רוי:ז' ניסן
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ז' ניסן איז דער זיבעטער טאג פונעם זיבעטן חודש
אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זיבעטער טאג פונעם ערשטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- קרבן פון אלישמע בן עמיהוד, דער נשיא פון שבט אפרים
געשעענישן
- ד'תתק"נ - א פאגראם קעגן אידן אין יארק, ענגלאנד
- ה'רמ"ח - רבי עובדיה מברטנורא קומט אן קיין ארץ ישראל
- ה'תרפ"ה - דער העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים ווערט געעפנט אויפ'ן הר הצופים
- ה'תשי"ז - דער סועץ קאנאל ווערט צוריק געעפנט נאכן סיני מלחמה
- ה'תשס"ב - זיבן אידן ווערן אומגעברענגט אין א טעראר אטאקע נעבן די מגידו טורמע, איינע פון די אטאקעס וואס האבן געפירט צום אפעראציע חומת מגן
געבוירן
- ה'תר"צ - רבי דוב לאנדא, א ראש ישיבה אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק און פון די פירער פון ליטווישן אידנטום
- ה'תשי"ט - רבי נחום דוב ברייער, דער היינטיגער באיאנער רבי
יארצייטן
- ה'תק"י - רבי יצחק פון דראהאביטש, פון די ערשטע חסידים און א תלמיד חבר פונעם בעל שם טוב
- ה'תקמ"ה - רבי יעקב שמש, ראש בית דין און ראש ישיבה אין פראנקפורט
- ה'תרמ"ו - רבי אריה לייב יעלין, רב פון בילסק און מחבר פון "יפה עינים" אויפן תלמוד בבלי
- ה'תרצ"ד - רבי יחיאל נתן האלבערשטאם, רב אין בארדיוב (געבוירן ה'תרכ"ה)
- ה'תשי"ז - משה וואלעך, א דאקטער און גרינדער פון שערי צדק שפיטאל (געבוירן ה'תרכ"ז)