רוי:רא"ה
רבי אהרן בן יוסף הלוי, באקאנט אלס דער רא"ה, איז געווען א רב, מחבר, למדן, דענקער און פוסק, אין דרייצנטן יארהונדערט אין שפאניע. זיינע הלכות זענען אנגענומען דורך די רבנים און ווערן אפט געברענגט אין די ספרים פון די שפעטערדיגע פוסקים. דער רא"ה רעכנט זיך פון די ראשונים.
דער רא"ה איז געבוירן געווארן לערך דעם יאר 1260 אין שפאניע. די פאמיליע פון רא"ה איז געווען א מיוחס'דיגע, און זיין עלטער-עלטער-זיידע איז געווען רבי זרחיה הלוי, דער מחבר פון ספר "המאור".
דער רא"ה איז געווען א תלמיד פון רבינו משה בן נחמן, דער רמב"ן. אין יאר 1284 זאל דער רא"ה האבן געווען רב אין דער שטאט סאראגאסא (זיכער איז עס נישט). שפעטער, אין יאר 1291, געפינען מיר דעם רא"ה אין טאלעדא.
דער רא"ה האט מחבר געווען פירושים אויף דער גמרא, אבער מערסט איז בארימט דער רא"ה דורך זיין ספר "בדק הבית" וואס ער האט אנגעשריבן אלס קריטיק און השגות צום הלכה-ספר "תורת-הבית" פון רבי שלמה בן אדרת, דער רשב"א. דער רשב"א איז געווען א חבר פון רא"ה, און ער האט אים אפגעענטפערט אין זיין ספר "משמרת הבית". טייל האבן געוואלט האבן אז דער רא"ה האט אויך מחבר געווען דעם ספר החינוך, אבער דאס איז נישט ריכטיג. דער רא"ה איז נפטר געווארן לערך דעם יאר 1303.
פרשני התלמוד בימי הביניים בספרד ובצפון אפריקה | ||
---|---|---|
בית המדרש הקדום בספרד המוסלמית | רבי שמואל הנגיד • רי"צ אבן גיאת | |
בית המדרש של צפון אפריקה שנדד לספרד | רבנו נסים בן יעקב • רבינו חננאל • רי"ף מעבר לספרד • ר"י מיגאש • רמב"ם מעבר לצפון אפריקה | |
בית המדרש בעיר טאלעדא | רמ"ה • רבי יצחק מאיר אבן מיגאש (בנו של הר"י מיגאש) • (ראב"ן הירחי) • רבנו יונה • רא"ש • רבי יהודה בן הרא"ש (בנו של הרא"ש) | |
בית מדרשו של הרמב"ן בצפון ספרד הנוצרית | הרמב"ן • רא"ה • רשב"א • ריטב"א • ר"ן • רבי פרץ הכהן • הריב"ש מעבר לצפון אפריקה • הרשב"ץ • רבי יצחק קנפנטון • רבי יצחק אבוהב (קאסטיליע) • רבי יעקב בירב מעבר לצפון אפריקה בגירוש ספרד |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!