דרעפט:רבי אהרן שמעון שפירא
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
קבר פון ר' אהרן שמעון שפירא אין פראג | |
געבורט |
1600 ה'ש"ס פראג |
---|---|
פטירה |
3 בדצמבר 1679 כ"ט בכסלו ה'ת"מ פראג |
כינוי | מהרא"ש |
מקום קבורה | בית הקברות היהודי העתיק בפראג |
טעטיגקייט אָרט | 1640-1679 |
תלמידים |
נכדו רבי אליה שפירא רבי יעקב ריישר רבי יעקב פופרש הרב בצלאל הדרשן ר' יחזקאל קינדלש אב"ד נאחוד הרב אבי עזרי זעליג מרגליות מקאליש, (בעל "כסף נבחר") |
בני דורו | רבי מנחם מנדל קרוכמל, רבי יהושע העשיל (מגיני שלמה), רבי אפרים הכהן |
רבי אהרן שמעון שפירא (אויך גערופן הרא"ש אדער מהר"ש מפראג; ה'ש"ס – כ"ט כסלו ה'ת"מ) איז געווען רב, אב בית דין, און ראש ישיבה אין פראג און הויפט רב פון בעהמען. ער האט געפירט אַן אַסקעטישן לעבן[1], און געזאמלט פילע תלמידים ארום זיך.
ביאגראפיע
רבי אהרן שמעון איז געבוירן ה'ש"ס[2] (1599) אדער ה'שנ"ו[3] אין פראג אלץ בכור צו זיין טאטע רבי בנימין וואלף (נפ' ה'ש"צ; גערופן 'רבי וואלף סלאווישׂ' נאך זיין ווייב[4]) בן ר' יחיאל מיכל ירושלמי, און צו זיין מאמע חוה, טאכטער פון ר' אשר אנשיל בן מנחם מן, רב אין פראג. זיין פאטער און ביידע זיידעס זענען געווען דיינים אין פראג.
דער סנדק ביי זיין ברית איז געווען דער מהר"ל מפראג. לויט וואס ווערט דערציילט האט ער זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער איז עתיד צו וואקסן א גדול בישראל. מ'האט אים א נאמען געגעבן 'אהרן', אבער צוליב א קרענק האט מען אים צוגעלייגט 'שמעון'[מקור פארלאנגט]. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט ביים מהר"ל מפראג (נפ' שס"ט), און שפּעטער ביי רבי ישעיה הלוי הורוביץ (של"ה), און רבי שלמה אפרים פון לונטשיץ ("כלי יקר"). ער האט חתונה געהאט מיט חיה בת הקצין ר' שמעון נייהויז (נפטרה כ"ו טבת ה'תל"ו).
נאך זיין פאטער'ס פטירה, ז' חשון ה'שצ"א, האט ער איבערגענומען זיין ארט אלס דיין אין פראג. פון ב"ח איז דא צו אים א תשובה פון ה'שצ"ט[5].
אין יאר ה'ת' איז ער געווארן רב אין פראג און אין גאנץ בעהמען, ווערנדיג פארעכענט צווישן די פראמינאנטע רבנים פון פראג, און האט מרביץ תורה געווען און געפירט זיין רבנות ביד רמה פאר פערציג יאר ביז זיין פטירה. רבי אהרן שמעון האט געליטן פון רדיפות אין זיין שטאט, און מ'האט אים אפילו געמאלדן פאר די אויטאריטעטן וועלכע האבן אים פארבאטן אויף א קורצע צייט, ביז דער קייסער לעאפאלד האט אים באפרייט, און אים געגעבן א פארטיידיגונגס בריוו אין זיין נאמען. צוליב די רדיפות, זענען מערסטנס פון זיינע כתבים גע'גנב'עט געווארן און פארלוירן. זיין אייניקל רבי יעקב ריישער פארציילט[6]: לויט די שמועות, ווען דער ש"ך איז געבליבן אין דער שטאט פראג, האבן מענטשן פון די רודפים אים געשטעלט א אתרוג מיט א פראגע צי עס ווערט פאררעכנט ווי א אתרוג מורכב, און וויבאלד ער האט נישט געוואוסט אז דער רב פון דער שטאט רבי אהרן שמעון האט שוין גע'פסקנ'ט לאיסור, האט דער ש"ך עס מתיר געווען 'בדוחק'. מען האט געצווינגען דעם חזן צו בענטשן דעם אתרוג הויך, אבער דער אתרוג איז אראפּגעפאלן און איז פסול געווארן. פאר זיין פטירה האט דער ש”ך געשיקט זיין זון צו בעטן מחילה דעם רב.
אויך האט מען אים גערופן פון אנדערע גרויסע שטעט ער זאל קומען משמש זיין ברבנות ביי זיי, ווי פראנקפורט, לעמבערג, בירזש אין ליטע[מקור פארלאנגט], לובלין, קראקע און וויען, אבער ער איז פארבליבן אין פראג ביז צו זיין פטירה[7].
רבי שמעון איז נפטר געווארן כ"ט כסליו ה'ת"מ (דעצ. 3, 1679), אין פראג. צווישן זיינע חיבורים איז איבערגעבליבן דעם ספר "מראה יחזקאל קטן" (פּראג, ה'תנ"ה)[8]). וואס זיין תלמיד רבי יחזקאל קינדלשׂ האט ארויסגעגעבן נאך זיין פטירה.
זיין פאמיליע
זיין זון רבי בנימין זאב וואלף שפירא רב פון פיהם (היינט בעהמען); זיין אייניקל רבי אליה שפירא (איידעם פון רבי בנימין זאב), מחבר פון די ספרים "אליה רבה" און "אליה זוטא"[9], וועלכער האט אים איבערגענומען אין דער שטאטס-רבנות; זיין אייניקל רבי דוד אפנהיים (איידעם פון הרב בנימין זאב); זיין אייניקל רבי יעקב ריישער, (איידעם פון הרב בנימין זאב) מחבר פון "עיון יעקב" און "שבות יעקב".
זיינע פסקים
זיין אייניקל הרב יעקב ריישער זאגט עדות, אז ער האט געהערט פון אים, אז כאטש ער האט געדינט אלס רב 40 יאר, האט ער קיינמאל נישט גע'פסק'נט אן נאך קוקן אין ספר[10].
אין די צייט פון גזירות ת"ח ות"ט איז ער געווען פארנומען מיט היתר עגונות[11], אויך קען מען לערנען וועגן זיין מלחמה קעגן די שבתאים פון זיין קארעספאנדענץ מיט רבי יעקב ששפורטש[12].
זיינע תלמידים
פולע רבנים פון יענע תקופה האבן געלערנט ביי אים, און זיי דערמאנען אים אין זייערע ספרים אלס זייער רבי:
- רבי בצלאל פון קאברין און סלוצק, מחבר פון "פלח הרימון", "עמודיה שבעה" און נאך ספרים[13].
- רבי יחזקאל קינדלש, דיין אין פראג און אב"ד נאחוד[14].
- רבי משה חזן מווינא, גערופן ר' משה ר' מיינשטרש[15].
- רבי אבי עזרי זעליג מרגליות, מורה צדק אין קאליש און אין פראג, מחבר "כסף נבחר" (אמסטערדאם תע"ב).
- רבי מאיר טארניפאלער - אב"ד איטינגן, מחבר פון 'מאור הקטן'.
- רבי יעקב פופרש[16]
ביבליאגראפיע
- בנימין הלל בערגער, משפחת שפירא מק"ק פראג, ראשי ההרים, עלה 8, אויף Academia.edu
רעפערענצן
- ↑ רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת סופרים אות א', סעיף קלח: "איש אלקים קדוש"
- ↑ אויף זיין מצבה שטייט "ואהרן בן שמונים שנה בעמדו לפני בוראו"
- ↑ בריוו פון ר' שמואל פורית, געברענגט אין בערגער
- ↑ כן כתב ר' שמואל לייב פורית מפראג דיין וספרא דמתא בבומסלא בשנת תצ"ד, בתוך: קובץ קרן ישראל, א, עמ' קיב, ומקורו ב: Monatsschrift für Geschichte und Wissenschaft des Judentums, 1911, עמ' 350–351.
- ↑ רבי יואל סירקיש, שו"ת הב"ח החדשות, סי' נט
- ↑ שבות יעקב - חלק א
- ↑ אויף זיין מציבה שטייט "מצודתו היתה פרוסה בורנקורט לבוב לובלין קראקא ווינא", אבער ווי די כותבי הדורות שרייבן מיינט עס אז ער האט ערהאלטן פון זיי א כתב רבנות, און נישט אז ער איז געווען רב דארט
- ↑ קינדלש, יחזקאל בן יצחק, מראה יחזקאל קטן
- ↑ זעט צום ביישפיל סימן רס"ג, ס"ק י' וואו ער ברענגט "בשם זקיני הגאון הרא"ש ז"ל"
- ↑ שו"ת שבות יעקב, חלק ב', סימן ס"ד
- ↑ שו"ת צמח צדק הקדמון (קרוכמל), שאלה מה; אויך עבודת הגרשוני
- ↑ יעקב ששפורטש, ציצת נובל צבי
- ↑ "ושמעתי ממ"ו המאור הגדול המופלג בדורו נ"י פ"ה ע"ה כבוד מהר"ר שמעון ר"מ ואב"ד דק"ק פראג" (קרבן שבת פרק ג סי' ג). "שמעתי בשם מורי ורבי גאון גדול ומופלג גאון עוזינו עטרת ראשינו כמוהר"ר שמעון דק"ק פראג" (פלח הרמון, אופן לה, עמ' קפג).
- ↑ "חד מחבריא מפמליא של מעלות גאונינו ורבינו הגאון הגדול המפורסם ע"י נ"ר פ"ה מהור"ר שמעון זצלה"ה אב"ד ור"מ דק"ק פראג – תלמיד מובהק הוא" (שער ספרו מראה יחזקאל קטן)
- ↑ "כך שמעתי וראיתי מרבותיי וביחוד מרבי מובהק מ"ו הרב הגאון הגדול המפורסם כ"ש מהור"ר שמעון זצ"ל אשר היה אב"ד ור"מ בק"ק פראג" (בהקדמת ספרו פנים מסבירות).
- ↑ הרב צבי לרר, "תולדות הגאון רבי יעקב הכהן פאפרש", ישורון מא (תשע"ט), עמ' תתנט.
דוד הלחמי, "רבי אהרן שמעון שפירא", חכמי ישראל, תל אביב תשי"ח, חלק א', עמ' פו, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)