א' סיון
דאטום אין אידישן לוח
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
א' סיון איז דער ערשטער טאג פונעם ניינטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ערשטער טאג פונעם דריטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- ראש חודש סיון
- דער פינף-און-פערציגסטער טאג אין ספירת העומר
- אין ווארמס האט מען געפאסט צוליב די גזירות תתנ"ו (זעט ווייטער). וויבאלד דער טאג איז ראש חודש, וואס מען טאר נישט געהעריג פאסטן, האט מען געפאסט נאר ביז נאך מנחה
- "גורן" פון מעשר בהמה, לויט בן עזאי, רבי אלעזר בן שמוע און רבי שמעון בר יוחאי
געשעענישן
- לויט ספר היובלים, איז נח אין דעם טאג ארויס פון דער תיבה און געברענגט קרבנות
- ב'תמ"ח – אידן זענען אנגעקומען צום בארג סיני, גרייטנדיג זיך צו מתן תורה
- ד'תתנ"ו – די קרייצציגלער האבן צום צווייטן מאל גע'הרג'עט אידן אין ווירמייזא דורכאויס די גזירות תתנ"ו
- ה'תשכ"ז – זעקסטאגיגע מלחמה: אנהייב פון די שלאכטן אויף די גולן הייכן
- ה'תשל"ז – דער ערשטער זיג פון ליכוד אין די כנסת וואלן, אונטער דער פירערשאפט פון מנחם בעגין
געבוירן
- ה'תקצ"ו – ווילהעלם שטייניץ, אן עסטרייכיש-אידישער שאך שפילער, דער ערשטער וועלטס-מייסטער אין שאך
- ה'תר"ה – חיים יחיאל בורנשטיין, א געלערנטער, פארשער פון דעם לוח און איבערזעצער
יארצייטן
- ה'תרפ"ח – רבי אליעזר דוד גרינוואלד, רב אין צעהלים און סאטמאר, מחבר פון "קרן לדוד" (געבוירן ה'תרכ"ז)
- ה'תרפ"ח – רבי אברהם מנחם הלוי שטיינבערג, רב פון בראד, מחבר פון "מחזה אברהם" (געבוירן ה'תר"ז)
- ה'תש"ס – רבי אהרן יחיאל לייפער, נאדווארנער רבי פון צפת, דער "נועם אהרן"