רוי:רבי צבי אלימלך שפירא

פון המכלול
ווערסיע פון 00:23, 13 דעצעמבער 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏זיינע ספרים)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל (ה'תקמ"ג - י"ח טבת ה'תר"א), רב אין דינאוו, דער בני יששכר.

אפשטאם

רבי הערש מיילעך איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב פסח לאנגזאם, פון יאווארניק, אן אייניקל, פון רבי שמשון אסטראפאלער, און צו זיין מוטער[1] א ניכטע פון רבי אלימלך פון ליזענסק. רבי פסח איז געווען א מלמד פון קינדער און געהאנדלט מיט ספירט, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער.

עס ווערט דערציילט אז דער צדיק רבי אלימלך האט געזאגט פאר דער מוטער פון בני יששכר אז ווען איר קינד וועט געבוירן ווערן זאל זי אים רופן מיט נאמען אלימלך אזוי ווי ער הייסט, די מוטער האט אבער געהאט מורא אז דאס מיינט אז רבי אלימלך וועט נישט לעבן און דעריבער הייסט ער געבן נאך אים א נאמען דעריבער ווען ער איז געבוירן האט זי אים גערופען "צבי אלימלך", ווען זי איז שפעטער געקומען און דאס פארציילט פאר רבי אלימלך האט ער געזאגט: "א הירש איז נישט קיין מלך" דעריבער וועט ער זיין א האלבער אלימלך.

רבנות

רבי הערש מיילעך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט, ער האט איטליכע פאָר יאר געטוישט זיין ארט. ווען ער האט זיך דערוואוסט ס'איז פריי געווארן א רבנות האט ער קאנדאדירט פאר דעם רבנות. ווען ער איז אויפגענומען געווארן, האט ער אריין געשטעלט דיינים, פארראכטען וואס ס'האט אויסגעפעלט, און ווייטער געזוכט א פריש רבנות. אין יאר ה'תקנ"ט אין עלטער פון זעכצן יאר, איז ער שוין געווען דיין אין דינאוו, אין בית דין פון רבי יהושע רב אין דינאוו. אין יאר ה'תק"ע איז ער שוין געווען אין ריבאטוטש, דאן איז ער געווען אין סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, אין יאר ה'תקפ"ה איז ער געווארן רב אין מונקאטש. נאכהער איז ער געווען צוריק אין דינאוו אלס רב.

הסתלקות

רבי הערש מיילעך איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א, אין עלטער פון זיבן און פופציג יאר.

פאמיליע

רבי הערש מיילעך האט יונגערהייט געהייראט מרת חנה מינדל א טאכטער פון הרב שמואל פון טשיטש, זייערע קינדער:

זיינע ספרים

רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים:

  • אגרא דכלה – על התורה
  • אגרא דפרקא – שנ"ב ענינים
  • אזהרות מהרצ"א – מוסר, אזהרות און תקנות פאר שטעטלעך אין אונגארן
  • בני יששכר – שבת, מועדים, חודשי השנה
  • ברכה משולשת – אויף משניות פון סדר מועד ביז נאך סדר קדשים, וואו דער מחבר פארענטפערט דעם ברטנורא. דער ספר איז געדרוקט געווארן אין פרעמישלא תרנ"ז, דורך רבי אברהם ארום, פון די כתבים וואס זענען געווען ביים אייניקל פון מחבר דער בוקאווסקער רב, רבי מאיר יהודה שפירא.
  • דברים נחמדים – אויף משניות און גמרא. געדרוקט אין פרעמישלא תרמ"ז, דורך רבי אברהם ארום, פון די כתבים וואס זענען געווען ביים בוקאווסקער רב, מיט די הסכמה פון אים און פון דער בלוזשאווער רב
  • דרך עדותיך – פירוש על ספר יהושע, געדרוקט געווארן צוזאמען מיט דעם ספר פירוש הר"א מגרמיזא מיט הגהות מהרצ"א, פרעמישלא תרמ"ח
  • דרך פקודיך – על תרי"ג מצוות, יעדע מצוה ווי אזוי מען דארף עס מקיים זיין במחשבה ובדיבור ובמעשה, און דערביי אויך ארויס צוברענגען טעמים ביי יעדע מצוה. נאר די ערשטע 58 מצוות זענען געדרוקט געווארן, די רעשט כתבים זענען ווארשיינליך פארלוירן געווארן. ארויסגעגעבן אין לעמבערג ה'תרי"א דורך רבי שמואל שפירא פון פרעמישלא, דער יונגסטער זון פון מחבר.
  • הגהות מהרצ"א – פי' הר"א מגרמיזא
  • הגהות והוספות מהרצ"א – ספר סור מרע ועשה טוב
  • הלכות ותקנות – חבורת תלמוד תורה
  • והיה ברכה – חלק א: אויף משניות ברכות און תוספתא (פרעמישלא תרל"ה); חלק ב: אויף משניות זרעים און אויף מסכת שבת ביז דף מ"ב (פרעמישלא תרמ"ח). ארויסגעגעבן דורך אן אייניקל פון מחבר רבי מאיר משולם שפירא פון לאנצהוט, מיט הסכמות פון רבי חיים האלבערשטאם, רבי יוסף שאול נאטאנזאהן, רבי יצחק שמעלקיס.
  • חדושי בני יששכר – על הש"ס
  • חדושי מהרצ"א – הלכות חנוכה, ארומנעמענדיג די סוגיות פון פרק במה מדליקין אויפן סדר פון די דפים, ביי יעדע סוגיא עקסטרע אפלערנען פשט אין גמרא רש"י און תוספות מיט א געוואלדיעג טיפקייט, נאכהער ברענגט דער מחבר די גאונים דעם שאילתות און בעל הלכות גדולות איבער די סוגיא, און נאכהער ברענגט דער מחבר די פוסקים ראשנים, רי"ף, רמב"ם, רא"ש, מרדכי, רבינו ירוחם. נאכהער דעם טור און שלחן ערוך ביז צום פרי מגדים. געדרוקט אין פרעמישלא תרמ"ו דורך רבי משה שפירא, פון לאנצהוט, א זון פון רבי שמואל שפירא, אן זון פון מחבר; ניו יארק תשי"ד, דורך ישיבת צאנז קלויזנבורג, צוגעלייגט פון כתב יד.
  • טעמי המצות
  • כלי הרואים – פירוש על ספר עובדיה. דער זון שרייבט צו דער ענדע פון ספר, אז דאס איז נאר א ביישפיל פון דעם חיבור וואס זיין פאטער האט געשריבן אויף גאנץ נ"ך אויף דעם חסיד'ישן שטייגער, און בעט פון אויבערשטן זאל אים העלפן ארויסגעבן דעם גאנצן חיבור. געדרוקט לעמבערג תר"ח דורך רבי שמואל דער יונגסטער זון פון מחבר, צוזאמען מיט הרב מנחם מענדל פנחס פון ריבאטוטש.
  • לקוטי מהרצ"א – געקליבענע ווערטער און געדאנקען על התורה נ"ך און מגילת אסתר, פון די כתבים וואס זענען געווען ביי זיין אייניקל דער בוקאווסקער רב רבי מאיר יהודה שפירא, וואס זענען נאך נישט געדרוקט געווארן אין די אנדערע ספרים פון מחבר. געדרוקט אין פרעמישלא תרמ"ה, דורך רבי אברהם ארום.
  • מגיד תעלומה – פירוש אויף מסכת ברכות אויפן סדר פון די דפים, אפצולערנען פשט אין גמרא רש"י און תוספות, ווי אויך אויף פארשידענע ערטער חסידישע געדאנקען. געדרוקט אין פרעמישלא תרל"ו, דורך אן אייניקל פון מחבר רבי מאיר משולם שפירא פון לאנצהוט, א זון פון רבי שמואל שפירא.
  • מעין גנים – פירוש ארום דעם ספר אור החיים פון רבי יוסף יעבץ, ווי ער ברענגט ארויס זיין שארפן קאמפף קעגען די אויפגעקלערטע ווינטן וואס האבן דעמאלס אנגעהויבן צו בלאזן און פארדרייען דאס ארגינעלע אידישקייט און זיין הייליקייט
  • נחל אמונים – הגהות אויפ'ן ספר חכמת הנפש
  • סדר הקרבנות – לי"ג מדות
  • רגל ישרה – אן אריינפיר און א שליסעל צו דער חכמת הקבלה געשריבן לויט דעם סדר פון א"ב.
    • לעמבערג ה'תרי"ח, תרנ"ח, ארויסגעגעבן דורך רבי דוב בער, וועלכער האט געקויפט דעם כתב יד פון רבי שמואל שפירא פון פרעמישלא, דער יונגסטער זון פון מחבר
    • בני ברק ה'תשנ"ג, ארויסגעגעבן דורך הרב צבי אלימלך פאנעט, קאסאנער רב פון בני ברק.
  • ריח דודאים – א פירוש אויף מסכת מגילה אויפן סדר פון די דפים, אפצולערנען פשט אין גמרא רש"י און תוספות, ווי אויך אויף פארשידענע ערטער חסידישע געדאנקען.
  • תקנות תמכין דאורייתא – תקנות מונקאטש

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. א.ל.ג. ברענגט אז זי האט געהייסן איטה בת עלקא, אבער פון די ווערטער פון בלאזשאווער רב ווייזט אויס אז זי האט געהייסן רחל מינא
  2. מנשה אונגאר, ספר קדושים, עמ' 69

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!