יוכבד
יוֹכֶבֶד איז די טאכטער פון לֵוִי; ווייב פון איר פלימעניק עמרם; און מאמע פון מרים, אהרן און משה. אין קאַפּיטל ב', וואו עס ווערט געשילדערט די געבורט פון משה, און דאס ווערן באהאלטן אין א קאסטן דורך זיין מוטער, ווערט נישט דערמאנט איר נאמען, ווי אויך נישט דער פאטער אדער שוועסטער פון משה. נאר שפעטער אין פרשת וארא[1] און פינחס[2] ווערט דערמאנט זייערע נעמען ביים אויסרעכענען די ייחוס פון די דורות.
| געבורט | אוראלט מצרים |
|---|---|
| פטירה | כנען |
| עיסוק | הייבאם |
| מקום קבורה |
קבר האמהות 32°48′07″N 35°31′21″E / 32.802°N 35.522611°E |
| טאטע | לוי |
| קינדער | מרים, אהרן, משה |
| בן זוג | עמרם |
| קינדער | מרים, אהרן, משה |
| עיסוק | הייבאם |
| בתנ"ך | שמות א - ב; במדבר כו, נט |
נאמען
אין מדרש הגדול שטייט: "פארוואס האט זי געהייסן יוכבד, ווייל איר געזיכט איז געווען ענליך צום זיו הכבוד"[3].
אן אנדערע טעאריע איבער'ן נאמען איז אז עס איז מעגליך צעטיילט אין צוויי: די ערשטע טייל, 'יו' געפינט מען אין אסאך נעמען אין תנ"ך אלס פארקירצונג פונעם שם ה'. 'כבד' איז א געווען א פארשפרייטע סעמיטישע נאמען יענע צייט, מיינענדיג 'מכובד'[4].
ביאגראפיע
אין חומש, פרשת פינחס, ווערט יוכבד באשריבן אלס די טאכטער פון לוי, געבוירן צו אים אין מצרים[5], און אזוי איז זי געווען עמרם'ס מומע פאטערליכס-זייט[1]. אין די תורה ווערט נישט דערמאנט די נאמען פון איר מאמע, אבער אין פארשידענע מקורות ווערן אנגעגעבן עטליכע נעמען: אוֹתָהּ[6]; עדינה - טאכטער פון יובב דער זון פון יקטן[7]; אדער מילכה, אן אפשטאמלינג פון תרח[8].
זי האט חתונה געהאט מיט איר פלימעניק, דער "גדול הדור" עמרם דער זון פון איר ברודער קהת, און געבוירן מיט אים מרים, און אהרן. ווען פרעה האט ארויסגעגעבן די גזירה אריינצואווארפן די ניי-געבוירענע אינגלעך אין טייך, האט עמרם גע'גט זיין פרוי, זייענדיג אין די דריטע חודש פון די שוואנגערשאפט פון משה, זאגנדיג אז "אונזער מי איז פאר גארנישט". ווען אלע האבן אים נאכגעטון און גע'גט זייערע ווייבער, האט זיין טאכטער מרים אים איבערצייגט צוריקצונעמען זיין פרוי.
משה איז געבוירן זעקס חדשים נאך זייער ווידער-פאראייניגונג, ווען יוכבד איז געווען 130 יאר אלט[9], דריי יאר נאכ'ן געבורט פון אהרן[10]. די מצריים וועלכע האבן נאכגעפאלגט די אידישע פרויען, האבן זיך פאררעכנט, און געציילט די ניין חדשים פון ווען עמרם און יוכבד האבן זיך צוריק פאראייניגט, אבער נאך דריי חדשים אים באהאלטן, האבן די מצריים אים געזאלט אנדעקן, און דערפאר האט יוכבד אריינגעלייגט משה אין א קאסטן באשיצט פון וואסער, און דאס אריינגעשטעלט אינעם טייך. בתיה, די טאכטער פון פרעה האט ביים זיך גיין באדן אין טייך אפגעפינען דאס קינד וויינענדיג, און פארשטאנען אז דאס איז א אידיש קינד, און זי האט רחמנות באקומען אויף אים. מרים וועלכע איז געשטאנען פונדערווייטנס און נאכגעפאלגט די פאסירונגען, האט איר פארגעשלאגן צו ברענגען א אידישע זייגערין צו זייגן דאס קינד, און געברענגט זיין מאמע יוכבד צו זיין די געדינגענע זייגערין, ביז ער איז עווענטועל איבערגעגעבן געווארן צו בתיה וועלכע האט אים אדאפטירט אין פרעה'ס הויז[11].
יוכבד און מרים זענען געווען הייבאמס, און פרעה האט זיי באפוילן צו הרג'ענען די אידישע קינדער איידער זייער געבורט. זיי האבן צוריקגעוויזן דעם באפעל, און דער אויבערשטער האט זיי געבענטשט פאר זייער יראת שמים, " וַיַּעַשׂ לָהֶם בָּתִּים".
אין סדר עולם ווערט געברענגט אז זי איז ארויפגעגאנגען מיט די אידן קיין ארץ ישראל אין עלטער פון 250 יאר[12]. לויט א שפעטערע מסורה איז זי באערדיגט געווארן אין קבר האמהות אין טבריה, אינאיינעם מיט מרים, צפורה און נאך פרויען[13].
אין חז"ל
אין ספר שמות, קאַפּיטל א' ווערט געשילדערט די גזירות פון פרעה איבער ניי-געבוירענע אידישע אינגלעך, און ווי ער האט קאנפירירט מיט די אידישע הייבאמס, שפרה און פועה, צו הרג'ענען די אידישע קינדער. חז"ל אידענטיפיצירן זיי אלס יוכבד און איר טאכטער מרים (אדער איר שנור אלישבע בת עמינדב), רעספּעקטיוו[14][9][א].
כאטש וואס אין די תורה שטייט אז יוכבד איז געבוירן אין מצרים, רעכענען איר אבער טייל שיטות אין חז"ל פון די 33 אפשטאמלינגען פון לאה וואס שטעלן צוזאם די 70 יורדי מצרים[16], וויבאלד זי איז געבוירן "צווישן די מויערן" – גראד ביים אריינקומען קיין מצרים[9][17][ב].
אין די מדרשים ווערט געשילדערט אז די שוואנגערשאפט און געבורט פון משה זענען געווען לייכט אן ווייטאג[18]. לויט איין שיטה האט שוואנגערשאפט פאסירט נאך איידער עמרם און יוכבד האבן זיך צעטיילט, און אנגעהאלטן גאנצע ניין חדשים[9]; די תרגום יונתן[19] זאגט אז עס איז געווען סוף פון די זעקסטע חודש; און אין מדרש הגדול שטייט אז עס איז געווען 6 חדשים און צוויי טעג[3.1]. דער ספר הישר שרייבט אז דער נאמען וואס יוכבד האט געגעבן משה'ן (א נאמען וואס בתיה האט אים געשאנקען[20]) איז "יקותיאל"[21].
אין ילקוט שמעוני[22] שטייט אז די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן אין זכות פון עמרם און יוכבד.
איר יארגאנג
אין חז"ל שטייט אז יוכבד איז געבוירן "בין החומות" ביים אריינגיין קיין מצרים[9], און אין סדר עולם שטייט אז זי איז זאגאר אריין מיט די אידן אין ארץ ישראל, אין עלטער פון 250 יאר[12][23]. דער אבן עזרא איז נישט צופרידן צו לערנען אזוי אלס פשוט פשט, מיט'ן טענה אז די תורה וואלט געדארפט ארויסהייבן איר יארגאנג ביים געבוירן משה אלס נס, ווי ביי שרה'ס געבורט פון יצחק[24]. דער רמב"ן קריטיקירט די ווערטער פון אבן עזרא קעגן חז"ל, אנצייגנדיג אז זייענדיג א טאכטער פון לוי, וואס האט געלעבט 137 יאר[25], און געווען 43 יאר ביים אריינקומען קיין מצרים, וועט אין יעדנפאל זיין למעלה מדרך הטבע: אדער לוי וועט דארפן זיין גאר אלט ביים געבוירן יוכבד, אדער יוכבד ביים געבוירן משה. נאר, דער תורה הייבט נאר ארויס א נס ווען עס איז געקומען אלס פארווירקליכונג פון א הבטחה, דא איז עס נאר געווען כדי צו אויסשטעלן דער געטליכער פלאן פאר די גאולה און הנהגה פון אידן[26].
זעט אויך
דרויסנדיגע לינקס
- מאיר הלוי לטריס, "יוכבד אם משה" אין פרויקט בן-יהודה
רעפערענצן
- ↑ דער בני יששכר[15] ערקלערט אז פרעה איז געווען דער וואס האט געטוישט זייערע נעמען צו מצרי'שע נעמען, האלטנדיג אז דאס וועט זיי אריבערשלעפן צו זיין זייט.
- ↑ אין צוואת השבטים שטייט אז זי איז געבוירן זעכצן יאר נאכ'ן אראפגיין קיין מצרים, ווען לוי איז געווען 64 יאר אלט.
- ↑ 1.0 1.1 שמות ו, כ.
- ↑ במדבר כו, נט.
- ↑ מדרש הגדול, שמות ב, א.
- ↑ דארט, פסוק ב'
- ↑ אנציקלופדיה מקראית, כרך ג', ערך יוכבד.
- ↑ במדבר כו, נט; פארגלייך שמות ב, א.
- ↑ דעת זקנים, במדבר כו, נט, לויט'ן פסוק וְשֵׁם אֵשֶׁת עַמְרָם יוֹכֶבֶד בַּת לֵוִי אֲשֶׁר יָלְדָה "אֹתָהּ" לְלֵוִי בְּמִצְרָיִם.
- ↑ ספר הישר, וישב כ.
- ↑ ספר היובלים, לד, כח; צוואת השבטים (צוואת לוי).
- ↑ 9.0 9.1 9.2 9.3 9.4 סוטה יב, א.
- ↑ שמות ז, ז.
- ↑ בראשית ב, א–י.
- ↑ 12.0 12.1 סדר עולם פרק ט'.
- ↑ ווערט ערשט דערמאנט אין די ספר המסע פון רבי יעקב בן נתנאל הכהן, א תלמיד פונעם רמב"ן.
- ↑ שמות רבה, פרשה א', פסקה י"ג.
- ↑ חודש ניסן, מאמר ד'.
- ↑ בראשית מו, כז.
- ↑ בבא בתרא קכג, ב, געברענגט אין רש"י, בראשית מו, טו.
- ↑ שמות רבה, פרשה א', פסקה כ'.
- ↑ תרגום יונתן, שמות ב, ב.
- ↑ שמות ב, י.
- ↑ ספר הישר, וישב כא.
- ↑ ילקוט שמעוני, במדבר ג, רמז תר"צ.
- ↑ דער של"ה שרייבט ענליך אין אגרת רבי ישעיה הלוי הורוביץ דף רפב, און דער אבן עזרא ברענגט אויך אזוי פון א פיוט פאר שמחת תורה: "יוכבד אמי אחרי התנחמי והיא בת ר"נ שנה".
- ↑ אבן עזרא, בראשית מו, כז.
- ↑ שמות ו, טז.
- ↑ רמב"ן, בראשית מו, טו.
קאטעגאריע:פערזאנען אין ספר שמות קאַטעגאָריע:פרויען אין דער תורה קאטעגאריע:לוויים אין תנ"ך קאטעגאריע:פרשת שמות קאטעגאריע:יורדי מצרים קאטעגאריע:פערזאנען אין תנ"ך עלטער פון 110 קאטעגאריע:משה