רוי:רבי מאיר יהודה שפירא (בוקאווסק)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי מאיר יהודה שפירא זצ"ל (ה'תר"ו - י"ט תשרי ה'תרס"ח), רבי אין בוקאווסק.

אפשטאם

רבי מאיר'ל איז געבוירן אין יאר ה'תר"ו, צו זיין פאטער הרב רבי דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת רחל מינא.

רבנות

רבי מאיר'ל איז געווען רבי אין בוקאווסק, נאענט צו דריי און דרייסיג יאר. טויזנטער אידן פלעגן זיך צו פראווען ביי אים.

אין יאר ה'תרמ"ג נאך דער פטירה פון זיין פעטער הרב משה שעהנפעלד, האט זיין זון הרב צבי אלימלך שעהנפעלד געבעטן רבי מאיר'ל ער זאל דערווייל זיין רב אין דזשילבערץ ביז ער וועט אויפוואקסן אין קענען ווערן רב אויף זיין פאטער'ס ארט.

הסתלקות

רבי מאיר'ל איז נפטר געווארן אין עלטער פון דריי און זעכציג יאר, דעם דריטן טאג חול המועד סוכות, י"ט תשרי ה'תרס"ח.

פאמיליע

רבי מאיר'ל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שיינדל רחל, א טאכטער פון הרב יוסף אלטער האגער רב אין ראדאוויץ, א זון פון הרב חיים האגער, פון קאסאוו. זי איז נפטר געווארן ביים געבורט פון איר איינציגע טאכטער:

  • מרת שיינדל רחל, די ווייב פון איר פעטער הרב חיים זיידא האגער א זון פון הרב משה האגער פון ראדאוויץ.

נאך דער פטירה פון זיין ערשטער ווייב, האט רבי מאיר'ל געהייראט בזיווג שני איר שוועסטער-קינד מרת מרים א טאכטער פון הרב ישראל פון קרעמניץ (אן איידעם פון הרב חיים האגער פון קאסאוו), א זון פון הרב מרדכי פון קרעמניץ, א זון פון הרב זלאטשאווער מגיד. זייערע קינדער:

זיינע ספרים

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!