רבי אהרן שמעון שפירא (ה'ש"סכ"ט כסלו ה'ת"מ) (אויך גערופן הרא"ש אדער מהר"ש מפראג) איז געווען א רב אין פילע קהילות, אב בית דין, און ראש ישיבה אין פראג און הויפט רב פון בעהמען. ער האט געפירט אַן אַסקעטישן לעבן, און געזאמלט פילע תלמידים ארום זיך.

ביאגראפיע

רבי אהרן שמעון איז געבוירן ה'ש"ס[1] (1599) אין פראג אלץ בכור צו זיין טאטע רבי בנימין וואלף (נפ' ה'ש"צ; גערופן 'רבי וואלף סלאווישׂ' נאך זיין ווייב[2]) בן ר' יחיאל מיכל ירושלמי, און צו זיין מאמע חוה, טאכטער פון ר' אשר אנשיל בן מנחם מן, רב אין פראג. זיין פאטער און ביידע זיידעס זענען געווען דיינים אין פראג. דער סנדק ביי זיין ברית איז געווען דער מהר"ל מפראג. לויט וואס ווערט דערציילט האט ער געזאגט ביי די ברית אז "הילד הזה בן יקיר הוא, לגדולות נוצר ולאורו ילכו יהודה וישראל". מ'האט אים א נאמען געגעבן 'אהרן', אבער צוליב א קרענק האט מען אים צוגעלייגט 'שמעון'[מקור פארלאנגט]. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט ביים מהר"ל מפראג, און שפּעטער ביי רבי ישעיה הלוי הורוביץ (של"ה), און רבי שלמה אפרים פון לונטשיץ ("כלי יקר").

פון ב"ח איז דא צו אים א תשובה פון ה'שצ"ט[3].

ער האט געדינט אלס רב אין די קהילות פון פראנקפורט, לעמבערג, בירזש אין ליטע, לובלין, קראקע, וויען, און אין יאר ה'ת' איז ער געווארן רב אין פראג און אין גאנץ בעהמען, א שטעלע וואס ער האט געהאלטן פערציג יאר ביז זיין פטירה. רבי אהרן שמעון האט געליטן פון רדיפות אין זיין שטאט, און מ'האט אים אפילו געמאלדן פאר די אויטאריטעטן וועלכע האבן אים פארבאטן אויף א קורצע צייט, ביז דער קייסער לעאפאלד האט אים באפרייט, און אים געגעבן א פארטיידיגונגס בריוו אין זיין נאמען. צוליב די רדיפות, זענען מערסטנס פון זיינע כתבים גע'גנב'עט געווארן און פארלוירן. זיין אייניקל רבי יעקב ריישער פארציילט[4]: לויט די שמועות, ווען דער ש"ך איז געבליבן אין דער שטאט פראג, האבן מענטשן פון די רודפים אים געשטעלט א אתרוג מיט א פראגע צי עס ווערט פאררעכנט ווי א אתרוג מורכב, און וויבאלד ער האט נישט געוואוסט אז דער רב פון דער שטאט רבי אהרן שמעון האט שוין גע'פסקנ'ט לאיסור, האט דער ש"ך עס מתיר געווען 'בדוחק'. מען האט געצווינגען דעם חזן צו בענטשן דעם אתרוג הויך, אבער דער אתרוג איז אראפּגעפאלן און איז פסול געווארן. פאר זיין פטירה האט דער ש”ך געשיקט זיין זון צו בעטן מחילה דעם רב.

רבי שמעון איז נפטר געווארן כ"ט כסליו ה'ת"מ (דעצ. 3, 1679), אין פראג. צווישן זיינע חיבורים איז איבערגעבליבן דעם ספר "מראה יחזקאל קטן" (פּראג, ה'תנ"ה)[5]). וואס זיין תלמיד רבי יחזקאל קינדלשׂ האט ארויסגעגעבן נאך זיין פטירה.

זיין פאמיליע

זיין זון רבי בנימין זאב וואלף שפירא רב פון פיהם (היינט בעהמען); זיין אייניקל רבי אליה שפירא (איידעם פון רבי בנימין זאב), מחבר פון די ספרים "אליה רבה" און "אליה זוטא"[6], וועלכער האט אים איבערגענומען אין דער שטאטס-רבנות; זיין אייניקל רבי דוד אפנהיים (איידעם פון הרב בנימין זאב); זיין אייניקל רבי יעקב ריישער, (איידעם פון הרב בנימין זאב) מחבר פון "עיון יעקב" און "שבות יעקב".

זיינע פסקים

זיין אייניקל הרב יעקב ריישער זאגט עדות, אז ער האט געהערט פון אים, אז כאטש ער האט געדינט אלס רב 40 יאר, האט ער קיינמאל נישט גע'פסק'נט אן נאך קוקן אין ספר[7].

אין די צייט פון גזירות ת"ח ות"ט איז ער געווען פארנומען מיט היתר עגונות[8], אויך קען מען לערנען וועגן זיין מלחמה קעגן די שבתאים פון זיין קארעספאנדענץ מיט רבי יעקב ששפורטש[9].

זיינע תלמידים

  • רבי בצלאל מסלוצק – מחבר פון "פלח הרימון" "עמודיה שבעה" און נאך ספרים.
  • רבי אבי עזרי זעליג מרגליות מקאליש – דער מורה צדק און קאליש און אין פראג[10], מחבר כסף נבחר (אמסטערדאם ה'תע"ב).
  • רבי מאיר טארניפאלער - אב"ד איטינגן, מחבר פון 'מאור הקטן'.
  • רבי יחזקאל קינדלש.

רעפערענצן

  1. אויף זיין מצבה שטייט "ואהרן בן שמונים שנה בעמדו לפני בוראו"
  2. כן כתב ר' שמואל לייב פורית מפראג דיין וספרא דמתא בבומסלא בשנת תצ"ד, בתוך: קובץ קרן ישראל, א, עמ' קיב, ומקורו ב: Monatsschrift für Geschichte und Wissenschaft des Judentums, 1911, עמ' 350–351.
  3. רבי יואל סירקיש, שו"ת הב"ח החדשות, סי' נט.
  4. שבות יעקב - חלק א
  5. קינדלש, יחזקאל בן יצחק, מראה יחזקאל קטן
  6. זעט צום ביישפיל סימן רס"ג, ס"ק י' וואו ער ברענגט "בשם זקיני הגאון הרא"ש ז"ל"
  7. שו"ת שבות יעקב, חלק ב', סימן ס"ד.
  8. שו"ת צמח צדק הקדמון (קרוכמל), שאלה מה; אויך עבודת הגרשוני
  9. יעקב ששפורטש, ציצת נובל צבי
  10. שם הגדולים החיד"א חלק ב, אות נ"א.