יוכבד
יוֹכֶבֶד איז א תנ"ך פערזענליכקייט, טאכטער פון לֵוִי, ווייב פון איר פלימעניק עמרם, און די מאמע פון מרים, אהרן און משה.
| געבורט | אוראלט מצרים |
|---|---|
| פטירה | כנען |
| עיסוק | הייבאם |
| מקום קבורה |
קבר האמהות 32°48′07″N 35°31′21″E / 32.802°N 35.522611°E |
| טאטע | לוי |
| קינדער | מרים, אהרן, משה |
| בן זוג | עמרם |
| קינדער | מרים, אהרן, משה |
| תקופה | שעבוד מצרים |
| עיסוק | הייבאם |
| בתנ"ך | שמות א - ב; במדבר כו, נט |
צוליב איר באשלוס צו באהאלטן איר זון, משה, אין קאסטן און אים לייגן אין די וואסערן פון יאור, איז משה געראטעוועט געווארן פון די באפעל פון פרעה צו פארטיליגן אלע נייע אינגלעך פון די אידן. נאך וואס די טאכטער פון פרעה האט ארויסגענומען משה פון יאור, האט זי געברענגט צו אים א אידישע זייגערין[1], דאס איז געווען זיין מאמע יוכבד, און זי האט אים געזייגט און אויפגעצויגן ביז ער איז גרויס געווארן.
די טייל פון יוכבד בסיפור לידתו וגידולו של משה לא מסופר בהרחבה, אולם הוא חלק מסיפור שיש בו נשים רבות יחסית לשאר סיפורי התורה (יוכבד, מרים, בת פרעה, שפרה ופועה). חז"ל עמדו על יחודו של הסיפור והקדישו ליוכבד כמה מדרשים.
נאמען
אין מדרש הגדול שטייט: ולמה נקרא שמה יוכבד, שהיו פניה דומין לזיו הכבוד[2].
אן אנדערע טעאריע איבער'ן נאמען איז אז עס איז מעגליך צעטיילט אין צוויי: די ערשטע טייל, 'יו' געפינט מען אין אסאך נעמען אין תנ"ך אלס פארקירצונג פונעם שם ה'. 'כבד' איז א געווען א פארשפרייטע סעמיטישע נאמען יענע צייט, מיינענדיג 'מכובד'[3].
ביאגראפיע
יוכבד איז געבוירן געווארן צו לוי, דער זון פון יעקב[4], גראד ביים אריינקומען קיין מצרים[5][6][7]. אין תורה ווערט נישט דערמאנט די נאמען פון איר מאמע, אבער אין פארשידענע מקורות ווערן אנגעגעבן עטליכע נעמען: אוֹתָהּ[8]; עדינה - טאכטער פון יובב דער זון פון יקטן[9]; אדער מילכה, אן אפשטאמלינג פון תרח[10].
זי האט חתונה געהאט מיט איר פלימעניק, דער "גדול הדור" עמרם דער זון פון איר ברודער קהת, און געבוירן מיט אים מרים, און אהרן. ווען פרעה האט ארויסגעגעבן די גזירה אריינצואווארפן די ניי-געבוירענע אינגלעך אין טייך, האט עמרם גע'גט זיין פרוי, זייענדיג אין די דריטע חודש פון די שוואנגערשאפט פון משה, זאגנדיג אז "אונזער מי איז פאר גארנישט". ווען אלע האבן אים נאכגעטון און גע'גט זייערע ווייבער, האט זיין טאכטער מרים אים איבערצייגט צוריקצונעמען זיין פרוי.
משה איז געבוירן זעקס חדשים נאך זייער ווידער-פאראייניגונג, ווען יוכבד איז געווען 130 יאר אלט[5]. די מצריים וועלכע האבן נאכגעפאלגט די אידישע פרויען, האבן זיך פאררעכנט, און געציילט די ניין חדשים פון ווען עמרם און יוכבד האבן זיך צוריק פאראייניגט, אבער נאך דריי חדשים אים באהאלטן, האבן די מצריים אים געזאלט אנדעקן, און דערפאר האט יוכבד אריינגעלייגט משה אין א קאסטן באשיצט פון וואסער, און דאס אריינגעשטעלט אינעם טייך. בתיה, די טאכטער פון פרעה האט ביים זיך גיין באדן אין טייך אפגעפינען דאס קינד וויינענדיג, און פארשטאנען אז דאס איז א אידיש קינד, און זי האט רחמנות באקומען אויף אים. מרים וועלכע איז געשטאנען פונדערווייטנס און נאכגעפאלגט די פאסירונגען, האט איר פארגעשלאגן צו ברענגען א אידישע זייגערין צו זייגן דאס קינד, און געברענגט זיין מאמע יוכבד צו זיין די געדינגענע זייגערין, ביז ער איז עווענטועל איבערגעגעבן געווארן צו בתיה וועלכע האט אים אדאפטירט אין פרעה'ס הויז[11].
יוכבד און מרים זענען געווען הייבאמס, און פרעה האט זיי באפוילן צו הרג'ענען די אידישע קינדער איידער זייער געבורט. זיי האבן צוריקגעוויזן דעם באפעל, און דער אויבערשטער האט זיי געבענטשט פאר זייער יראת שמים, " וַיַּעַשׂ לָהֶם בָּתִּים".
אין סדר עולם ווערט געברענגט אז זי איז ארויפגעגאנגען מיט די אידן קיין ארץ ישראל אין עלטער פון 250 יאר[12], און דער של"ה שרייבט ענליך[13]. לויט די שפעטערע מסורה איז זי באערדיגט געווארן אין קבר האמהות אין טבריה, אינאיינעם מיט מרים, צפורה און נאך פרויען[14].
אין די תורה און חז"ל
יוכבד ווערט די ערשטע מאל דערמאנט אין ספר שמות, קאַפּיטל א' אינאיינעם מיט מרים ביי די געשיכטע פון פרעה און די אידישע הייבאמס, וואו זיי ווערן אנגערופן "שפרה און פועה", און חז"ל ערקלערן אז דאס זענען יוכבד און איר טאכטער מרים (אדער איר שנור אלישבע בת עמינדב)[15][5][א].
דאן אין ספר שמות, קאַפּיטל ב' ווערט דערציילט איבער משה'ס עלטערן, אבער אן אידענטעפעצירן זייער נעמען: וַיֵּלֶךְ אִישׁ מִבֵּית לֵוִי וַיִּקַּח אֶת-בַּת-לֵוִי. נאר שפעטער אין פרשת וארא[17] און פרשת פינחס[18] ווערט דערמאנט זייערע נעמען ביים אויסרעכענען די ייחוס פון די דורות.
אין פרשת פינחס שטייט אז יוכבד איז געבוירן צו לוי אין מצרים, אבער טייל שיטות אין חז"ל רעכענען יוכבד פון די 33 אפשטאמלינגען פון לאה וואס שטעלן צוזאם די 70 יורדי מצרים[19], וויבאלד זי איז געבוירן צווישן די מויערן ביים אריינקומען אין מצרים[20].
אין די מדרשים ווערט געשילדערט אז די שוואנגערשאפט און געבורט פון משה זענען געווען לייכט אן ווייטאג[21]. לויט איין שיטה האט שוואנגערשאפט פאסירט נאך איידער עמרם און יוכבד האבן זיך צעטיילט, און אנגעהאלטן גאנצע ניין חדשים[5], די תרגום יונתן[22], און אין מדרש הגדול שטייט אז עס איז געווען 6 חדשים און צוויי טעג[2.1]. דער ספר הישר שרייבט אז דער נאמען וואס יוכבד האט געגעבן משה'ן (א נאמען וואס בתיה האט אים געשאנקען[23]) איז "יקותיאל"[24].
אין ילקוט שמעוני[25] שטייט אז די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן אין זכות פון עמרם און יוכבד.
גילה של יוכבד
על הנישואין מחדש (על פי התלמוד) של עמרם ויוכבד נאמר "וַיֵּלֶךְ אִישׁ מִבֵּית לֵוִי וַיִּקַּח אֶת-בַּת-לֵוִי"[26] ובהמשך נולד משה. כאשר עמרם החזיר את יוכבד "היא נהפכה להיות נערה", אף על פי שכבר הייתה בת מאה שלושים שנה: לפי המסורת, בני ישראל היו במצרים מאתים ועשר שנים, וכאשר יצאו, היה משה בן שמונים שנה. אם כן, יוכבד התעברה מעמרם כאשר הייתה בת מאה ושלושים[27]. לפי סדר עולם פרק ט', יוכבד נכנסה לארץ ישראל, בהיותה בת 250.
להשלמת העניין דן הרמב"ן בגילו של אביה, לוי בנו של יעקב אבינו. בבואו למצרים היה בן 44 שנה. ואחרי ימים רבים, נגיע ל-100 שנה. ומוסיף הרמב"ן: "והנה יהיו בזה שני פלאים, שיהיה הוא זקן כאברהם אשר הזכיר הכתוב[28]: הלבן מאה שנה יולד, וכתיב: ואדני זקן ותהיה היא זקנה בלדת משה "ואם נאחר עוד לידתה לסוף ימי לוי, הנה יהיה פלא גדול משל אברהם."
ומסכם הרמב"ן: "והנה אם יהיו ימי יוכבד כימי אביה, ותתקיים בה הלחות עד קרוב לזקנתה כמשפט הנשים, איננו פלא אם תוליד בזמן אשר נתנו לה רבותינו, מפני שרצה הא-להים לגאול את ישראל על ידי האחים האלה ולא הגיע הקץ, (ולכן) איחר לידתם ימים רבים עד כי זקנה אמם. ולא יפלא מה' דבר."
האבן עזרא חולק על חישוב זה, ודוחה את הפירוש שיוכבד נולדה בירידה למצרים. לדעתו יוכבד נולדה מאוחר יותר ואין כל סיבה לומר שילדה בגיל כה מבוגר. טענתו היא שאם אכן ילדה בגיל 130 היה על התורה לציין זאת, שהרי זהו נס שגדול אף מהנס של שרה שילדה בת 90.
מגלות לתשועה
עובדת הולדת יוכבד עם הירידה לגלות והולדת בנה, משה (בתור מושיע עם ישראל מהגלות), מעלה את הרעיון שרבקה רביב מאוניברסיטת בר-אילן מציגה במאמרה "בשבעים נפש ירדו אבתיך מצרימה": "לידת יוכבד בת לוי מהווה תרופה למכת הגלות. שהרי זכתה יוכבד וילדה את משה שיעמוד בראשם של ישראל ביציאת מצרים." וכך עם הירידה לגלות כבר נולדה ישועתם ממנה. את הרעיון שברגע הקשה ביותר כבר נוצרת הדרך לישועה, מצינו עוד במקרא. בפרשת וישב בין סיפור מכירת יוסף לסיפוריו של יוסף במצרים שיבץ הכתוב את סיפור יהודה ותמר. ועל כך נאמר: "שבטים היו עוסקים במכירתו של יוסף, ויעקב היה עוסק בשקו ובתעניתו, ויהודה עוסק לקחת אשה והקב"ה בורא אורו של מלך המשיח"[29].
עם ירידתם של ישראל למצרים, כבר הוכנה יציאתם ממנה, באמצעות לידתה של יוכבד, אמו של משה. ולא בכדי נוהגים לקרוא כהפטרה לפרשת ויגש את הכתובים המעודדים בספר יחזקאל: "ודבר אליהם כה אמר ה' אלהים הנה אני לקח את בני ישראל מבין הגוים אשר הלכו שם וקבצתי אתם מסביב והבאתי אותם אל אדמתם"[30].
זעט אויך
- משפחה בוים פון תנ"ך פערזענליכקייטן - פון תרח ביז שלמה.
לקריאה נוספת
- גלפז-פלר, פנינה, ויולד –יחסי הורים בסיפור ובחוק המקראי . ירושלים: כרמל, 2006. עמ' 202–206.
דרויסנדיגע לינקס
- מידיע און בילדער איבער יוכבד אויף וויקיקאמאנס
- יוכבד, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- "יוכבד אם משה", מאת מאיר הלוי לטריס, באתר פרויקט בן-יהודה
- יוכבד, מרים, בתיה וציפורה - האם היו מצטרפות ל"קולך"? מאת הילה אונא, באתר קולך - פורום נשים דתיות
רעפערענצן
- ↑ "אִשָּׁה מֵינֶקֶת מִן הָעִבְרִיֹּת"
- ↑ מדרש הגדול, שמות ב, א.
- ↑ דארט, פסוק ב'
- ↑ אנציקלופדיה מקראית, כרך ג'
- ↑ במדבר כו, נט.
- ↑ 5.0 5.1 5.2 5.3 סוטה יב, א.
- ↑ בבא בתרא קכג, ב.
- ↑ אין צוואת השבטים שטייט אז זי איז געבוירן זעכצן יאר נאכ'ן אראפגיין קיין מצרים, ווען לוי איז געווען 64 יאר אלט.
- ↑ דעת זקנים, במדבר כו, נט, לויט'ן פסוק וְשֵׁם אֵשֶׁת עַמְרָם יוֹכֶבֶד בַּת לֵוִי אֲשֶׁר יָלְדָה "אֹתָהּ" לְלֵוִי בְּמִצְרָיִם.
- ↑ ספר הישר, וישב כ.
- ↑ ספר היובלים, לד, כח; צוואת השבטים (צוואת לוי).
- ↑ בראשית ב, א–י.
- ↑ סדר עולם פרק ט'.
- ↑ אגרת רבי ישעיה הלוי הורוביץ דף רפב.
- ↑ ווערט ערשט דערמאנט אין די ספר המסע פון יעקב בן נתנאל הכהן, א תלמיד פונעם רמב"ן.
- ↑ שמות רבה, פרשה א', פסקה י"ג.
- ↑ חודש ניסן, מאמר ד'.
- ↑ שמות ו, כ.
- ↑ במדבר כו, נט.
- ↑ בראשית מו, כז.
- ↑ בבא בתרא קכג, ב, געברענגט אין רש"י, בראשית מו, טו.
- ↑ שמות רבה, פרשה א', פסקה כ'.
- ↑ תרגום יונתן, שמות ב, ב.
- ↑ שמות ב, י.
- ↑ ספר הישר, וישב כא.
- ↑ ילקוט שמעוני, במדבר ג, רמז תר"צ.
- ↑ שמות ב, א.
- ↑ סוטה יב, א.
- ↑ ספר בראשית יז יז.
- ↑ בשבעים נפש ירדו אבתיך מצרימה.
- ↑ יחזקאל לז, כא.
קאטעגאריע:פערזאנען אין ספר שמות קאַטעגאָריע:פרויען אין דער תורה קאטעגאריע:לוויים בתנ"ך קאטעגאריע:פרשת שמות קאטעגאריע:יורדי מצרים קאטעגאריע:אישים בתנ"ך שהגיעו לגיל 110 קאטעגאריע:קברי צדיקים בטבריה
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער