תשב"ץ קטן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
תשב"ץ קטן
שער בלאט פון קרעמאנער דרוק, שט"ז
שער בלאט פון קרעמאנער דרוק, שט"ז
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבי שמשון בן צדוק
הוצאה
מקום הוצאה קרעמאנע
תאריך הוצאה ה'שט"ז
נאך אויסגאבעס
דאטום פון ערשטער אויסגאבע ה'שט"ז
תאריך נאך אויסגאבעס לבוב ה'תרי"ח, ווארשא ה'תרל"ו, און נאך
מספר כרכים 1
תאריך מהדורה מוערת ווארשע ה'תרס"א, ירושלים ה'תשל"ד, מהדורת שניאורסון - ירושלים ה'תשס"ה, מהדורת מכון ירושלים - ירושלים ה'תשע"א
כתבי יד כתב יד ווארשע 7/258, כתב יד קעימברידזש 1/800, כתב יד פאריז 2/643, און נאך
פרשנים רבי משה בצלאל לוריא, רבי ירוחם פישל פערלא, און נאך

תשב"ץ קטן (אריגינעל: תשב"ץ) איז א הלכה'דיגער חיבור פון רבי שמשון בן צדוק (געלעבט אין ענדע פון תקופת בעלי התוספות, אינעם 13'טן יארהונדערט), א תלמיד און גבאי פונעם מהר"ם מראטנבערג, וועלכער האט געשריבן און רעדאגירט די פסקים און הנהגות פון זיין רבי'ן בשעת דער מהר"ם איז געווען איינגעשפארט אין טורמע. דער חיבור איז פון די באקאנטסטע ספרים פון די אשכנז'ישע פוסקים און ווערט אסאך געברענגט דורך שפעטערדיגע פוסקים; עס דינט אויך אלס מקור פאר אסאך הלכות אין שולחן ערוך.

נאמען

אנדייטונגען צום נאמען פונעם ספר "תשב"ץ", ערשיינט שוין אינעם ספר אליין[1], און לויט עטליכע מאנוסקריפטן פונעם חיבור, איז דער נאמען גאר געגעבן געווארן דורכן מהר"ם זעלבסט[2]. דער מבי"ט ברענגט אז דער חיבור הייסט "תשב"ץ", ווייל עס איז ראשי תיבות "תשובת שמשון בן צדוק"[3]. עס ווערט גערופן "תשב"ץ קטן", כדי עס פונאנדערצושיידן פונעם "שו"ת תשב"ץ" פון רבי שמעון בן צמח דוראן.

מחבר

דער מחבר איז געווען א תלמיד מובהק פונעם מהר"ם מראטנבערג, אבער זיין פערזענליכע אידענטיטעט איז נישט קלאר. פארהאן וואס האבן געשריבן אז זיין נאמען איז "שמשון"[3][4], פארהאן וואס שרייבן אז זיין נאמען איז "שמואל"[5], און אנדערע שרייבן אז זיין נאמען איז "שמעון"[6]. דער נאמען "שמשון" איז די מערסטע פארשפרייט צווישן די ציטאטן אין די פוסקים און אזוי איז אויך מכריע דער חיד"א[7]. אין תשב"ץ קטן איז פארהאן א תשובה פונעם מהר"ם מראטנבערג, וואו ער דערמאנט עמיצן מיטן נאמען "חברנו הרב שמשון"[8], און עס זענען דא וואס אידענטיפיצירן אים אלס רבי שמשון בן צדוק, תלמיד פונעם מהר"ם און מחבר פונעם ספר[2].

רבי שמשון האט אויך פארפאסט צוזאמען מיט רבי מאיר הכהן מראטנבערג, אן אנדער תלמיד פונעם מהר"ם, די הגהות מיינוניות אויף משנה תורה פונעם רמב"ם, א חיבור אין וועלכן עס ווערן אויסגעשמועסט די שיטות פון די חכמי אשכנז און בעלי התוספות אויף די באהאנדלטע נושאים. רבי שמשון איז נפטר געווארן אין ה'ע"ב[9].

הינטערגרונד

דער מהר"ם מראטנבערג האט פראבירט צו פארלאזן דייטשלאנד און ארויפגיין קיין ארץ ישראל, און צוליב דעם איז ער איינגעזעצט געווארן דורך דער דייטשער אימפעריע אויפ'ן שולד פון פראבירן עמיגרירן, א זאך וואס איז געווען פארבאטן פאר אידן. די קעניגרייך האט פארלאגנט א גרויסע סוע אויסלייז פון די אידישע געמיינדע פאר זיין באפרייאונג.

בשעת'ן וויילן אין טורמע איז פארבאטן געווארן אים צו קומען באזוכן, אבער ביי א געוויסע פונקט איז ערלויבט געווארן פאר זיין תלמיד רבי שמשון אים צו באזוכן אפט און וויילן ביי אים. רבי שמשון האט באדינט דער מהר"ם דארט אין טורמע[10] און האט דאקומענטירט דער מהר"ם'ס מנהגים און חידושי תורה. די הנהגות און הלכות וואס ער האט צוזאמגענומען ערשיינען אין ספר תשב"ץ. דער ספר אליין איז ווארשיינליך נישט אינגאנצן רעדאגירט געווארן דורך אים, ווייל ער אליין ווערט דערין דערמאנט.

געבוי און אינהאלט

דער חיבור אנטהאלט פסקים פונעם מהר"ם מראטנבערג אין פארשידענע נושאים, ווען אין רוב געדרוקטע אויסגאבן פונעם ספר שטייט די צאל סימנים ביי 590. אינעם אריגינעלן חיבור זענען געווען ווייניגער סימנים; די צוגעלייגטע שטאמען פון פארשידענע פלעצער. זיין שטארקע פארשפּרייטונג האט געברענגט דערצו אז אסאך האבן צוגעלייגט צו די שולי הגליון פארשידענע הגהות און הוספות, און די דאזיגע זענען צוגעלייגט געווארן צום חיבור דורך די פארשידענע מעתיקים. אזוי אויך די סדר הסימנים טוישט זיך צווישן די פילע מאנוסקריפּטן[11].

מערסטנס פסקים זענען געשריבן געווארן דורך רבי שמשון לויט הנהגות וואס ער האט געזען אדער הלכות וואס ער האט געהערט פונעם מהר"ם, און טייל פון זיי זענען פסקים געשריבן מיט'ן לשון פונעם מהר"ם אליין. דער חיבור איז געשריבן געווארן אין דער תקופה וואס דער מהר"ם האט זיך אויפגעהאלטן אין טורמע אינעם קעניגליכן שלאס אין שטאט איינזיסהיים (ענ')[3][12].

אינעם ספר זענען פארהאן הוספות געשריבן דורך רבי פרץ מקורביל, בן דורו פונעם מהר"ם, וואס האט צוגעלייגט חילוקים צווישן דעם מנהג פון יהדות צרפת און יהדות אשכנז, און אויך הלכות אין וועלכע דער מנהג איז נישט ווי דער מהר"ם. די הוספות געפונען זיך אינעם טעקסט פונעם חיבור, און זענען כאראקטעריזירט דורכ'ן צוגאב פונעם ווארט "הג"ה" פאר זיי. דער ספר פארמאגט אויך פארשידענע שפעטערדיגע הוספות, וואס זייער מחבר'ס אידענטיטעט איז נישט באקאנט.

איינע פון די באקאנטסטע מימרות פונעם מהר"ם מראטנבערג ווערט געברענגט אינעם ספר: ”כשהאדם גומר בדעתו לקדש השם, וימסור נפשו על קידוש השם, כל מה שעושין לו, הן סקילה, הן שריפה, הן קבורת חיים, הן תליה, אינו כואב לו כלום... ותדע שכן הוא, שאין לך אדם בעולם שאם היה נוגע באצבע קטנה באש שלא היה צועק; אפילו אם היה בדעתו לעכב עצמו, לא היה יכול. ורבים מוסרים עצמם לשרפה ולהריגה על קידוש השם יתברך, ואינם צועקים לא אוי ולא אבוי”[13].

פארשפרייטנוג

דער רעלאטיווער קליינקייט פונעם חיבור האט פארגרינגערט דאס צו קאפּירן און האט געברעגנט זיין שטארקע פארשפּרייטונג אין יהדות אשכנז, און אין אייראפעאישער אידנטום בכלל. ארום 120 קאפּיעס עקזיסטירן נאך היינט אין כתב יד.

דער חיבור ווערט דערמאנט ביי רבי מרדכי בן הלל (דער "מרדכי"), פון מהר"ם מראטנבערג'ס תלמידים[14], און פון פארגלייכן ציטאטן זעט אויס אז עס האט זיך געפונען אויך ביי אנדערע תלמידים פון מהר"ם מראטנבערג[2]. זיין פארשפרייטונג האט זיך אנגעהויבן באלד נאך זיין פארפאסונג, און עס ווערט אסאך דערמאנט אין די ווערטער פון גדולים פונעם דור נאך זיין פארפאסונג, ווי אין ספר כלבו און אורחות חיים (מר"א מלוניל) וואס ציטירן אסאך פון עס. אויך אין טור ווערט עס דערמאנט עטליכע מאל[15].

אויפלאגעס

דער ספר תשב"ץ קטן איז געווארן קאפירט אין כתב יד פילע מאל, צווישן זיי כתב יד ווארשע 7/258, כתב יד קעימברידזש 1/800, כתב יד פאריז 2/643, און נאך[16].

אויך איז עס געדרוקט געווארן אסאך מאל און אין פארשידענע אויסגאבן. דער ערשטער דרוק אויפלאגע פונעם חיבור איז געווען דער קרעמאנער דורק, געווארן ארום 250 יאר נאכ'ן געשריבן ווערן אינעם ווינצענצא קאנטי דרוק. פון די מהדורה און ווייטער האט דער ספר אנטהאלטן 590 סימנים. עס איז נאכאמאל געדרוקט געווארן אין יאר תקע"ו, לכאורה אין קאפוסט[17], באזירט אויפ'ן קרעמאנע אויפלאגע, מיט לייכטע הגהות.

אין יאר תרל"ו איז עס געדרוקט ביי יעקב יוסף קאלינבערג און יצחק גאלדמאן אין ווארשע. אין די אויפלאגע זענען צענזורירט געווארן פונעם ספר די סימנים תט"ז (תי"ו) און תי"ז. אזוי אויך די סימנים תקי"ב און תקי"ג זענען צוזאמגעשטעלט געווארן פאר איין סימן (תק"י). כדי צו משלים זיין די צאל סימנים צו 590, ווי אין די פריערדיגע אויסגאבן, זענען די סימנים תקפ"ג און תקפ"ד צעטיילט געווארן אויף פינף (תק"פ–תקפ"ד). די און אנדערע אינטערווענצן האבן פאראורזאכט דאס פארדרייען די ציילונג פון סימנים אינעם ספר. די גרייזיגע סימנים האבן אנגעהאלטן אויך אין די קומענדיגע מהדורות. אזוי אויך האבן די דרוקער נישט פארגליכן די פריערדיגע דרוקן, און זיי האבן אריינגעלייגט שינויים לויט זייערע אייגענע באשלוס, אלץ "תיקון טעות".

אין יאר תרס"ו איז עס געדרוקט געווארן אין ווארשע דורך יעקב זאב אונטערהענדלער מיט א פירוש "שבעת הנרות" פון רבי משה בצלאל לוריא.

א נייערע מהדורה איז געדרוקט געווארן אין יאר תשס"ה דורך מכון תורה שבכתב, מיט פון א מבוא און הערות. עס איז געדרוקט געווארן לויט'ן טעקסט פון א כתב יד וואס איז געווען ביי מהר"י מינץ און דער בית יוסף, און מעגליך אז דער טעקסט האט זיך אויך געפונען ביים מהרש"ל. דער מהדורה אנטהאלט אויך די הערות פון ר"י פערלא. אין דעם מהדורה ערשיינט נייע סימנים וואס זענען נישט פונעם מהר"ם, נאר א ליקוט פון ווערטער פונעם ראבי"ה[18].

אין יאר תשע"א האט מכון ירושלים געדרוקט דעם ספר לויט דער ערשטער דרוק (קרעמאנע שט"ז), מיט שינויי נוסחאות לויט א צאל כתבי יד, און פאראלעלן אין אנדערע ראשונים פונעם תקופה, בפרט תלמידים פונעם מהר"ם מראטנבורג [19].

זעט אויך

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

אויפלאגעס

רעפערענצן

  1. זע אין סי' צ' וסי' של"ח.
  2. 2.0 2.1 2.2
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", אין תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, זייט 10.
  3. 3.0 3.1 3.2 רבי משה מטראני, שו"ת המבי"ט, חלק א', סימן ר"צ, פון א "כתיבה גסה אשכנזית" ביי דער ענדע פון א העתק פונעם תשב"ץ קטן.
  4. רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, אות ש', סעיף קפ"ז, בשם א העתק פון א כתב יד פונעם תשב"ץ און בשם רבי אברהם זכות אין זיין ספר יוחסין השלם.
  5. זעט: שער מהדורת הספר תשב"ץ קטן, קרמונה שט"ז; רבי משה מאט, מטה משה, סימן ר"ע; רבי דוד קונפורטי, קורא הדורות, דף כ"ד.
  6. הוספות פון דער רמ"א צום ספר יוחסין השלם, ביים ענדע ספר.
  7. החיד"א, שם הגדולים, אות ש', סעיף קפ"ז.
  8. תשב"ץ קטן, סי' ת'
  9. רבי אברהם זכות, ספר יוחסין
  10. הג"ה מנחם ציון על שם הגדולים חלק ב, מערכת ת', הערה עט

  11. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", אין תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 12.
  12. החיד"א, שם הגדולים, אות ש', סעיף קפ"ז; און נאך. דער דעטאל ערשיינט אויך אויפ'ן דעקל פון מהדורת לבוב תרי"ח. אבער ערשיינט נישט אין אלע מאנוסקריפט קאפיעס פונעם חיבור, און אויך אינעם ערשטן מהדורה (קרמונה שט"ז).
  13. רבי שמשון בן צדוק, תשב"ץ קטן, סי' תט"ו, בשם מהר"ם מראטנבערג.
  14. זעט: רבי מרדכי בן הלל, מרדכי, ברכות, סי' קצ"ב וקצ"ה; שם, שבת, סי' תע"ג; שם, חולין, סי' תשמ"ו ותשמ"ז. און זעט דארט, חולין, סי' תשמ"ה, אז אויך די הגהות רבי פרץ מקורביל על התשב"ץ קטן ווערן דערמאנט אין מרדכי.
  15. זעט לדוגמא: טור, אורח חיים, סימן ק"פ,
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:טור

    'אן: שם' אינו ערך חוקי
    טור, אורח חיים, סימן ר"ג און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:טור

    'אן: שם' אינו ערך חוקי
    טור, אורח חיים, סימן ר"פ.
  16. פאר א ליסטע פון נאך כתבי יד זעט: שלמה אנגל, "בשער הספר", תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 13–14. סך הכל געפינט זיך ארום 120 כתבי יד.
  17. זעט פרטים, במאגר הספרים הסרוקים של הספרייה הלאומית

  18. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", בתוך תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 11

  19. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שלמה אנגל, "בשער הספר", אין: תשב"ץ קטן, מהדורת מכון ירושלים, ירושלים תשע"א, עמ' 13–15.