רוי:יוליאנישער קאלענדאר

פון המכלול
ווערסיע פון 10:50, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער יוליאנישער קאַלענדאַר איז א קאלענדאר וואס יוליוס קייסער, דער פֿירער פון דער רוימישער אימפעריע, האט איינגעפירט אום 46 פאר דער ציווילער רעכענונג, אנשטאט דעם פֿריערדיקן רוימישן קאלענדאר, וואס האט גערעכנט די מאנאטן לויט דער לבנה.

אין דעם יוליאנישן קאלענדאר רעכנט מען א זון יאר פון 365 טעג צעטיילט אויף 12 מאנאטן, און מען לייגט צו אן עיבור טאג יעדע פֿערטע יאר, קומט אויס אז דאס דורכשניטלעכע יוליאנישע יאר האט 365.25 טעג. טייל לענדער האבן נאך געניצט דעם קאלענדאר אריין אינעם 20סטן יארהונדערט, און אסאך פון די ארטאדאקסישע קירכעס ניצן דעם קאלענדאר.

ס'בלייבט א פראבלעם מיטן קאלענדאר וואס דאס יאר אין אמת'ן איז קערצער פון 365.25 טעג, קומט אויס אז במשך 128 יאר פארדינט מען א טאג. צוליב דעם האט מען איינגעפירט דעם גרעגאריאנישן קאלענדאר וואס האט נאר 97 עיבור יארן במשך 400 יאר, אנשטאט 100 עיבור יארן אינעם יוליאנישן קאלענדאר.

דער יוליאנישער רעפֿארעם

דאס אלטע רוימישע יאר האט געהאט 355 טעג; דער רעפֿארעם האט צוגעלייגט 10 טעג צו א יאר, בכדי דאס יאר זאל זיין לאנג 3656 טעג. מען האט צוגעגעבן צוויי טעג צו יאנואריוס, סעקסטיליס און דעצעמבער, און איין טאג צו אפריליס, יוניוס, סעפטעמבער און נאוועמבער. יוליוס האט געענדערט דעם נאמען פון קווינטיליס (דער פינפטער מאנאט, ווייל אריגינעל האט דאס יאר אנגעהויבן אין מערץ) אויף זיין נאמען "יוליוס".

מאנאטן לענג פֿאר יאר 45 לענג זייט יאר 45
יאנואריוס 29 31
פעברואריוס 28 28
מאַרטיוס 31 31
אפריליס 29 30
מאיוס 31 31
יוניוס 29 30
קווינטיליס (יולי) 31 31
סעקסטיליס (אויגוסט) 29 31
סעפטעמבער 29 30
אקטאבער 31 31
נאוועמבער 29 30
דעצעמבער 29 31


זעט אויך