רוי:רבי אלעזר הקליר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אלעזר בירבי קליר[1] (אדער רבי אלעזר הקליר) איז געווען פון די גרעסטע פייטנים ביי כלל ישראל. פון ארץ ישראל.

ער איז געווען א תלמיד פון דעם פייטן יניי[2], און האט פארפאסט הונדערטער פיוטים צו זאגן ביים דאווענען און אנדערע געלעגנהייטן. א גרויס טייל פון זיי זענען אריין אין דעם נוסח התפילה אין די מחזורים פון נוסח אשכנז, צרפת, איטאליע און רומעניע. אין דער קאיר גניזה האט מען געפונען נאך א גרויסן צאל פיוטים פון אים וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז דאן.

עס איז נישטא קיין קראנטע ידיעות איבער זיין ביאגראפיע; לויט די ראשונים איז ער געווען איינער פון די תנאים, שפעטערדיגע פארשער ווילן אראפרוקן זיין צייט ביז ענדע די תקופה וואס די ביזאנטישע אימפעריע האט געוועלטיגט אין ארץ ישראל און די ערשטע יארן פון די מוסלמענער הערשאפט אויף ארץ ישראל.

ביאגראפיע

די אפשטאם און די תקופה פון רבי אלעזר הקליר זענען נישט נאך ביז היינט פארנעפלט, עס נישט פארהאן קיין קראנטע באווייזן איבער זיין תקופה און ביאגראפיע, און עס איז פארהאן עטליכע מיינונגען און השארות ארום דעם, דורכאויס א גרויסער צייט-אפשניט פון תקופות.

זיין וואוינארט איז געווען אין ארץ ישראל, דאס זעט מען פון זיינע מנהגים און נוסחאות. צום ביישפיל אין זיינע קרובות, איז ער כולל די ברכה פון את צמח דוד, צוזאמען מיט בונה ירושלים, ווי דער דעמאלטדיגער מנהג אין ארץ ישראל. אויך דערמאנט ער שמע ישראל ביי קדושה.

תקופת התנאים

אסאך ראשונים שרייבן אז ער האט געלעבט אין די תקופה פון די תנאים און איז געווען אליין א תנא.

דער מקור איז פון רבינו תם אין א תשובה[3]. ער שרייבט אז דער קליר איז געווען בימי חז"ל, און דערפאר האט ער פארפאסט קרובות בלויז אויף די ערשטע טאג יום טוב, וויבאלד ער איז געווען אין די צייטן וואס מ'האט מקדש געווען דעם חודש על פי ראיה. און דעריבער זעט מען אז ער קריגט זיך מיט תלמוד בבלי, אויך מיט זאכן וואס מען געפינט נישט די אמוראים אין תלמוד ירושלמי זיך קריגן.

רבינו תם ער לייגט צו אז ער איז געווען דער תנא רבי אלעזר ברבי שמעון, וואס אויף אים איז געזאגט געווארן אין מדרש אז ער איז געווען א דרשן און א פייטן[4]. ער זאגט אבער אז עס איז מעגליך אז ס'איז געווען א צווייטער אין יענער תקופה. לויט א צווייטע ווערסיע, רעדט דער מדרש וועגן רבי אלעזר בן ערך, און געוויסע ראשונים האבן אידענטיפיצירט דעם קליר מיט אים[5].

אויך די אנדערע ראשונים ברענגען אז ער איז געווען א תנא[6]. און אין רא"ש ווערט עס געברענגט מיט'ן לשון "ויש אומרים שתנא הוא"[7].די ראשונים ברענגען דאס אראפ אלס באווייז צו בארעכטיגן די מנהג פון זאגן פיוטים אינמיטן דאווענען, קעגן די הלכה'דיגע טענות וואס זענען ארויפגעברענגט געווארן קעגן דעם.

אויך רבי חיים וויטאל ברענגט אין זיין ספר שער הכוונות אין נאמען פון זיין רבי'ן דער אר"י: "איך האב געהערט אין נאמען פון מיין רבי ז"ל, אז דער קליר וואס האט מסדר געווען קרוב"ץ אין מחזור פון די אשכנזים איז רבי אלעזר בר' שמעון", אבער ער שרייבט "אבער איך האב דאס נישט געהערט פון מיין רבי אליין"[א].

עס זענען אבער פארהאן אנדערע ראשונים וואס ברענגען אים אראפ אלס איינער פון די פריערדיגע פייטנים און דערמאנען נישט אז ער איז געווען א תנא[8]. און די ראשונים וואס קריטיקירן זיינע פיוטים[9] האבן אויך הויפטזעכליך אנגענומען אזוי. אזוי האט אויך געהאלטן דער אברבנאל וואס שרייבט אז דאס באזירן פיוטים אויפ'ן גראם געפינט מען נישט ביי די חכמים פון משניות און גמרא, נאר עס האט זיך אנגעהויבן אין גלות ביי אידישע חכמים וואס האבן זיך דאס געלערנט פון די חכמת השיר פון די אראבער[10].

דער רדב"ז[11] ווענדט אפ דער ראיה פון רבינו תם, פון דעם וואס ער האט נישט געמאכט קיין פיוטים פאר יו"ט שני של גליות, וויבאלד מען זעט פון זיינע פיוטים אז ער איז געווען פון ארץ ישראל און ער נעמט אלעמאל אן ווי דעם ירושלמי, און אין ארץ ישראל האלט מען דאך אלעמאל נאר איין טאג יום טוב, סיידן ראש השנה, וואס דאן איז עס כיומא אריכתא[12][ב]. דער רדב"ז לייגט אבער צו, אז ער איז זיכער געווען גאר א גרויסער מענטש, פון די פריערדיגע, און זיינע ווערטער זענען מיוסד על פי קבלה.

תקופת הראשונים

אין דער תקופה פון השכלה האבן חוקרים שטארק גענויגט צו פארשפעטערן זיין צייט, און זיי האבן געוואלט זאגן אז ער איז פונעם 10טער יארהונדערט אדער דעם 11'טן, און האט לויט זיי געוואוינט אין איטאליע, און עס זענען געווען וועלכע האבן אידענטיפיצירט זיין וואוינארט אין קליארי (Cagliari)[15].

זייערע ראיות זענען געווען, אז די ערשטע מקור וואס מ'האט דאן געהאט פאר זיינע פיוטים זענען געווען אין די מחזורים פון יענער צייט אין די איטאליע אומגעגנט; אזוי אויך אויפ'ן פאקט אז מען געפינט נישט זיינע פיוטים אין מנהג ספרד; און לויט'ן אפשאצונג פונעם סטיל פון זיינע פיוטים. און דאס וואס מען טרעפט ביי אים מנהגים און נסחאות פון ארץ ישראל, האבן זיי גע'טענה'ט אז איטאליע געפינט זיך ווייט פון בבל, דעריבער זענען זיי נמשך געווארן נאך די מנהגים פון ארץ ישראל, אנדערש ווי רוב אנדערע געגנטער וואס זענען נמשל געווארן נאך מנהגים פון בבל[16].

געווען וואס האבן געברענגט א ראיה פון די ווערטער "אַאֲבִין תְּשַׁע מֵאוֹת וְעוֹד" אין די קרובה אאביך ביום מבך פון תשעה באב, לויט דעם זעט מען אז ער איז געווען איבער 900 יאר נאכ'ן חורבן בית המקדש. אנדערע ווענדן עס אפ, ווייל ס'איז מעגליך אז די חכמי הדור פון שפעטער האבן דאס צוגעלייגט[12.1][17].

רבי וואלף היידנהיים ברענגט ראיות אז ער געווען אביסל פריער, ממש ביי די ענדע פון די תקופת הגאונים. ער טענה'ט אז זיינע פיוטים ווערן נישט דערמאנט אין גמרא אדער מדרשים פון חז"ל, אין נישט דורך די רבנן סבוראי אדער די גאונים[ג]; און אז אנדערש ווי אנדערע פריערדיגע פיוטים וואס זענען פארשפרייט געווארן אייניג אין ספרד און אין אשכנז, זענען דעם קליר'ס פיוטים זענען בכלל נישט אנגעקומען קיין ספרד. און דעריבער זאגט היידנהיים אז ער איז געווען שוין נאך רב האי גאון, און ער ברענגט א ראיה דערויף אז אין פירוש אויף ספר יצירה פון רבי משה בוטריל ווערט דערמאנט א ציטאט פון ספר כבודה פון הרב ר' אלעזר הקליר, וואס ברענגט נאך אין נאמען פון רב האי גאון[18][17]. אנדערע לייגן צו א ראיה צו זיין שיטה, אז עס איז בכלל נישט געווען איינגעפירט בימי חז"ל צו פארפאסן פיוטים לויט'ן גראם[19], און אז ער ברענגט אויך פון שפעטערדיגע מדרשים.

למעשה זענען די דיעות שפעטער באצייכנט געווארן אלס אומריכטיגע, וויבאלד די פיוטים פון קליר ווערן יא דערמאנט אויך דורך פריערדיגע גאונים, צווישן זיי רב סעדיה גאון[20], און רב נטרונאי גאון[21], דעריבער איז דאס נישט מעגליך[22].

תקופת הגאונים

מיט'ן אנטדעקן די קאיר גניזה, איז אנטפלעקט געווארן פילע פרטים איבער דאס אידישע באפעלקערונג אין ארץ ישראל אונטער די ביזאנטישע אימפעריע, וועלכע האט דארט געוועלטיגט פון דעם חורבן בית המקדש ביז די אקופאציע פון די אראבער אין יאר ד'שצח (638 למס'). אין דער גניזה האט מען געפונען א גרויסע זאמלונג פון קליר'ס פיוטים, אויך אזוינע וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז היינט, און נאכ'ן אנאליזירן די פיוטים זענען דא פארשער וואס באשטימען אז ער האט געלעבט אין ארץ ישראל, שוין נאך דער חתימה פונעם תלמוד ירושלמי, בערך אין די תקופה פון די רבנן סבוראי אדער די גאונים אין בבל. לויט וויאזוי זיי לערנען אפ זיינע פיוטים, ווערט אסאך מאל דערמאנט דער פאקט אז קריסטן געוועלטיגן אין ארץ ישראל.

אין פארגאנגענהייט איז געווען פארשפרייט די דעה אז ער האט געלעבט פאר די אקופאציע פון די אראבער, און די קאנצענזוס איז געווען אז עס ווערן נישט דערמאנט קיין אראבער אין זיינע פיוטים, אבער מיט די יארן זענען יא געפונען געווארן אייניגע דערמאנונגען פון אראבער אין די פיוטים[23], און לויט דעם איז אוועקגעשטעלט געווארן די מיינונג אז בלויז אין זיינע לעצטע יארן האט ער מיטגעלעבט די אראבישע אקופאציע[24]. און פון דעם קומען זיי צו אז ער האט געלעבט אין ענדע פון די ביזאנטישע תקופה, ארום סוף פונעם 6טער יארהונדערט.

די ראיות צו דעם שיטה זענען אז אין מערבית אויף ראש השנה וואס פאלט אויס אום שבת האט ער צוגעענדיגט ביי 'ברכת גאולה' אזוי ווי די בבלי'שע חתימה 'גאל ישראל' (אנשטאט נוסח ארץ ישראל צו ענדיגן 'צור ישראל וגואלו'), וואס ווייזט ארויס אז לכאורה איז זיין צייט שפעטער[25]. און ווי עס זעט אויס האט ער באזירט זיינע פיוטים אויף די סדר פון קריאת התורה וואס מען ענדיגט די תורה איינמאל א יאר (אנשטאט איין מאל אין דריי יאר ווי עס איז געווען איינגעפירט אין ארץ ישראל)[26].

עזרא פליישער ווייזט אן אויף א געוויסע אומבאקאנטע פיוט פונעם קליר אויף תשעה באב וואס רעדט ארום איבער ביאת המשיח, און לויט זיין מיינונג באציט זיך עס אויף די ווידערשטאנד קעגן הערקאליוס, און איז דעריבער געשריבן געווארן צווישן די יארן 629 און 634[27], פון דא האט ער געברענגט א ענדגילטיגע באווייז, לויט זיין מיינונג, אז דער קליר איז געווען אקטיוו אין די ערשטע האלב פון די 7'טע יארהונדערט. אנדערע פארשער האבן נישט צוגעשטימט צו דעם אפטייטש און ממילא אויך צו די באווייז וואס עס איז געברענגט דערפון[28].

דער נאמען "קליר"

אין די אקראסטיך פון זיינע פיוטים ערשיינט ער אפטמאל אלס "רבי אלעזר בריבי קליר מקרית ספר".  

די משמעות פון די נאמען קליר איז נישט קלאר (צומאל ערשיינט ער אויך מיט קלר און קיליר). לויט רבי נתן בעל 'הערוך', איז די מקור פונעם נאמען פון די גריכישע ווארט, κολλύρα[29] וואס איר טייטש איז א קוכן, און דאס איז וויבאלד די קלוגשאפט פון ר' אלעזר איז אים אנגעקומען פון עסן א קוכן וואס דערין איז געווען אויפגעקריצט א קמיע[30][ד]. דער רבינו תם לשיטתו אז דאס איז רבי אלעזר ברבי שמעון, צייכנט צו א פסיקתא[31] וואס דערציילט א געשיכטע איבער זיין עסן קוכן.

אנדערע האבן פארגעשלאגן אז מעגליך איז די מקור פון איבערדרייען די אותיות פון די ביזאנטישע נאמען קיריל, און מען דארף עס ליינען קיליר[32]. מאנכע קלערן אז די מקור פון זיין נאמען איז פון די באגריף קלירוס (גריכיש: κλήρος, איינציגער מאן), א קירכעריש באגריף וואס באצייכנט א מענטש פון קירכע קעגן די געווענליכע קריסטן[ה]. מעגליך אז דאס ווארט האט באנוצט אויך מענטשן פון אנדערע רעליגיעס ווי רבנים[ו].

נאך פארשלאגן זענען אז דאס איז דער נאמען פון זיין פאטער[17], אדער זיין זיידן וואס געווען א באקאנטער גדול הדור[33]. אדער אז דאס איז א לשון פון אן אוצר, באזירט אויפ'ן לשון פון מדרש[34] "קלרין של מלך"[19].

מקרית ספר

אויך די שטאט "קרית ספר", איז אומבאקאנט. לויט איין מיינונג איז דאס טבריה, וואס איז געווען א צענטער פאר חכמים און סופרים ביז די אראבישע אקופאציע.  

אנדערע ווילן זאגן אז עס איז א פאעטישער מליצה איבער זיינע עלטערן און משפחה וואס זענען געווען רבנים און חכמים[17], און עס באזירט אויף א גמרא אין תמורה טז, א[35].

זיינע פיוטים

רבי אלעזר הקליר איז געווען פון די ערשטע און גרעסטע פייטנים ביי כלל ישראל, ער האט מחבר געווען הונדערטער פיוטים פון אלע סארטן; קדושתות - סעריע פון פיוטים אויף די הויכע שמונה עשרה פון שבת, יום טוב און אנדערע געלעגנהייטן, שבעתות – אויף די הויכע שמונה עשרה פון מוסף, מנחה און מעריב, קרובות פיוטים אויף די 18 ברכות פון שמונה עשרה, און אזוי אויך מערבית, קינות, הושענות, פיוטים אויף ברכת המזון און נאך. א גרויס טייל פון די פיוטים וואס ווערן געזאגט לויט די מנהג אשכנז זענען פון זיינע פיוטים. א חלק פון זיינע פיוטים זענען פארקורצט געווארן במשך פון די יארן. אין די קאהיר גניזה זענען געפונען געווארן נאך א גרויסע צאל פיוטים וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז דאן.

זיינע פיוטים זענען אויסגעשטעלט אויף א קינסטליכן מייסטערהאפטיגן אופן, זיי זענען פון די ערשטע אין די אידישע היסטאריע וואס מען געפינט אויפ'ן גראם. אויך איז דער וואג אויסגעשטעלט מיט א פינקטליכער סיסטעם, א באשטימטע צייל ווערטער אין יעדן שורה, און א באשטימטע צאל שורות פאר יעדן גראם. זיין ווערטער-אויסוואל איז גאר ברייט, זיך באנוצנדיג מיט כינוים ("אזרח" אנשטאט אברהם, "נעקד" אנשטאט יצחק) און זעלבסט געבויטע טערמינען אויף א ברייטן פארנעם, ער האט זיך געטרויט צו שאפן פרישע ווערטער אין לשון הקודש, ער האט גענייט פעלים צו מאכן פאר שם עצם, און תארים פאר פעלים. אויך האט ער געפלאכטן די אקראסטיך ביי אלע פון זיינע פיוטים, לויט די אלף בית, תשר"ק, אלב"ם און אפטמאל אויך מיט זיין נאמען, און די נאמען פון זיין שטאט, צומאל האט ער באצייכנט מערערע פון די דערמאנטע. נאך א קונסט וואס ער האט געשאפן איז געווען דאס אויפבויען פיוטים באזירט אויף פסוקים פון תנ"ך[36].

עטליכע פיוטים זיינע פארמאגן אין צוגאב אויך די אקראסטיך "יהודה", דער ראב"ן שרייבט אז דאס איז על שם זיין ברודער יהודה וואס איז נפטר געווארן יונגערהייט[37].

די אינהאלט פון זיינע פיוטים זענען באזירט אויף מדרשים און מקורות פון חז"ל אריינגערעכנט לויט קבלה. די פיוטים פון קליר ווערן געברענגט אין די ווערטער פון רש"י[38] און תוספות[39] פילע מאל, ביי איין פאל באהאנדלט תוספות א הגה פון איין ואו אין די נוסח פון זיינס א פיוט.

דער אר"י הק' האט נישט געזאגט קיין שום פיוט פון די שפעטערדיגע דורות, אבער ער האט געזאגט אלע פיוטים און פזמונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורך רבי אלעזר הקליר, און זענען געדרוקט אין די מחזורים פון נוסח אשכנז, וויבאלד די אלע פריערדיגע האבן מתקן געווען זייערע פיוטים עפ"י קבלה, און האבן געוואוסט וואס זיי האבן פארפאסט. ער האט דאס אויך געזאגט אינמיטן די ברכות פון יוצר אור, וויבאלד זיי זענען געווען תנאים[40]

רבי יהודה החסיד פארדאמט די וואס בייטן די אנגענומען פיוטים פונעם קליר אויף נייע פיוטים, ליינענדיג אויף זיי דעם פסוק: "אל תשיג גבול עולם אשר עשו אבותיך"[41].

רבינו תם ברענגט בשם זיין פאטער, וואס האט געהערט פון די גאוני לותיר, אז ווען דער קליר האט געמאכט דעם פיוט וחיות אשר הנה מרובעות כסא, איז געווען אין א וואלד, און א פייער האט געפליאקערט ארום אים.

דער אבן עזרא איז ארויס גאר שארף קעגן זיין ברייטע באנעמונג, און קריטיקירט אים אויף פיר פונקטן: דאס זיינע פיוטים זענען ווי חידות און משלים, און זייערע ערקלערונגען זענען פארהוילן; אז ער מישט אריין לשונות פון תלמוד וואס איז אויך באזירט אויף אנדערע שפראכן, אנשטאט זיך באנוצן מיט ריין לשון הקודש לויט לשון מקרא; אז טייל פון זיינע נייגונגען זענען נישט ריכטיג אויסגעהאלטן לויט די כללי הדקדוק; און אז ער טוישט ארום צווישן לשון זכר און לשון נקיבה אד"ג. ער פירט אויס אז מען זאל בלויז דאווענען אין די באשטימטע נוסח התפילה און נישט צולייגן קיין פיוטים[42].

ביבליאגראפיע

ביאורים

  1. דער יעב"ץ אין זיין ספר קולן של סופרים (חגיגה יג.) ברענגט אין נאמען פון אר"י, אז ער איז געווען א גלגול פון ר' אלעזר ברבי שמעון, און נישט ממש ער אליין, דער חיד"א ברענגט עס אין זיין נאמען (מחזיק ברכה או"ח קיב, יג). אבער דער מנחת אלעזר (שו"ת מנחת אלעזר, סימן יא) באמערקט אויף זיינע ווערטער אז דער אר"י האט נישט אזוי געשריבן, נאר ער האט געשריבן אז עס איז יא ממש ער
  2. אנדערע ענטפערן אז זיין וועג איז צו דיכטן אויף קריאת התורה פונעם טאג, און קריאת התורה (ביי מפטיר) פון ביידע טעג פון ר"ה זענען די זעלבע [13][14]
  3. אויף דער טענה פארוואס זיינע פיוטים ווערן נישט דערמאנט אין חז"ל, איז דא וואס ענטפערן אז אויך די פיוט אתה כוננת פון יוסי בן יוסי ווערט נישט געברענגט אין חז"ל, טראץ וואס מען קען עס נוצן אלס ראיה פאר די שיטות, נאר פון דעם זעט מען אז די פיוטים זענען נישט געווען קיין נחלת הכלל אין יענער צייט, נאר יעדער האט עס געמאכט פאר זיך אליין, און הערשט שפעטער איז עס פארשפרייט געווארן[12.1]
  4. איבער דעם מנהג פון געבן צו עסן פאר קינדער קוכן מיט פסוקים, ברענגט רבי אלעזר בעל הרוקח א מנהג צו פיטערן די קינדערן מיט קוכן און דערויף פסוקים פון ישעיהו נ, ד–ה און יחזקאל ג, ג ביים אריינגיין צו לערנען תורה שבועות ביינאכט.
  5. די גריכישע ווארט κλήρος און איר פשוטע טייטש מיינט א טייל פון א באדן, א גורל, א קארטע אדער אן אסימון וואס נוצט פאר א הגרלה, א פארמעגן אדער א זאך וואס מען באקומט ביי א הגרלה, און דאס גלייכן. א פארבינדענע באגריף צו די ווארט אין גריכיש איז ירושה, ווען κληρονομος איז א ווארט פארן יורש - ווער עס באקומט פארמעגן ביי די הגרלה אדער ביי די ירושה.
  6. אן ענליכער ערשיינונג איז געפונען געווארן אויך אין אנדערע שפראכן; אזוי צום ביישפיל, די אידישע פאמיליע נאמען "קאפלאן" קומט פון א באגריף אויף א געווענליכע מענטש אין איטעליעניש

רעפערענצן

  1. אויך קיליר. רבי וואלף היידנהיים, מחזור רעדלהיים, סוכות (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  2. כתב יד פון רבי אפרים מבונא, מנחם זולאי, פיוטי יניי, בערלין, תחר"ץ
  3. געברענגט אין שבלי הלקט, סימן כח; און אין מחזור ויטרי, סי' שכה
  4. ויקרא רבה, פרשה ל'
  5. שו"ת הרשב"א חלק א', תס"ט
  6. זעט תוספות, חגיגה יג, א, ד"ה ורגלי. ווערט אויך געברענגט אין מחזור ויטרי, סי' שכה; אור זרוע, הלכות ק"ש סימן יט; און אין שבלי הלקט, סימן כח
  7. מסכת ברכות פרק ה סימן כא. זעט דארט אין מעדני יום טוב סק"ה
  8. שו"ת רבינו גרשום מאור הגולה, סימן א'; ספר הפרדס הגדול לרש"י, סימן קעד
  9. אבן עזרא, קהלת ה, א
  10. אברבנאל, שמות טו, ה
  11. שו"ת הרדב"ז חלק ג, סימן תתקס"ז
  12. זעט איבער דעם אין שו"ת נודע ביהודה מהדורא תנינא, או"ח סימן קיג, און די הגה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן דארט
    1. 12.1.0 12.1.1 דארט, הגה מבן המחבר
  13. זעט: פליישער, תרביץ נב, עמ' 237 ואילך, און עמ' 258 און ווייטער. זעט אויך די פיוטים לראש השנה מיט די רעדאגירונג פון שולמית אליצור, ירושלים תשע"ד, עמ' 161
  14. עס ווערט געברענגט אין בעל המאור ראש השנה דף ג עמוד א. זעט: מ"ד הר, 'על שני ימים של ראש השנה בארץ ישראל', תרביץ נ"ג (תשמ"ד), עמ' 124 ואילך; און זעט אויך פליישער, 'הערה להארה: בדבר שני ימים של ראש השנה בארץ ישראל', שם עמ' 293 ואילך.
  15. זעט שלמה יהודה ראפאפארט, תולדות גדולי ישראל, ירושלים, תש"ך
  16. זעט איבער דעם אין: רבי יעקב קאפל באמבערגער, אב"ד ווארמס, "תולדות הפייטן רבי אלעזר הקליר", המעין טז - א, ירושלים: הרב נתן רפאל אויערבאך, ה'תשלו
  17. 17.0 17.1 17.2 17.3 יוסף בן מנחם שטיינהארט, שו"ת זכרון יוסף, שאלה יג-יד
  18. רבי וולף היידנהיים, מחזור רעדלהיים, אשכנז - סוכות (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  19. 19.0 19.1 שו"ת רבי אלעזר פלעקלש, תשובה מאהבה, או"ח סימן א
  20. רב סעדיה גאון, "הקדמת ספר האגרון", זכרון לראשונים וגם לאחרונים, פעטערבורג: אברהם אליהו הרכבי, תרנ"ב, עמ' נ; זעט אויך דארט אין הוספה ראשונה, עמ' קט
  21. רב נטרונאי גאון, חמדה גנוזה - תשובות הגאונים (תרכ"ג), ירושלים, תרכ"ג, אויך געברענגט אין שבלי הלקט, סימן כח
  22. זעט אויך תשובה פון רבי אפרים זלמן מרגליות: "תשובת רבי אפרים זלמן מרגליות", סדר עבודת ישראל, ירושלים, תשע"ח (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  23. זעט צום ביישפיל: עזרא פליישער, "לוח מועדי השנה בפיוט לר' אלעזר בירבי קליר", תרביץ נב [ב] (טבת תשמ"ג), עמ' 254–257.
  24. שולמית אליצור, סוד משלשי קודש, ירושלים: האיגוד העולמי למדעי היהדות, תשע"ט, עמ' 697–703,מסת"ב 9789657418109
  25. זעהט פליישער, 'פיוט על סדרי התקיעה', תרביץ שנה נ"ד חוברת א', הערה 14.
  26. זעהט אויך: חיים סיימונס, "הבדלים בקריאת הפרשיות בין בני א"י ובין בני חו"ל", סיני קו (1990), עמ' לד
  27. עזרא פליישר, "לפתרון שאלת זמנו ומקום פעילותו של ר' אלעזר בירבי קיליר", תרביץ נד [ג] (ניסן תשמ"ה), עמ' 383–427.
  28. Hillel I. Newman, "Apocalyptic Poems in Christian and Jewish Liturgy in Late Antiquity", in Brouria Bitton-Ashkelony and Derek Krueger (eds.), Prayer and Worship in Eastern Christianities, 5th to 11th Centuries, London 2016, pp. 244-248.
  29. Richard Gottheil, Caspar Levias, ‏"ḲALIR, ELEAZAR", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
  30. ספר הערוך, ערך קלר
  31. פסיקתא דרב כהנא, פיסקא י, ויהי בשלח
  32. שד"ל ציטירט דעם געדאנק פון רבי משה לנדאו, אייניקל פון נודע ביהודה, אין זיין פירוש אויפ'ן ספר הערוך "מערכי לשון".
  33. רבי יום-טוב ליפמאן העלער, מעדני יום טוב, מסכת ברכות פרק ה סימן כא, סק"ה
  34. בראשית רבה, פרשה י"א, פסקה ד'
  35. זע דארט אין רש"י "וילכדה עתניאל - לקרית ספר, ומאי קרית ספר הלכות"
  36. משה יהודה רוזנווסר, השיר והשבח, ירושלים, תשעה, עמ' תקה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  37. שלמה יהודה ראפאפארט, תולדות גדולי ישראל, ירושלים, תש"ך (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  38. בראשית ל כב, יומא סז, יחזקאל מב און מג, תהלים מב, איכה פסוק זכור, דניאל ח יד
  39. זע צום ביישפיל: תוספות מסכת ראש השנה דף כז עמוד א, ד"ה כמאן; מסכת מגילה דף כה עמוד א, ד"ה מפני; מסכת חגיגה, דף יג עמוד א, ד"ה ורגלי; מסכת חולין, דף ק"ט עמוד ב', ד"ה נדה; און אויך שבלי הלקט מילה סימן ז; און מלחמות השם (רמב"ן) מסכת יומא, דף א עמוד א
  40. שער הכוונות, דרושי עלינו לשבח
  41. ספר חסידים (מרגליות) סימן קיד
  42. אבן עזרא קהלה ה א