רוי:רבי יעקב ששפורטש
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
רבי יעקב שׂשׂפּורטשׂ (סאַספּאָרטאַס; 1610 אין מאָראָקא – 1698 אין אַמסטערדאם) איז געווען א רב און מקובל, מחבר פון שאלות ותשובות "אהל יעקב"; שאַרפער קעמפער קעגן שבתי צבי און זיינע אָנהענגער; זיין ווערק "ציצת נובל צבי", פון וועלכן עס איז געווען געדרוקט דער "קיצור ציצת נובל צבי", איז איינער פון די וויכטיגסטע קוואַלן פאַר דער געשיכטע פון שבתי צבי באַוועגונג; ער האָט אויך מחבר געווען "תולדות יעקב" (אויפצייכענונגען פון פּסוקים פון תנ"ך וואָס ווערן געבראַכט אין ירושלמי) און אַנדערע ספרים.
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!