רבי חיים לייב כ"ץ

פון המכלול
ווערסיע פון 09:39, 15 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט מקורות און פארברייטערט, אנהייב)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חיים לייב כ"ץ
רבי חיים לייב ביים מצות באקן
רבי חיים לייב ביים מצות באקן
געבורט כ"א אדר ה'ת"ש
מאקאווא
וואוין אָרט בארא פארק
תחומי עיסוק רב, מנהיג עדה, פוסק הלכה, מוהל
ספרים נחלי בינה
וזרעם לפניך יכון
טאטע רבי יהושע כ"ץ

רבי חיים יהודה לייב הכהן כ"ץ (גערופן "רבי חיים לייב"; געבוירן כ"א אדר[אויסקלארונג פארלאנגט] ה'ת"ש[מקור פארלאנגט]) איז דער סערדאהעלער רב און אדמו"ר, פון די אנגעזעענע רבנים און פוסקי הלכה אין בארא פארק, און מחבר פון עטליכע ספרי הלכה.

ביאגראפיע

רבי חיים לייב איז געבוירן אין שטאט מאקאווא[מקור פארלאנגט] צו זיין פאטער רבי יהושע, וואס האט דעמאלט געדינט אלס א דיין אין שטאט, און איז שפעטער אויפגענומען געווארן אלס רב פון סאמבאטהעלי.

ער האט חתונה געהאט מיט העניא, א טאכטער פון רבי אברהם ראזנבערג מזקני וחשובי חסידי סקווירא[1]. א קורצע צייט נאך זיין חתונה איז ער אויפגענומען געווארן דורך רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר אלס ראש הכולל פאר סאטמארער יונגעלייט[מקור פארלאנגט][אויסקלארונג פארלאנגט]. שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אלס הויפט דיין און מורה הוראה אינעם בעלזער בית מדרש אין בארא פארק[אויסקלארונג פארלאנגט].

ער איז געווען שטארק דבוק אין צדיקים פונעם לעצטן דור, די סאטמארער, קלויזנבורגער, בעלזער און ליובאוויטשער אדמורי"ם[מקור פארלאנגט].

אין די שפעטערע יארן[אויסקלארונג פארלאנגט] האט ער מייסד געווען[אויסקלארונג פארלאנגט] זיין בית מדרש און קהילה "סערדאהעלי", אויף די 44'סטע גאס אין בארא פארק. היינט פארמאגט די קהילה אויך מוסדות החינוך, צווישן זיי א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה[מקור פארלאנגט], און א זומער קעמפ אין מאנטיסעלא[2].

צוזאמען מיט זיין ברודער רבי שלמה זלמן כ"ץ, רב פון תולדות אהרן אין וויליאמסבורג, האט ער ארויסגעגעבן א סעריע ספרים 'נחלי בינה', געקליבענע שטיקלעך פון ספרי חסידות ומוסר אויף די ימים טובים[3]. אויך האט ער ארויסגעגעבן דעם ספר 'ויגד משה' אויף סדר נאכט פון זיין פעטער רבי משה יהודה כ"ץ, צולייגנדיג דערצו פון זיך[4]. אין תשכ"ה האט ער איבערגעדרוקט דעם ספר 'חידושי תורה ותולדות קול אריה' פון זיין זיידן רבי אברהם יהודה הכהן שווארץ, מיט אייגענע הוספות[5].

השפעה

רבי חיים לייב איז באוואוסט אלס א גאון בתורה און א בקי אין הוראה[6], און איז אויך א מוהל[מקור פארלאנגט]. ער האט אין תשע"ו פארפאסט א באוואוסטער[אויסקלארונג פארלאנגט] ספר "וזרעם לפניך יכון", א שיעור בירור הלכה אין מצות פריה ורביה "צו אויסקלארן די הארבע איסורים און גרויסע מכשולות אין די נייע מעטאדן וואס דאקטוירים האבן אויסגעפונען צו געבן געבורט". רבי חיים לייב איז א שארפער מתנגד פון "פערטיליטי באהאנדלונגען", און האט אויך ארויסגעטראטן קעגן ארגאניזאציעס וואס טוען אין דעם נושא, ווי בוני עולם[מקור פארלאנגט].

רבי חיים לייב דינט אלס בעל מכשיר פונעם עירוב אין שטאט בארא פארק[7], געגרינדעט אין תש"ס דורך אפרים הלוי בלומענבערג[מקור פארלאנגט] מיט'ן שטיצע פון רבי יחזקאל ראטה, רבי פישל הערשקאוויטש, רבי מנשה קליין, מונקאטשער רבי[מקור פארלאנגט], רבי חיים ישעי' קעניג, די בעלזער דיינים אין שפיץ פון רבי שלמה גראס, רבי שרגא פייוויש האגער[מקור פארלאנגט], רבי שלום קרויז, און נאך. טראץ דעם מיינונג פון אסאך אנדערע פוסקים וואס זענען חושש אז די גרויסע גאסן אין ניו יארק ווערן פאררעכנט אלס רשות הרבים דאורייתא אויף וואס עס העלפט נישט דאס מאכן אן עירוב זענען זיך פילע סומך אויף זיין היתר, צווישן זיי די חסידים פון בעלזא און קלויזנבורג[מקור פארלאנגט: אז זיי פארלאזן זיך אויף זיין היתר דייקא]. רבי חיים לייב איז באקאנט אלס א מומחה לעניני עירוב, און מען באניצט זיך מיט זיין חוות דעת אויך פאר אנדערע עירובין איבער דער וועלט[8]

פאמיליע

זיינע ברידער זענען רבי אשר אנשיל, וויענער רב און ראש ישיבה אין וויליאמסבורג[10], און רבי שלמה זלמן, רב פון תולדות אהרן אין וויליאמסבורג.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. "למשפחותם לבית אבותם", המבשר קהילות, י"ג סיון תשע"ג
  2. "מאנטיסעלא • מעמד קביעת מזוזה פארן נייעם חדר אוכל אין מחנה סערדאהעלי בראשות האד' מסערדאהעלי" אויף בחצרות הקודש
  3. ספרי נחלי בינה (זיבן בענדער) אויף אוצר החכמה
  4. רבי משה יהודה כ"ץ, ויגד משה, אויף אוצר החכמה
  5. "ספר חידושי תורה ותולדות קול אריה" אין נאציאנאלער ביבליאטעק פון מדינת ישראל
  6. "דער אמשינאווער רבי זצוק"ל", דאס אידישע ווארט 310, ניו יארק, ניסן תשנ"ג; "בחביבותא תליא מילתא", המבשר, ז' תשרי תש"ע
  7. "עמוד ההוראה", המבשר תורני 0666, ערב ראש השנה תשפ"ב
  8. "וינה: לראשונה מאז יסוד העיר הוסדר עירוב למהדרין", המבשר, כ"ו אלול תשע"ב
  9. "למשפחותם לבית אבותם", המבשר קהילות, כ' שבט תשע"א
  10. "אימפאזאנטע הכתרה פון נייעם רב אב"ד ור"מ דקהלות עדת יראים - ווינא", דאס אידישע ווארט 306, ניו יארק, תשרי תשנ"ג (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)