
  2. רבי יהודה אין פסחים כח, ב.
  3. קידושין לז, ב.
  4. ספר החינוך, מצוה י'.
  5. הגדה של פסח: "פסח מצה ומרור", לויט'ן פסוק שמות יב, לט.
  6. פסחים מג, ב.
  7. 7.0 7.1 הלכות חמץ ומצה, פרק ו', הלכה י'.
    1. דארט, הלכה א.
  8. רבי אלעזר רוקח, מעשה רוקח, פרק ז מהלכות חמץ ומצה הלכה ז'
  9. תלמוד ירושלמי, מסכת פסחים, פרק ח', הלכה א'.
  10. שולחן ערוך, אורח חיים, תסא, סעיף ד.
  11. שמות יב, יז; פסחים לח, ב.
  12. רבי שלמה קלוגער שו"ת האלף לך שלמה, השמטות סי' לב; שו"ת מהרש"ם חלק ד', סי' קכט; און נאך.
  13. דברי מלכיאל חלק ד, סימן כ'; און נאך.
  14. פסחים לח, א.
  15. פסחים לה, א.
  16. רש"י און רשב"ם, פסחים קיט, ב, ד"ה אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן.
  17. רא"ש פסחים פרק י סימן לד; לויט איין וועג אין תוספות, פסחים קכ, א, ד"ה באחרונה; ריטב"א, סדר ההגדה.
  18. ברכות ט, א.
  19. זבחים נז, ב.
  20. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קרבן פסח, פרק ח', הלכה ט"ו.
  21. פסחים קכ, ב.
  22. תוספות, מגילה כא, א.
  23. פרי חדש אורח חיים סימן תעז.
  24. שולחן ערוך, אורח חיים, תעז, סעיף א.
  25. דארט סעיף קטן ו'.


תרי"ג מצוות (לויט ספר החינוך)

קאטעגאריע